Video Banner
‫פֿון רעדאַקציע

ווי מע רעדט שוין אַ גאַנצע וואָך, זײַנען פֿון ציפּערן אָפּגעשוווּמען 9 שיפֿן מיט 750 פּאַסאַזשירן און הומאַניטאַרער הילף פֿאַר די אײַנוווינער פֿון עזה. דאָס דאָזיקע שליחות, וואָס האָט זיך אַ נאָמען געגעבן "פֿרײַהייט־פֿלאָטיליע" איז איניציִיִרט געוואָרן דורך דער איסלאַמישער אָרגאַניזאַציע IHH, ווי אויך אַנדערע אינטערנאַציאָנאַלע גרופּעס, וואָס זייער הויפּט־ציל איז דורכצורײַסן די עקאָנאָמישע בלאָקאַדע פֿון עזה. די באַטייליקטע מאַכן אַליין נישט קיין סוד, אַז זייער שליחות טראָגט בפֿירוש אַ פּאָליטישן, אַנטי־ישׂראלדיקן כאַראַקטער, איידער באמת אַ הומאַניטאַרן ציל.


געזעלשאַפֿט, קהילה־לעבן
פֿון דובֿ שטולבאַך (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
בועז ביסמוט (רעכטס) מיטן ראָש־הקהל אין תּימן

פֿאַראַן אין ישׂראל אַ מוטיקער און געוואַגטער זשורנאַליסט, זײַן נאָמען איז — בועז ביסמוט — און זײַן געוואַגטקייט באַשטייט אין דעם וואָס ער שרעקט זיך נישט צו באַזוכן די אַראַבישע לענדער און קומען אין באַריר מיט ייִדן.

ווי אַזוי טוט ער עס? ער האָט מסתּמא צוויי פּאַספּאָרטן: איינעם אַ ישׂראלדיקן וואָס ער האָט מסתּמא אויף אַ זיכער אָרט מען זאָל אים נישט זען, און דעם צווייטן — פֿון אַן אייראָפּעיִשער מדינה. מיט דעם לעצטן האָט ער שוין באַזוכט אַ גאַנצע ריי אַראַבישע לענדער און געשריבן וועגן די ייִדן. איצט איז געקומען די ריי אויף תּימן, וווּ עס זענען נאָך געבליבן 130 פֿון אַחינו־בני־ישׂראל, וועלכע האָבן בשעתּו נישט געוואָלט עולה זײַן, און איצט — ווען דער מצבֿ איז דאָרט געוואָרן אומדערטרעגלעך ווײַל מען הרגעט ייִדן — בעטן זיי מען זאָל זיי העלפֿן.


מוזיק
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן
אוירווינג פֿילדס

אין אויגוסט וועט דער פּיאַניסט אוירווינג פֿילדס ווערן 95 יאָר. במשך פֿונעם לעצטן יאָרצענדליק איז ער אויפֿגעטראָטן עטלעכע מאָל בײַם יערלעכן באַנקעט פֿון די ייִדישע אַקטיאָרן אין ניו־יאָרק, און אַלע האָבן באַוווּנדערט ווי אַ ייִד אין אַזאַ עלטער קען נאָך שפּילן אַזוי פֿלינק און צונויפֿשטעלן אַזוי שאַפֿעריש אַ "פּאָפּורי" פֿון פּאָפּולערע טעאַטער־לידער. דעם אמת געזאָגט, האָב איך בײַ זיך געטראַכט, אַז ער שפּילט בעסער פֿון די הײַנטיקע יונגע קלעזמער־פּיאַניסטן, וואָס ווערן געלויבט אומעטום. בײַם עלטערן דור האָט מען אים געדענקט פֿון די 1950ער יאָרן, ווען ער האָט לאַנצירט דעם זשאַנער פֿון שפּילן ייִדישע מעלאָדיעס מיט "טראָפּישע" ריטמען. אין יענע יאָרן האָבן די "מאַמבאָ"־ און "רומבאַ"־טענץ געהערשט אויף שׂימחות, און זײַנע קאָמפּאָזיציעס און אַראַנזשירונגען זענען גאָר פּאָפּולער געוואָרן אויף ייִדישע חתונות און קערמעשלעך.


געשיכטע, דאָס פּינטעלע ייִדיש
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון גענאַדי עסטרײַך
וואַרשע, 1922. מיטגלידער פֿון יונגע ייִדישע ליטעראַטן: (פֿון לינקס) אסתּר שומיאַטשער,
אורי־צבֿי גרינבערג, פּרץ הירשביין, מענדל עלקין, חנה קאַציזנע, אַלטער קאַציזנע, אסתּר עלקין

דעם 15טן יולי 1921 האָט ב. צבֿיון (בן-ציון האָפֿמאַן, 1874—1954), איינער פֿון די פֿירנדיקע זשורנאַליסטן פֿון "פֿאָרווערטס", געשריבן אין דער צײַטונג וועגן דער קולטור-ליגע:

יעדער, וואָס אינטערעסירט זיך מער אָדער ווייניקער מיט דעם ייִדישן לעבן אין אוקראַיִנע, ווײַסרוסלאַנד, פּוילן, ליטע און לאַטוויע (לעטלאַנד), האָט געוויס געהערט וועגן דער ייִדישער קולטור-ליגע. [...] די קולטור-ליגע איז געגרינדעט געוואָרן אין חודש אַפּריל 1918, און אין אַ גאַנץ קורצער צײַט האָט זיך איר טעטיקייט פֿאַרשפּרייט איבער גאַנץ אוקראַיִנע. אַרום דער קולטור-ליגע האָבן זיך אָנגעפֿאַנגען קאָנצענטרירן די פֿאַרשידנאַרטיקסטע קרעפֿטן פֿון דער ייִדישער ראַדיקאַלער אינטעליגענץ, וועלכע זײַנען געווען פֿאַראינטערעסירט אין דער בויונג פֿון די ייִדישע פֿאָלקס-מאַסן און אין דער אַנטוויקלונג פֿון דער ייִדישער קולטור. [...]


קולטור, ייִדיש־וועלט
פֿון מיכאל מאַסאַרסקי (‫אַמעריקע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
שלום-עליכם מיט זײַנע אייניקלעך: טאַמאַראַ און בעלאַ, מאַנטרע, 1912

זונטיק, דעם 16טן מײַ, האָבן די קרובֿים און פֿילצאָליקע פֿאַרערער פֿון שעפֿערישן עזבֿון פֿונעם גרויסן ייִדישן שרײַבער, שלום-עליכם, אָפּגעמערקט זײַן 94סטן יאָרצײַט אינעם בנין פֿון דער "ברודערשאַפֿט"-סינאַגאָגע אין מאַנהעטן. די הײַיאָריקע פֿאַרזאַמלונג פֿונעם "עלטסטן לעבעדיקן עולם אין ניו-יאָרק" (ווי עמעצער האָט אָנגערופֿן אַמאָל די אָנטיילנעמער-סבֿיבֿה פֿון שלום-עליכמס יאָרצײַטן), האָט געעפֿנט איינער פֿון זײַנע אוראייניקלעך, קענעט קאַופֿמאַן. די פֿראַגמענטן פֿונעם שרײַבערס צוואה, אויף ייִדיש און ענגליש, האָבן פֿאָרגעלייענט דער באַקאַנטער אַקטיאָר, בינע-רעזשיסאָר און מוזיקאַנט, זלמן מלאָטעק, און שלום-עליכמס אייניקל, שערווין קאַופֿמאַן (מיט עטלעכע וואָכן צוריק, איז ער געוואָרן 90 יאָר אַלט).


פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אַ גרויסער טייל פֿון די פֿריִערדיקע צוויי פּרשיות איז געווידמעט די חשבונות פֿון ייִדישע שבֿטים, ווי אויך די קרבנות, וואָס די נשׂיאים פֿון יעדן שבֿט האָבן געבראַכט, כּדי צו הייליקן דעם משכּן.

ווי מיר האָבן באַהאַנדלט מיט אַ וואָך צוריק, ווען די מענטשן לעבן באחדות, ווערט דאָס באַזונדערע חשיבֿות פֿון אַ געוויסער גרופּע מענטשן אָדער אַ געוויסן יחיד אָפּגעשפּיגלט אין אַלעמען. למשל, ווען אַ חבֿרה מענטשן בויען צוזאַמען אַ הויז, פֿרייט זיך יעדער פֿון זיי מיט די המצאות פֿון זײַנע חבֿרים, וואָס גיבן מער חשיבֿות צו זייער אַלגעמיינער שאַפֿונג.