- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
בעת אַ וויזיט אין פּוילן מיט עטלעכע וואָכן צוריק האָב איך פֿאַרבראַכט פֿינעף טעג אין וואַרשע. דאָס מזל האָט מיר צוגעשפּילט, ווײַל פּונקט אין יענעם סוף־וואָך האָט מען אין דער אָרטיקער "נאָזשיק־שיל" געפּראַוועט אַ בר־מיצווה, דאָס געבן אַ נאָמען אַ מיידעלע, און צוויי חתונות! דער 17טער ייִדישער קולטור־פֿעסטיוואַל אין קראָקע, וואָס האָט זיך פֿאַרענדיקט פֿאַראַכטאָגן זונטיק, האָט אַרויסגערופֿן אַ זעלטענעם ענטוזיאַזם אין דער פּוילישער מעדיאַ, וועלכע האָט באַצייכנט די אונטערנעמונג ווי "עפּעס אויסערגעוויינטלעכס" און "אומפֿאַרגעסלעך". לויט אַ שאַצונג פֿון דער פּאָליציי, האָט די הויפּט־אַטראַקציע — אַ דרויסנדיקער 6־שעהדיקער קאָנצערט פֿון ייִדישער און קלעזמער־מוזיק מיטן נאָמען "שלום אויף שעראָקאַ־גאַס" — צוגעצויגן בערך 13,000 מענטשן, און דערבײַ פֿאַרזיכערט, אַז דער קראָקער פֿעסטיוואַל איז הײַנט די סאַמע גרעסטע ייִדישע קולטור־אונטערנעמונג אויף דער וועלט. הײַיאָר איז געווען אַ ווענדפּונקט פֿאַר מיר מיט מײַן מאַן: מיר האָבן אונדזער מיזיניק אויסגעגעבן. נאָך 23 יאָר פֿון דערציִען קינדער, האָט זיך אונדזער נעסטל אויסגעליידיקט. הײַנטיקע צײַטן, איז דאָס אויסגעבן קינדער נישט צוליב חתונה האָבן, ווי מע זינגט עס אין מאַרק וואַרשאַווסקיס ליד, נאָר צוליבן לערנען. ווען אַ קינד גרייכט 17 אָדער 18 יאָר, שיקט מען אים אַוועק אין אוניווערסיטעט, אָפֿט מאָל אין אַ ווײַטער שטאָט. עס גלוסט זיך אײַך אַ האַמבורגער, נאָר דער דאָקטער האָט אײַך באַפֿוילן נישט צו עסן קיין רינדערן פֿלייש. פּרוּווט פֿאַרבײַטן דאָס פֿלייש מיט טונפֿיש. כּדי גרינגער צו מאַכן דאָס מאכל, ניצט דעם גרייטן טונפֿיש פֿון די פּושקעס. אָבער געדענקט, ווען איר עפֿנט די פּושקע, זאָלט איר פֿריִער לאָזן אָפּרינען דעם זאַפֿט. דער כריין אין דעם רעצעפּט גיט צו אַ געוויסע שאַרפֿקייט צום טעם. טאָמער זענט איר שפּירעוודיק אויף שאַרפֿע עסנס, גיט אַרײַן ווייניקער ווי 1/2־1 לעפֿעלע כריין, אָדער לאָזט אים אַרויס אין גאַנצן. מיט צוויי חדשים צוריק האָט דער ייִדישער ייִשובֿ אין ווײַסרוסלאַנד באַקומען אַ ביטערן אולטימאַטום. די שטאָט־אַדמיניסטראַציע אין וואָלאָזשין, אַ שטעטל וואָס געפֿינט זיך 55 מײַל פֿון דער קרוינשטאָט מינסק, האָט געשיקט אַ בריוו דעם "פֿאַרבאַנד פֿון רעליגיעזע ייִדישע שילן", אַן אָרטאָדאָקסישע דאַך־אָרגאַניזאַציע, וואָרענענדיק, אַז אויב ביזן 26סטן אַפּריל וועט דער "פֿאַרבאַנד" נישט קאָנען זאַמלען $20,000 צו רעמאָנטירן די היסטאָרישע וואָלאָזשינער ישיבֿה, וועט די שטאָט־אַדמיניסטראַציע אים אָנקלאָגן אין געריכט, כּדי צוריקצונעמען דעם בנין. די מילכיקע כּשרע רעסטאָראַנען וואָס מע געפֿינט הײַנט אין אַמעריקע סערווירן מער אָדער ווייניקער די זעלבע זאַכן: פּיצע, פֿאַלאַפֿעל, שניטקעס (סענדוויטשעס) און סאַלאַטן — מיט אַנדערע ווערטער, מאָדערן שנעל־עסן. דער רעסטאָראַן "דײַמאָנד דערי" (Diamond Dairy), אין מאַנהעטן, איז אָבער אין גאַנצן אַנדערש. דאָ עסט מען די היימישע מיזרח־אייראָפּעיִשע מאכלים, וואָס אונדזערע באָבעס פֿלעגן מאַכן: בלינצעס, קאַרטאָפֿל-פּיראָגן, באָרשט, לאָקשן מיט קרויט. אַ קרופּניק איז אַ גערשטן־זופּ (barley soup, בלע״ז), וואָס ווערט געוויינטלעך געמאַכט מיט רינדערן פֿלייש. אָט האָט איר אַ וועגעטאַרישן נוסח, וואָס איז אַזוי געדיכט און "רײַך" מיט פּראָטעיִן, אַז, באַגלייט מיט פֿריש שוואַרץ ברויט, קאָן ער דינען ווי אַ גאַנצער מיטאָג. דער קרופּניק איז נאָך מער געשמאַק, ווען מע עסט אים מיט אַ טאָג שפּעטער. אויב די זופּ איז צו געדיכט בײַם אָנוואַרעמען, גיט צו 1/4 טעפּל וואַסער. דעם זונטיק, קען מען זאָגן, איז אַ היסטאָרישע דאַטע אינעם אַמעריקאַנער קאַלענדאַר, כאָטש אָפֿיציעל פּראַוועט מען זי נישט. דעם 29סטן אַפּריל 1968 האָט זיך אויף בראָדוויי געעפֿנט אַ מיוזיקל, וועלכער האָט ממש פֿאַרקערפּערט די תּקופֿה, וואָס מע רופֿט הײַנט אויף אַלע שפּראַכן "די זעכציקער יאָרן". דער מיוזיקל, Hair (האָר), האָט שאָקירט די וועלט מיט זײַן לויבגעזאַנג פֿאַר דער "היפּי"־קולטור — אַ קולטור וואָס האָט קעמפֿעריש זיך אַנטקעגנגעשטעלט דער וויעטנאַם־מלחמה, און דער "עסטאַבלישמענט" בכלל, פֿאַרדאַמט דעם קאָנפֿאָרמיזם פֿונעם עלטערן דור, און געמוטיקט די יוגנט אָפּצוּוואַרפֿן אַלע אָנגענומענע נאָרמעס פֿון דער געזעלשאַפֿט. אַ מאַנסביל, למשל, דאַרף זיך נישט שעמען צו פֿאַרלאָזן די האָר ביז צו די קריזשעס, אויב עס גלוסט זיך אים — דערפֿון נעמט זיך טאַקע דער טיטל פֿון דער פֿאָרשטעלונג. טאָמער זוכט איר במשך פֿון דער פּסח־וואָך נײַע רעצעפּטן, מעגט איר אויספּרוּוון דאָס מאכל — אַ געמיש פֿון שפּינאַט, ניס און געטריקנטע פֿרוכטן, באַקאַנט בײַ די ייִדן, וועלכע שטאַמען פֿון מיטעלן מיזרח און צפֿון־אַפֿריקע. ס׳איז אַזוי גרינג צוצוגרייטן און אַזוי געשמאַק, אַז איר קאָנט עס דערלאַנגען אַ גאַנץ יאָר, ווי אַ פֿאָרשפּײַז אָדער בײַ־געריכט פֿונעם מאָלצײַט. דאָס קאָן מען עסן סײַ וואַרעמערהייט, סײַ קאַלטערהייט. ס׳איז געווען אַ סצענע, וואָס מע זעט נישט אָפֿט אין ניו־יאָרק. אין דער תּימנער אַמבאַסאַדע אויף מיזרח 51סטער גאַס אין מאַנהעטן, האָט דער קאָנסול, נאַגיב אַ. אַלדזשאַבאַובי, געפֿירט אַ וואַרעמען שמועס מיט אַ ייִדישן בחור מיט שוואַרצע פּאות — אויף אַ פֿליסיקן אַראַביש. עס האָט זיך געעפֿנט אינעם "ישיבֿה־אוניווערסיטעט־מוזיי" אין ניו־יאָרק אַ פֿאַרכאַפּנדיקע אויסשטעלונג פֿון אַלטע פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון פּוילישע ייִדן. די אויסשטעלונג — "און איך זע נאָך זייערע פּנימער" — האָט מען צוגעגרייט לכתּחילה פֿון דער "שלום־פֿונדאַציע" אין וואַרשע; און די געשיכטע, ווי אַזוי מע האָט געזאַמלט די פֿאָטאָגראַפֿיעס איז אויך אַן אינטערעסאַנטע. גאָלדע טענצער, די אַקטריסע און דירעקטאָרשע פֿונעם "אסתּר־רחל און אידאַ קאַמינסקאַ ייִדישן טעאַטער" אין וואַרשע איז אויך די איניציאַטאָרין און אָנפֿירערין פֿון דער "שלום־פֿונדאַציע", אַ פֿונדאַציע וואָס באַמיט זיך צו פֿאַרזיכערן, אַז די ייִדישע געשיכטע אין פּוילן זאָל נישט פֿאַרגעסן ווערן. מיט דעם ציל האָט די פֿונדאַציע, צווישן אַנדערן, געשאַפֿן דעם יערלעכן "יצחק־באַשעוויס זינגער־פֿעסטיוואַל" פֿון ייִדישער קולטור, אײַנגעפֿירט אַן עסיי־קאָנקורס פֿאַר פּוילישע גימנאַזיע־סטודענטן, געדרוקט ווערק פֿון יוליאַן טוּווים און וויסלאַוואַ סימבאָרסקאַ, געגרינדעט אַ "צענטער פֿאַר ייִדישער קולטור" מיט שפּראַכקלאַסן און וואַרשטאַטן אויף ייִדיש, דורכגעפֿירט טעאַטער־פֿאָרשטעלונגען און פֿילמען וועגן פּוילישע ייִדן. אין 1994, האָט גאָלדע טענצער אויף פּוילישער טעלעוויזיע, געבעטן בײַם עולם אַרײַנצושיקן פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון פּוילישע ייִדן, וואָס זיי פֿאַרמאָגן, כּדי צוזאַמענצושטעלן אַזאַ אויסשטעלונג און אַרכיוו. די סקעפּטיקער האָבן געטענהט, אַז טענצער מאַכט זיך נאַריש און קיין בילדער וועט מען נישט באַקומען. אָבער איר אויסרוף האָט, זעט אויס, יאָ געפֿונען אַן אָפּרוף, און עס האָט זיך אָנגעהויבן צו שיטן מיט בילדער און אַנדערע מאַטעריאַלן, וואָס האָבן זיך אָפּגעפֿונען בײַ די פּאָליאַקן. אַן ערך 4,000 בילדער זענען אינעם ערשטן חודש אַרײַנגעשיקט געוואָרן, און אין די חדשים און יאָרן נאָך דעם, האָט מען געשיקט נאָך טויזנטער בילדער און חפֿצים, נישט נאָר פֿון יעדן דאָרף און שטעטל אין פּוילן, נאָר אויך פֿון פּוילישע ייִדן צעוואָרפֿן אין אַלע עקן וועלט, וועלכע האָבן געהערט וועגן דער זאַמל־אַרבעט. פֿון די מאַטעריאַלן האָט מען אַרויסגעגעבן אַ פּרעכטיקן אַלבאָם מיטן זעלבן טיטל ווי די אויסשטעלונג. אין איר פּאָעטישן אַרײַנפֿיר צום בוך שרײַבט גאָלדע טענצער: "אין די פֿאָטאָגראַפֿיעס, וועלכע ווערן אַרײַנגענומען אין דעם אַלבום, שפּילן זיך אָפּ סצענעס פֿון אַ טראַגישער דראַמע, וואָס די געשיכטע האָט געשריבן. אַ דראַמע וואָס איז מיט גוואַלד אַרײַן אין מענשטנס היימען, וואָס האָט צעשטערט דאָס אַמאָליקע באַשיידענע לעבן פֿון דורות פּוילישע ייִדן. זייערע אימאַזשן זענען געבליבן געשטעמפּלט אין זכּרון. אָביקעטן און צוגאָבן האָבן איבערגעלעבט, וואָס איינער אַ פֿילאָסאָף האָט אָנגערופֿן, ׳די טרערן פֿון זאַכן'. און ס׳רעדט זיך נישט בלויז פֿון טרערן פֿאַר אַ טעפּל מיט אַ צעבראָכענעם אויער, אַ קרומען פּלויט אין אַ גאַליציאַנער שטעטל, די שיך פֿון אַ וואַנדערער, דאָס היטל פֿון אַ דאָרפֿס־סוחר. ס׳איז אויך אַ קלאָגעניש פֿאַר אַ פֿאַרלוירענער וועלט וואָס קען הײַנט צוריקקומען בלויז אין די אַלטע בילדער." די קוראַטאָרן פֿון די בילדער אין וואַרשע האָבן נישט נאָר קאַטאָלאָגירט די זאַמלונג, נאָר אויך געפּרוּווט איבערלייענען די אויפֿשריפֿטן אויף דער צווייטער זײַט פֿון די בילדער און צונויפֿשטעלן אַ מין געשיכטע פֿון ווער עס זענען די ייִדן אין בילד, אויב מעגלעך. אָפֿט מאָל האָבן די פּאָליאַקן צוגעשיקט מיט די בילדער אינפֿאָרמאַציע וועגן די מענטשן, אין אַנדערע פֿאַלן זענען געבליבן די מענטשן אומבאַקאַנט. אַזוינע מוסטערן פֿון די בריוו פֿון פּוילישע שכנים אָדער פֿרײַנד קען מען לייענען אינעם אַרײַנפֿיר. למשל, מאַריאַ פֿיכאַלקאָווסקאַ האָט געשריבן: "איך האָב געטראַכט — זאָלן אַנדערע זען די פֿאָטאָגראַפֿיעס. אפֿשר געפֿינט זיך אין ישׂראל איינער פֿון לעזשײַסק און די בילדער וועלן אין אים אויפֿוועקן גוטע און זיסע זכרונות פֿון דער צײַט פֿאַר 1939. אַן אַנדערע סיבה וואָס איך שיק די בילדער איז וואָס איך האָב געטראַכט, אַז ׳איך וואָלט געדאַרפֿט׳". יוסף קאַצמעריק האָט געשריבן: "מײַן מאַמע און די [ייִדישע] משפּחה זענען געווען פֿרײַנד. ווען די דײַטשן האָבן געהאַלטן אין אַוועקנעמען זיי פֿון אַפּט, האָבן זיי די בילדער געגעבן מײַן מאַמען צו האַלטן — אפֿשר וועט מען איבערלעבן און דאָס וועט בלײַבן ווי אַ זכר?". די פּאָליאַטשקע אַננאַ מײַ האָט געשריבן: "איך האָב אין מײַן רשות אַ בילד פֿון אַ פֿרוי מיט אַ קליין קינד פֿונעם ייִדישן פֿאָלק. זיי זענען ביידע אַנטלאָפֿן פֿון דער געטאָ אין לויוויטש און גענעכטיקט בײַ אונדז איין נאַכט. זי האָט מיר געלאָזט די פֿאָטאָגראַפֿיע". אין דער אויסשטעלונג ווערט דער טראָפּ געלייגט אויפֿן וויזועלן אַספּעקט פֿון די בילדער און די קעפּלעך לעבן בילד דערציילן נישט פֿון די דאָזיקע לענגערע ׳געשיכטעס׳ וואָס מע קען לייענען אינעם אַלבאָם. אָבער אַפֿילו ווי אַן אויסשטעלונג פֿון אימאַזשן פֿון פּוילישע ייִדן אָן דער אינפֿאָרמאַציע איז "און איך זע נאָך זייערע פּנימער" אַ שטאַרקע איבערלעבונג פֿאַרן צוקוקער. די אויסשטעלונג הייבט זיך אָן מיט אַן אויסקלײַב פֿון פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון דער טראַדיציאָנעלער וועלט — רביים, ישיבֿה־בחורים, ייִדן אין שיל, ייִדן בײַם לערנען. דערנאָך אינעם גרעסערן צווייטן טייל פֿון דער אויסשטעלונג זעט מען משפּחה־בילדער, ייִדן אין געשעפֿט, אויף דער גאַס, אויף שׂימחות, בילדער פֿון סאַציאַלע און געזעלשאַפֿטלעכע גרופּעס. אַזוי אַרום באַקומט זיך אַן אַרומנעמיק בילד פֿון די פּוילישע ייִדן פֿון אַמאָל, און די טראַגעדיע פֿון זייער חורבן רײַסט בײַם האַרצן. דער "ישיבֿה־אוניווערסיטעט־מוזיי" געפֿינט זיך אינעם "צענטער פֿון ייִדישער געשיכטע", 15 וועסט 16טע גאַס אין מאַנהעטן. דער אַרײַנגאַנג צו דער אויסשטעלונג איז פֿרײַ. |