- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
בלויז אין די לעצטע פֿינף יאָר זײַנען אין ישׂראל פֿאָרגעקומען געשעענישן, וואָס פֿאַר אַן אַנדער מדינה איבער דער וועלט וואָלט עס געווען גענוג פֿאַר 50 יאָר. קוקט אַליין: צוויי מלחמות — אין לבֿנון און עזה, דאָס צעשמעטערן דעם סירישן נוקלעאַרן אָביעקט, פֿריצײַטיקע וואַלן און דער רעגירונג־בײַט פֿון "קדימה" צום "ליכּוד"; אויב ס'איז ווייניק, האָט איר נאָך די טראַגישע עוואַקואַציע פֿון די ייִדישע ייִשובֿים פֿון עזה, צפֿון־שומרון און די געפֿענקעניש פֿון גלעד שליט. דער חזון, די וויזיע פֿון דעם נײַעם מיטעלן מיזרח האָט זיך ווידער באַוויזן אויפֿן האָריזאָנט. ניין, דאָס איז נישט יענער ליכטיקער מיטעלער מיזרח, וועלכן דער מדינה־פּרעזידענט שמעון פּערעס האָט געהאַט צוגעזאָגט מיט יאָרן צוריק, נאָכן חתמנען דעם הסכּם פֿון אָסלאָ און פֿאַר דעם מאָרד פֿון יצחק ראַבין. דאָס איז דער נײַער מיטעלער מיזרח, וועלכער איז געוואָרן אָנגעזאָגט דורך דעם רעגירונגס־שעף פֿון טערקײַ, דעם מאַן, וואָס האָט זיך פֿאַרמאָסטן צוריקצוקערן דעם נאָענטן אָריענט אין שויס פֿון דער אָטאָמאַנישער אימפּעריע. מיר איז תּמיד אַ פֿאַרגעניגן צו פֿאָרן קיין ישׂראל, נישט בלויז ווײַל ס׳גיט מיר אַ געלעגנהייט צו פֿאַרבעסערן מײַן העברעיִש, נאָר אויך ווײַל איך באַקען זיך בעסער מיט די ישׂראלדיקע אײַנוווינער, וואָס איז שווער צו באַקומען פֿון דער אַלגעמיינער ישׂראלדיקער פּרעסע. דאָס מאָל האָבן מײַן מאַן, לייבל, און איך געהאַט אַ גאָלדענע געלעגנהייט זיך נעענטער צו באַקענען מיט אונדזערע חרדישע קרובֿים, בעת אַ צוויי־וואָכיקער וואַקאַציע אין דער ייִדישער מדינה, לכּבֿוד דער חתונה פֿון אונדזער פּלימעניק (מײַן שוועסטער, איידלס זון), משה־לייב.
K. E. Fleming. די געשיכטע פֿון ייִדן אין גריכנלאַנד געהערט ניט צו דעם הויפּטשטראָם פֿון דער ייִדישער געשיכטע, הגם אייניקע ייִדישע קהילות אין הײַנטיקן גריכנלאַנד זײַנען די סאַמע אַלטע אין אייראָפּע. און הגם ייִדן האָבן זיך באַזעצט אין גריכנלאַנד נאָך פֿאַרן חורבן פֿונעם צווייטן בית־המקדש, איז דער באַגריף פֿון "גריכישע ייִדן" גאָר אַ נײַע דערשײַנונג. דאָס רובֿ ייִדן, וואָס האָבן אַ מאָל געלעבט אויף דער טעריטאָריע, וואָס געהערט הײַנט צו גריכנלאַנד, האָבן גאָר ניט צו טאָן מיט גריכן. די הײַנטיקע פּרשה הייבט זיך אָן מיט די הלכות פֿון פּרה־אַדומה — דאָס אַש פֿון אַ רויטער קו, מיט וועלכן די כּהנים פֿלעגן אָפּרייניקן נאָך אַ קאָנטאַקט מיט אַ טויטן. כּדי דורכצופֿירן דעם ריטואַל, האָט מען קודם געמוזט געפֿינען אַ ריין־רויטע קו, וואָס האָט קיינמאָל נישט געטראָגן קיין יאָך, צו שעכטן זי און צו פֿאַרברענען מחוץ דעם הר-הבית, אויסצומישן דאָס אַש מיט קוואַל־וואַסער און אַנדערע ספּעציעלע מאַטעריאַלן. |