- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
עס האָט זיך געעפֿנט אינעם "ישיבֿה־אוניווערסיטעט־מוזיי" אין ניו־יאָרק אַ פֿאַרכאַפּנדיקע אויסשטעלונג פֿון אַלטע פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון פּוילישע ייִדן. די אויסשטעלונג — "און איך זע נאָך זייערע פּנימער" — האָט מען צוגעגרייט לכתּחילה פֿון דער "שלום־פֿונדאַציע" אין וואַרשע; און די געשיכטע, ווי אַזוי מע האָט געזאַמלט די פֿאָטאָגראַפֿיעס איז אויך אַן אינטערעסאַנטע. איך שטיי בײַ דער קאַסע אינעם "פֿוד עמפּאָריום" סופּערמאַרק, און וואַרט צו באַצאָלן. די יונגע קאַסירערין אַרבעט פֿלינק. אָבער דערנאָך, ווען זי עפֿנט דאָס מויל מיר צו זאָגן דעם פּרײַז, דערזע איך אויף דער צונג אַ זילבערדיק צונג־רינגל. נישט ווילנדיק, רופֿט עס אַרויס אין מיר אַ מיגל. ערשט דעמאָלט באַמערק איך אויך אַ צווייט רינגל אויף דער לינקער ברעם, און אַ דריטס אויפֿן פּופּיק, וואָס ווינקט אַרויס אונטער איר קורץ העמדל. די ליבהאָבער פֿון קנאָבל וועלן פֿון דער פּאָטראַווע זיכער הנאה האָבן. מע דאַרף עס אָבער אָנהייבן צוגרייטן אַ נאַכט פֿריִער (אָדער צום ווייניקסטן, 3 שעה), כּדי דאָס וואַסער זאָל אָפּרינען און שאַפֿן די געהעריקע געדיכטקייט. איר קענט ניצן אָדער אַ זײַ־טיכל (cheesecloth), אָדער אַ קאַווע־פֿילטער דאָס צו טאָן.
4 טעפּלעך פּשוטער יאָגורט
אין די חרדישע קרײַזן נעמט מען ערנסט אויף דעם ענין "קול אישה" — אַז אַ מאַנסביל טאָר נישט הערן ווי אַ פֿרוי זינגט. בײַ די מאָדערנע פּוסקים איז דאָ אַ חילוקי־דעות, צי דער פֿאַרווער איז אויך חל אויף אַ רעקאָרדירט קול, וווּ מע קען נישט זען די זינגערין, אָדער אויף סיטואַציעס ווען פֿרויען זינגען צוזאַמען מיט מענער ווי, למשל, בײַ די שבתדיקע זמירות אָדער בײַם דאַווענען אין שיל. פֿונדעסטוועגן, שאַפֿט "קול אישה" אַ שטיקל פּראָבלעם פֿאַר די פֿרויען, וועלכע האָבן שטאַרק ליב צו זינגען און האָבן אַ טאַלאַנט דערצו. קאַרטאָפֿל און קנאָבל זענען באַקאַנטע אינגרעדיענטן אין דער מיזרח־אייראָפּעיִשער ייִדישער קאָכערײַ, אָבער דאָ באַקומען זיי אַן איטאַליענישן טעם, אַ דאַנק דעם פּאַרמעזשאַנער קעז. אויב איר ווילט צוגרייטן דאָס מאכל ווי אַ פּאַרעווער צושפּײַז אין אַ פֿליישיקן מאָלצײַט, פֿאַרבײַט דעם קעז מיט אַן איבעריקן לעפֿל איילבערט־בוימל, איידער איר שטעלט דעם בעקן אַרײַן אין אויוון.
4 ציינדלעך קנאָבל, אָפּגעשיילט
דערצויגן געוואָרן אין דער שטאָט ניו־יאָרק, בײַ אַ משפּחה וואָס האָט נישט פֿאַרמאָגט קיין אויטאָ, האָב איך אַ גרויסן חלק פֿון מײַן לעבן "אויסגעלעבט" אויף דער אונטערבאַן ("סאָבוויי"). הגם הײַנט פֿאָר איך בדרך־כּלל מיטן אויטאָ און מיט דער מחוץ־שטאָטישער באַן "מעטראָ־נאָרט" (Metro North), מוז איך מודה זײַן, אַז מײַנע יאָרן אויף דער אונטערבאַן האָבן זיכער געהאָלפֿן צו אַנטוויקלען בײַ מיר דאָס געפֿיל פֿון אַן עכטן ניו־יאָרקער. דער אַרטישאָק האָט אַן אינטערעסאַנטע געשיכטע. אינעם 16טן יאָרהונדערט האָבן בלויז די מאַנסבילן געמעגט אים עסן, ווײַל מע האָט געהאַלטן די אַרטישאָק־בלעטער פֿאַר אַן אַפֿראָדיזיאַק (אַ מיטל צו פֿאַרשטאַרקן דעם סעקסועלן כּוח). מע האָט אויך באַניצט דעם אַרטישאָק ווי אַן אָטעם־רייניקער און אַפֿילו אַ דעאָדאָראַנט. וווּ קען מען הײַנט־צו־טאָג געפֿינען אַ שפּרודלדיקן, מוזיק־באַגלייטן קלוב, וווּ כּמעט אַ העלפֿט פֿון די פֿאַרזאַמלטע זענען פֿליסיקע ייִדיש־רעדער אונטער 30 יאָר? "טשאָלנט", אַרויסגערעדט בײַ דער חבֿרה ווי TSHULnt, טרעפֿט זיך יעדן דאָנערשטיק אויפֿדערנאַכט, פֿון 10:00 ביז בערך 2:30 פֿאַרטאָג, אויפֿן דריטן גאָרן פֿון דער "מילינערי־שיל" — אַן אַלטער בנין אין דער אַמאָליקער קליידונג־געגנט, אין מאַנהעטן. דער צימער איז אַ ביסל אָפּגעלאָזן, אין פֿאַרגלײַך מיט די אַנדערע לאָקאַלן אין מאַנהעטן, אָבער פֿון דער אַנדערער זײַט — צאָלט מען דאָ נישט קיין אַרײַנטריט־געלט.
דאָס איז, אַגבֿ, אַ רעצעפּט וואָס מע קען גרינג צופּאַסן צו אַנדערע גרינסן. דעם קאַליפֿיאָר, למשל, קענט איר אויסבײַטן אויף צעשניטענע סטרוטשקעס (green beans) אָדער מערלעך. און נאָך איין זאַך: געוויינטלעך, בײַם אָפּפּרעגלען די קערעלעך אינעם הייסן בוימל, ווערט אַ רויך אין קיך. האָב איך דערפֿאַר אַן עצה: עפֿנט די פֿענצטער אָדער שטעלט אָן אַ ווענטילאַטאָר איידער איר הייבט אָן קאָכן...
דער מאָנומענט, באַקאַנט ווי "דער דענקמאָל פֿאַר די קרבנות פֿון געטאָ", איז הײַנט אַליין אַ "קרבן" פֿון דער מחלוקת צווישן דעם לובלינער שטאָטראַט, וועלכער וויל העכערן דאָס פֿינאַנציעלע ווערט פֿונעם צענטער שטאָט, און דער לובלין־געבוירענער שארית־הפּליטה, וואָס וויל, אַז לובלין זאָל אָפּגעבן כּבֿוד איר אַמאָליקן ייִדישן ייִשובֿ. פֿאַרן חורבן האָבן אין דער שטאָט געלעבט בערך 43,000 ייִדן — אַ פֿערטל פֿון דער אַלגעמיינער באַפֿעלקערונג. הײַנט לעבן דאָרט בלויז 30 ייִדן.
|