- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
דעם געוועזענעם הויך־געשטעלטן סאָוועטישן און שפּעטער רוסלענדישן פֿונקציאָנער יעווגעני פּרימאַקאָוו, אַ באַקאַנטער אַראַביסט, אַ גרויסער פֿרײַנד פֿון יאַסיר אַראַפֿאַט, סאַדאַם כוסיין און דעם פּאָליטישן פֿירער פֿון "כאַמאַס" כאַלעד מאַשאַל, איז שווער צוצושרײַבן צו די פֿרײַנד פֿון ישׂראל. פֿונדעסטוועגן, איז פֿאָרט כּדאַי אויסצוהערן זײַן פּראָפֿעסיאָנעלע מיינונג וועגן דעם וואָס עס קומט הײַנט פֿאָר אין מיטעלן מיזרח צווישן ישׂראל און דער פּאַלעסטינער אַדמיניסטראַציע. אַז פּרימאַקאָוו איז אַ גרויסער מומחה אין די פֿראַגעס איז קיין צווייפֿל נישט. מיט אַ חודש צוריק האָט די גרעסטע ייִדישע בילדונג־אַגענטור אין ניו־יאָרק, Board of Education of New York, געביטן איר נאָמען אויף The Jewish Education Project (דער ייִדישער דערציִונג־פּראָיעקט), און באַשלאָסן צו שילדערן איר נײַע אידענטיטעט דורך אַ פֿאַרכאַפּנדיקער אויסשטעלונג פֿון אַ יונגער ייִדישער קינסטלערין און קונסט־פּעדאַגאָג. די אויסשטעלונג, The Art of Seeing (די קונסט פֿון זען), וואָס געפֿינט זיך אינעם גרויסן ביוראָ פֿון דער פּעדאַגאָגישער אינסטיטוציע אין מאַנהעטן, שטעלט אַרויס די ווערק פֿון טאַניאַ פֿרעדמאַן, אַ 25־יאָריקע געבוירענע אין סיינט־לויִס, וואָס אירע אייל־בילדער, פּאָרטרעטן און קאָלאַזשן שילדערן אַן אייגנאַרטיק געמיש פֿון פֿאַרשידענע קולטורן און גמרא־טעקסט.
יעדער ייִד, וועלכער איז באַקאַנט מיט די נעמען פֿון גרויסע רבנים און רביים, האָט זיכער געהערט פֿונעם באַרדיטשעווער רבין, דעם בריסקער רבֿ, דעם מעזשריטשער מגיד און דעם ווילנער גאָון, הגם נישט יעדער ווייסט, וווּ די דאָזיקע שטעטלעך געפֿינען זיך פּינקטלעך. בײַ אייניקע פֿעלקער — למשל, בײַ די אירלענדער — זענען פֿאַראַן לידער וועגן כּמעט אַלע זייערע שטעטלעך. די אייניקלעך פֿון די אירלענדישע אימיגראַנטן, וואָס וווינען שוין צוויי־דרײַ דורות אין אַמעריקע, זינגען נאָך אַלץ אַזעלכע לידער ווי "ספּענסיל־היל" אָדער "די פֿעלדער פֿון אַטענרײַ", הגם בלויז אַ טייל פֿון זיי קאָנען אָנווײַזן די דאָזיקע ערטער אויף דער מאַפּע פֿון אירלאַנד. צווישן די ייִדישע גדולים אין די דראַמאַטיש־גורלדיקע יאָרן פֿון אייראָפּעיִשן ייִדנטום פֿאַרנעמט שמעון דובנאָוו אַ זייער בכּבֿודיק אָרט. זײַן לעבנסווערק "די וועלט־געשיכטע פֿון ייִדישן פֿאָלק" אין צען בענד איז פֿול, אָדער געקירצט, איבערגעזעצט געוואָרן אין כּמעט אַלע קולטור־שפּראַכן. אויף דעם יסוד זײַנען צונויפֿגעשטעלט געוואָרן אַ שלל לערנביכער. זײַנע נאָכפֿאָלגער זײַנען געוואָרן פּרעסטיזשפֿולע ייִדישע היסטאָריקער. דובנאָווס פֿאָרשערישע און געזעלשאַפֿטלעכע טעטיקייט פֿון זײַן יוגנט ביזן לעצטן אָטעם, איז געווען ענג באַהאָפֿטן מיט די פֿריידן און ליידן פֿון פּײַנפֿולן ייִדישן פֿאָלק. פֿאַרוואָס ווערט עס באַטאָנט? ווײַל צענדליקער טויזנטער פֿון זײַנע שטאַמברידער האָבן אין פֿרעמדע רייען געדאגהט ווי אויסצולייזן די רוסישע אימפּעריע און פֿאַר איינס די וועלט. די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָבן מיר פֿאַרענדיקט דעם חומש "בראשית", וווּ עס גייט אַ רייד וועגן דעם לעבן פֿון די ייִדישע אָבֿות און אמהות. פֿון הײַנט אָן הייבן מיר אָן צו לייענען דעם חומש "שמות", וועלכער הייבט זיך שוין אָן מיט אַ שפּעטערדיקן פּעריאָד. בײַם אָנהייב, האָט יעקבֿס משפּחה געלעבט אין מצרים גאַנץ רויִק, און האָט זיך היפּש פֿאַרמערט, און געוואָרן אַ גאַנץ פֿאָלק. ווען יוסף מיט זײַן גאַנצן דור זענען ניפֿטר געוואָרן, האָט דער נײַער מיצרישער קיניג אָנגעהויבן פֿאַרשקלאַפֿן און רודפֿן די ייִדן. |