- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
ווי מיר געדענקען פֿון דער אַלט־גריכישער מיטאָלאָגיע, האָט די נײַגעריקע פּאַנדאָראַ געעפֿנט דאָס קעסטעלע, וואָס דער מאַן אירער האָט עס פֿאַרווערט צו טאָן. דעמאָלט האָבן זיך אַ שיט געטאָן פֿון דעם אַלע צרות אויף דער וועלט, וואָס אַרײַנטרײַבן זיי צוריק אינעם קעסטעלע איז שוין געווען אוממעגלעך.
די רעזשיסאָרן פֿון די לעבעדיקע דראַמעס וועלכע בויען די געשיכטע, פֿירן זיך אויף אַזוי ווי די דראַמאַטורגן אין האָליוווּד, אין דער טעלעוויזיע און הינטער די קוליסן פֿון די טעאַטערס. יעדער איינער וויל יעדן אַנדערן איבעריאָגן, איבערשטײַגן אין דעם דערפֿאָלג און אין דער פּאָפּולאַריטעט, אָדער, ווי מען רופֿט עס הײַנט: אין דעם "רייטינג". אָט זײַנען אָקערשט אויסגעבראָכן איינער נאָכן אַנדערן צוויי דראַמאַטישע סקאַנדאַלן. האָבן זיי נאָך נישט באַוויזן זיך אָנצוּוואַרעמען אָדער אָפּצוקילן — און עס איז אָנגעפֿלויגן אַן אַלוועלטלעכער, אַ שטורמישער דיגיטאַלישער, צי עלעקטראָנישער, איך האָב נישט קיין ספֿק אַז אַמאָל, ווען מיר האָבן פֿאַרמאָגט מיליאָנען ייִדיש־רעדנדיקע אָפּנעמער פֿון ייִדישן טעאַטער, פּרעסע און ליטעראַטור, ווען ייִדיש האָט געבליט מיט אינטעלעקטועלן פֿאַרנעם, האָט מען געקענט שטעלן שעקספּירס ווערק, ווי עס האָבן געטאָן שלמה מיכאָעלס אין מאָסקווע און מאָריס שוואַרץ אין ניו־יאָרק. און נישט נאָר מאָריס שוואַרץ, נאָר אויך באָריס טאָמאַשעווסקי און יעקבֿ אַדלער. פֿאַרשטייט זיך, אַז די לעצטע צוויי האָבן אַ ביסל אונטערגעזינדיקט דערמיט וואָס זיי האָבן קאָנקורירט צווישן זיך דערמיט וואָס זייערע איבערזעצער האָבן איבערגעזעצט שעקספּירן אין איין מעת־לעת. אין דער געשיכטע פֿון אַמעריקאַנער קלעזמער־מוזיק אינעם 20סטן יאָרהונדערט האָט דער מוזיקער דייוו טאַראַס און זײַן קלאַרנעט געשפּילט אפֿשר די וויכטיקסטע ראָלע. אַ דאַנק אים איז דער קלעזמער־קלאַנג אַמעריקאַניזירט געוואָרן, און ווי אַ מוזיקאַלישע בריק צווישן דער אַלטער און נײַער היים, וועט מען אים תּמיד געדענקען.אויך וואָס שייך דער פּאָפּולערער ייִדישער טעאַטער־מוזיק אין דער אַזוי־גערופֿענער "גאָלדענער תּקופֿה" פֿון פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלמחמה אין ניו־יאָרק, האָט טאַראַס און זײַן קלאַרנעט איבערגעלאָזט אַן אומפֿאַרגעסלעכן שפּור.
Rebecca Kobrin. ביאַליסטאָק איז געווען אי אַ טיפּישע ייִדישע שטאָט אינעם רוסישן טייל פֿון פּוילן, אי אַ יחיד־במינו, אַן אייגנאַרטיקע דערשײַנונג צווישן אַנדערע ייִדישע שטעט אין דער אַמאָליקער רוסישער אימפּעריע. מיט העכער ווי פֿופֿציק טויזנט ייִדישע תּושבֿים, וואָס האָבן באַטראָפֿן בערך דרײַ־פֿערטל פֿון דער גאַנצער באַפֿעלקערונג פֿון דער שטאָט, איז ביאַליסטאָק געווען ענלעך צו באַרדיטשעוו. ווי מיר האָבן באַהאַנדלט מיט אַ וואָך צוריק, טראָגט די פֿאָריקע פּרשה דעם נאָמען "וישבֿ", "און ער האָט זיך באַזעצט", הגם דאָרטן גייט אַ רייד נישט וועגן יוספֿס סכּנותדיקע פּאַסירונגען ווי אַ מיצרישער שקלאַף און וועגן יעקבֿס עגמת־נפֿש צוליב דעם פֿאַרלוסט פֿון זײַן זון. פֿונדעסטוועגן, האָבן די דאָזיקע אומרויִקע געשעענישן געבראַכט, בײַם סוף, רו און כּבֿוד צו יעקבֿס משפּחה. ווען יוסף וואָלט נישט פֿאַרקויפֿט געוואָרן קיין מצרים, וואָלט זײַן משפּחה געליטן פֿון הונגער אין ארץ־כּנען. |