- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
די סאַמע הייסע נײַעס הײַנט קומען פֿונעם מיטעלן מיזרח. מע פֿאַלט צו צום קאָמפּיוטער, צו די עלעקטראָנישע צײַטונגען, נישט נאָר ווײַל מע נעמט זיך אַזוי שטאַרק איבער פֿאַרן גורל פֿון די רעוואָלטירטע פֿעלקער; זייערע רעוואָלוציעס ברענגען אַרײַן אַן איבערקערעניש אין אונדזער אייגן לעבן. זיי דראָען נישט בלויז צו דעסטאַביליזירן דעם ענערגעטישן וועלט־מאַרק, נאָר אַרויפֿוואַרפֿן אויף די מערבֿ־לענדער אַ מסוכּנעם עמיגראַציע־צונאַמי. דערווײַל איז אייראָפּע געשטימט קעמפֿעריש און לאָזט זיך נישט פֿאַרפֿלייצט צו ווערן מיט "פֿרעמדע". אָבער ווי עס זאָל נישט זײַן, איז ביז אַהער געוואַקסן די עמיגראַציע פֿון יאָר צו יאָר; צו שטעלן אַ דאַמבע פֿאַר דעם שטראָם אויסגעהונגערטע, בייזע און אויפֿגערייצטע מענטשן איז כּמעט אוממעגלעך. אַ בין, זאָגט מען, זוכט וווּ ס'איז זיסער, אַ פֿיש — וווּ ס'איז טיפֿער, און אַ מענטש זוכט אַן אָרט, וווּ ס'איז אים בעסער. די איצטיקע אַנטוויקלונגען אין מיטעלן מיזרח לאָזן נישט איבער קיין ספֿק, אַז ער וועט מאָרגן־איבערמאָרגן שוין נישט זײַן דער זעלבער מיטעלער מיזרח, ווי ער איז געווען נעכטן־אייערנעכטן. קיינער קען אָבער נישט פֿאָרויסזאָגן ווי אַזוי אָט דער "נײַער מיטעלער מיזרח" וועט אויסזען; וואָס פֿאַר אַ פּנים וועט ער האָבן אויף צומאָרגנס נאָך דער "אַראַבישער רעוואָלוציע". אַזוי ווי עס איז נאָך קיינעם נישט באַוווּסט ווי אַזוי עס וועט אויסזען די וועלט נאָך דעם ווי משיח וועט קומען... די פּאָליטישע וועלט איז איצט פֿאַרקאָכט אין איר; זי איז אומרויִק, פֿאַרזאָרגט. ווײַל דאָס וועט אָן ספֿק זיך אָפּרופֿן אויפֿן פּאָליטישן גורל פֿון דער וועלט — און אויף די סאָציאַלע פּראָבלעמען פֿון דער מענטשלעכער געזעלשאַפֿט — אויף די פּרײַזן פֿון נאַפֿט, אויף דעם סאָציאַלן וווילשטאַנד פֿון דער באַפֿעלקערונג אין די פֿאַרשיידענע לענדער, אויף די מיליטערישע בודזשעטן און אויף די נאַציאָנאַלע פּריאָריטעטן. דאָס ציווילע בירגערלעכע לעבן, מחוץ די רעוואָלטירנדיקע לענדער, גייט אָבער אָן מיט איר נאָרמאַלן גאַנג, ווי נישט זיי וואָלט מען געמיינט. אין דער צײַט ווען עס וועגט זיך דער נאַציאָנאַלער גורל פֿון אירע שכנים, איז מדינת־ישׂראל איצט באַשעפֿטיקט מיטן שטרײַק פֿון די סאָציאַלע אַרבעטער, וואָס ראַנגלען זיך אין זייער פֿאַרמעסט צו העלפֿן דער אומבאַהאָלפֿענער נויטלײַדנדיקער באַפֿעלקערונג אין באַדינגונגען פֿון זייער אייגענער סאָציאַלער געפֿאַלנקייט, אַליין זיך נייטיקנדיק אין סאָציאַלער הילף פֿון דער מדינה. דער זעקסטער ליובאַוויטשער רבי, יוסף־יצחק שניאורסאָן, שרײַבט אינעם ערשטן קאַפּיטל פֿון זײַנע זכרונות: "שוין אַרום דער אַנטשטייוּנג פֿון ליובאַוויטש אין דער גאָר ווײַטער פֿאַרגאַנגענהייט, פֿיגורירט אַ מערקווירדיקע ייִדישע פּערזענלעכקייט, וועמעס אָנדענק אין ניט פֿאַרגעסן געוואָרן אין משך פֿון דורות ביז צו אונדזער אייגענער צײַט. רב מאיר איז געווען זײַן נאָמען. ער האָט געהערט צו יענע צדיקים, וואָס האָבן געוואָלט לעבן נאָר מיט דער פּראַצע פֿון זייערע אייגענע הענט. ניט וועלנדיק בלײַבן אין זײַן אַלטער היים און בכלל וועלנדיק לייגן אַ נײַעם יסוד פֿאַר זײַן עקזיסטענץ און דער עקזיסטענץ פֿון אַנדערע ייִדן, האָט ער מיט דרײַ אַנדערע משפּחות אויסגעוואַנדערט פֿון זייער שטאָט אָדער שטעטל, און אַוועק זוכן ערגעץ אַ פֿאַרוואָרפֿן ווינקל, וווּ זיך צו באַזעצן אויפֿן לאַנד און פֿון דער אייגענער אַרבעט זיך מפֿרנס צו זײַן. קענטיק, אַז רב מאיר האָט שוין געהאַט געחלומט פֿון שאַפֿן אַ ייִדישע קאָלאָניע — אַ געדאַנק, וואָס איז שפּעטער פֿון די ליובאַוויטשער רביים אויפֿגענומען און דערפֿירט געוואָרן צו גאַנץ פּראַקטישע רעזולטאַטן. וואָרעם, ווי די מעשׂיות, וואָס ווערן דערציילט, האָט דער דאָזיקער רב מאיר זיך טאַקע פֿאַרנומען צו בויען אַ קאָלאָניע דאָרט, וווּ ליובאַוויטש געפֿינט זיך. אַרומגערינגלט מיט וואַלד, און בײַ די ברעגעס פֿון אַ טײַך, איז דער באָדן געווען געוווּנטשן פֿאַר אַ קאָלאָניע. האָבן זיך רב מאיר און די משפּחות, וואָס האָבן אים נאָכגעפֿאָלגט, זיך גענומען צו דער אַרבעט. מע האָט געהאַקט ביימער אין וואַלד און געבויט מיט זיי הײַזער. פֿאָרנדיק אויף דער אונטערבאַן, באַמערק איך אַ מאָל ווי ס׳זיצט אַ יונגע פֿרוי, צניעותדיק אָנגעטאָן מיט שוואַרצע געדיכטע זאָקן, און זאָגט תּהילים. אַזוי לערנט מען די מיידלעך אין דער חסידישער וועלט: אויב מע האָט אַ ביסל צײַט, וווּ מע זיצט מיט ליידיקע הענט, זאָל מען זאָגן תּהילים, כּדי נישט צו פֿאַרפֿעלן אַ געלעגנהייט אַרײַנצוברענגען אַ ביסל הייליקייט אין דער וועלט, און במילא אויך העלפֿן אויסצוהיילן די קראַנקע, די פֿאַרוווּנדיקטע און די קימפּעטאָרינס. דערפֿאַר איז מיר געווען אַ חידוש לעצטנס אויסצוגעפֿינען, אַז אויף אַן אמת פֿאַרשטייען אַ סך פֿון די פֿרויען זייער ווייניק לשון־קודש, צי ס׳איז תּהילים, צי די תּפֿילות וואָס זיי זאָגן יעדן טאָג, ווײַל אין די חסידישע מיידל־שולן, בפֿרט בײַ די סאַטמערער, לערנט מען די מיידלעך בלויז אויף ייִדיש. כ׳האָב אויסגעפֿרעגט פֿיר יונגע פֿרויען פֿון חסידישע היימען: דרײַ האָבן זיך געלערנט אין די סאַטמערער שולן, און איינע אין אַ וויזשניצער. הגם די פֿיר פֿרויען פֿירן הײַנט מער נישט קיין חסידישן לעבנס־שטייגער, און דערפֿאַר קאָן זייער מיינונג וועגן די שולן זײַן אַ ביסל מער נעגאַטיוו, ווי בײַ די פֿרויען וואָס זענען געבליבן חסידים, קאָן זייער באַשרײַבונג אויך זײַן מער אָפֿנהאַרציק, ווײַל די פֿרויען שרעקן זיך נישט "אויסצוזאָגן פֿון חדר".
מיכאַיִל דאָלבילאָוו.
ביז לעצטנס האָבן די ייִדישע היסטאָריקער באַטראַכט די געשיכטע פֿון ייִדן אין רוסלאַנד ווי אַ מעשׂה פֿאַר זיך, מחוץ דעם ברייטערן קאָנטעקסט פֿון דער עטנישער און רעליגיעזער פּאָליטיק פֿון דער רוסישער אימפּעריע. אָבער ווי עס קומט אַרויס פֿון די לעצטע פֿאָרשונגען פֿון די רוסישע היסטאָריקער פֿון יענער תּקופֿה, איז די פּאָליטיק פֿון דער רוסישער מאַכט לגבי ייִדן געווען אַ באַשטאַנדטייל פֿונעם ברייטערן פּאָליטישן און אידעיִשן קאָמפּלעקס, וואָס איר צוועק איז געווען צו "דערנענטערן" אַלע פֿעלקער פֿון דער אימפּעריע צום "עלטערן ברודער", דעם רוסישן פֿאָלק. דער אַדמיניסטראַטיווער "מערבֿדיקער קאַנט", וואָס האָט געאָגראַפֿיש פֿאַרנומען דעם גרעסטן טייל פֿונעם אַמאָליקן תּחום־המושבֿ, איז געווען באַוווינט דורך פֿאַרשידענע רעליגיעזע און עטנישע עדות. די רוסישע מלוכה האָט געפֿירט לגבי זיי אַ קאָמפּליצירטע פּאָליטיק. אייניקע, ווי למשל די אוקראַיִנער און די ווײַסרוסן, האָט מען געהאַלטן פֿאַר "אייגענע", בעת די אַנדערע — די פּאָליאַקן, די דײַטשן, די ייִדן — זײַנען געווען "פֿרעמד־געבוירענע". ספּעציעל פֿאַר זיי האָט מען געשאַפֿן אַ באַזונדערן "דעפּאַרטאַמענט פֿאַר גײַסטלעכע ענינים פֿון אויסלענדישע אמונות", וואָס האָט געדאַרפֿט רעגולירן דאָס רעליגיעזע לעבן פֿון קאַטויליקער, פּראָטעסטאַנטן, ייִדן און מוסולמענער — אונטערטאַנען פֿונעם רוסישן צאַר. דער ערשטער טייל פֿון די חמישה־חומשי־תּורה — "בראשית" — פֿאָקוסירט זיך אויף דער טעמע פֿון וועלט־באַשאַפֿונג; אויף די וואָרצלען פֿון דער מענטשלעכער ציוויליזאַציע, מיט אירע מעלות און חסרונות; און אויף דער אורגעשיכטע פֿונעם ייִדישן פֿאָלק. דער אינהאַלט שטימט מיט דעם נאָמען פֿונעם דאָזיקן תּורה־טייל, וועלכער הייבט זיך אָן מיט אַ גרויסן אות "בית", וואָס סימבאָליזירט די דיאַלעקטישע באַציִונגען צווישן דעם מענטש און דעם באַשעפֿער אָדער, פֿילאָסאָפֿיש גערעדט, צווישן סוביעקט און אָביעקט. אין דער אמתן, איז נישטאָ קיין אַנדער מציאות, מחוץ דעם ג־טלעכן אַבסאָלוט; אַלע זאַכן אין דער וועלט זענען בלויז אַנטפּלעקונגען פֿון זײַן ליכט; לגבי אונדז בלײַבט אָבער די וועלט תּמיד אַ צווייזײַטיקע. דער מענטשלעכער שׂכל, אינעם געוויינטלעכן באַקאַנטן צושטאַנד פֿונעם באַוווּסטזײַן, קאָן נישט טראַכטן נישט שטעלנדיק אַ גרענעץ צווישן דעם אייגענעם "זיך", דער סוביעקט, און דעם אַרום — די וועלט פֿון אָביעקטן. |