- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
מיט אַ חודש צוריק האָט זיך געדרוקט אינעם מאָדע־אָפּטייל פֿון דער "ניו־יאָרק טײַמס" אַ רעצעפּט פֿאַר אַ ברויט, וואָס מע דאַרף אין גאַנצן נישט קנעטן. איך האָב עס געוואָלט אויספּרוּוון, נאָר כ׳האָב געדאַרפֿט צו ערשט קויפֿן די ריכטיקע כּלי, אין וועלכער צו באַקן דאָס ברויט. דער מחבר פֿונעם רעצעפּט האָט געהייסן ניצן אַ שווער־וואָגיקן טאָפּ פֿון 6 ביז 8 קוואָרט (צווישן 5.5 און 7.5 ליטער) מיט אַ דעקל, און רעקאָמענדירט, אַז דער טאָפּ זאָל זײַן געמאַכט פֿון טשוגון, קעראַמיק, אַ לאַקירטן שטאָף אָדער אַ שווער גלאָז, וואָס מע קען אַרײַנשטעלן אין אויוון (פֿון דער פֿירמע Pyrex).
די אַמעריקאַנער ייִדן האָבן שטאַרק ליב צו גיין אויף ספּאָרט־פֿאַרמעסטן, צי דאָס איז בייסבאָל, פֿוטבאָל, קוישבאָל אָדער טעניס, און די פֿרומע זענען נישט קיין אויסנאַם. נישט קיין חידוש, וואָס אַ סך רבנים הייבן אָפֿט אָן זייערע דרשות מיט אַ משל פֿון אַ באַרימטן ספּאָרט־שפּילער אָדער אַ געוויסן פֿאַרמעסט, כּדי צו מאַכן זייערע דבֿרי־תּורה מער פֿאַרשטענדלעך.
ס׳איז אַ שאָד, וואָס דער דעסערט קומט צום סוף פֿון אַ מאָלצײַט. נישט געקוקט אויף דעם, ווי געשמאַק ער זעט אויס, איז מען ביז דעמאָלט שוין אַזוי זאַט, אַז מע קען זיך צו אים אַפֿילו נישט צורירן. דערצו, אַז מע היט אָפּ וויפֿל קאַלאָריעס מע "שלינגט אַראָפּ", מײַדט מען אויס דעם נאָכבײַסן, ווײַל מע האָט מורא, ס׳וועט נאָך פֿעטער מאַכן. מיט אַנדערטהאַלב יאָר צוריק, בעת אַ וויזיט אין רוים, האָב איך באַמערקט, אַז אויף די גאַסן פֿאָרן אַ סך מער מאָטאָציקלען ווי אויטאָס; און אויף די מאָטאָציקלען זיצן נישט בלויז יונגע לײַט אין די 20ער, נאָר אויך מיטל־יאָריקע מענער און פֿרויען, טראָגנדיק אַנצוגן און טעקעס, אויפֿן וועג צו דער אַרבעט. די איטאַליענער זאָגן, אַז די מאָטאָציקלען זענען מער פֿאַרשפּרייט צוליב דעם וואָס זיי זענען ביליקער ווי די אויטאָס, און ס׳איז אַ סך גרינגער זיי צו פּאַרקירן אויף די שמאָלע, געפּאַקטע גאַסן פֿון רוים. פֿאַרגאַנגענע וואָך האָט דאָס העכסטע געריכט פֿונעם שטאַט ניו־דזשערזי באַהאַנדלט דעם זעלבן ענין, וואָס ווערמאָנט האָט געטאָן אינעם יאָר 1999, און מאַסאַטשוסעטס — אין 2003: צי מע זאָל געבן האָמאָסעקסועלע פּאָרפֿעלקער די זעלבע רעכט ווי געוויינטלעכע חתונה־געהאַטע פּאָרפֿעלקער; למשל, צי איינער מעג ירשענען דעם פֿאַרמעגן פֿונעם צווייטן (אין פֿאַלן ווען מע האָט נישט אָנגעשריבן קיין צוואה), און צי די געזונט־פֿאַרזיכערונג פֿון אַ מלוכה־אָנגעשטעלטן קאָן אויך דעקן זײַן פּאַרטנער. צו דער שבתדיקער סעודה איז אַ טראַדיציע צו עסן פֿיש ווי אַ פֿאָרשפּײַז. בדרך־כּלל, איז עס געפֿילטע פֿיש, אָבער טאָמער ווערט אײַך שוין נימאס די געפֿילטע פֿיש, פּרוּווט אויס אָט דעם גרינגן פֿאָרשפּײַז מיט גערייכערטן לאַקס: אַ רעגירונג־פּאַנעל האָט פֿאַראַכטאָגן מיטוואָך רעקאָמענדירט, אַז די אַמעריקאַנער וואָס זענען אַלט 60 יאָר אָדער מער, זאָלן באַקומען אַן אײַנשפּריצונג קעגן דער דערוואַקסענער פֿאָרעם פֿון ווינטפּאָקן (shingles, בלע״ז). דער ווירוס איז גורם אַן אויסשיט אויף דער הויט וואָס טוט שטאַרק וויי. בערך 15 — 30 פּראָצענט פֿון די מענטשן, וואָס זענען אָנגעשטעקט מיטן ווירוס פֿאַר ווינטפּאָקן אַנטוויקלען די דערוואַקסענע ווינטפּאָקן מיט יאָרן שפּעטער. דער ווירוס ליגט צענדליקער יאָרן באַהאַלטן אין די נערוו־קעמערלעך לעבן דער חוט־השדרה, און ווערט מיט אַ מאָל אַקטיוו;
די הויכע באַאַמטע פֿונעם "ווײַסן הויזִ" האָבן אַ גוטע סיבה זיך צו שרעקן. פֿאַראַכטאָגן דינסטיק איז דערשינען אַ נײַ בוך, Tempting Faith (מע פֿאַרפֿירט די גלייביקע), אָנגעשריבן פֿון אַן אינעווייניקסטן מענטש, דייוויד קואָ, וועלכער טענהט, אַז דאָס "ווײַסע הויזִ" האָט בכלל נישט ערנסט זיך באַצויגן צו פּרעזידענט בושס איניציאַטיוו, לטובֿת די רעליגיעזע צדקה־אָרגאַניזאַציעס, און בלויז אויסגעניצט די קאָנסערוואַטיווע קריסטן, כּדי צוצוציִען זייערע שטימען. אַ צאָל דעמאָקראַטישע פּאָליטיקער האָבן במשך פֿון די לעצטע צוויי וואָכן דערקלערט, אַז די סיבה פֿאַר וואָס צפֿון־קאָרעע האָט דורכגעפֿירט איר נוקלעאַרן אויספּרוּוו, איז צוליב פּרעזידענט דזשאָרדזש בושס "אומגעלומפּערטער" פּאָליטיק צום רעזשים. קאַטאַלאָניע איז אַ פּראָווינץ אין צפֿון־מיזרח שפּאַניע, וואָס האָט אַ שם ווי דאָס דריט-בעסטע אָרט פֿון געשמאַקע פּאָטראַוועס אין אייראָפּע. די ערשטע צוויי זענען איטאַליע און פֿראַנקרײַך. |