Video Banner
‫פֿון רעדאַקציע

אין די אַמעריקאַנער־רוסלענדישע באַציִונגען, וואָס האָבן זיך אין די לעצטע צען יאָר געוואַקלט צווישן "אַ ביסל בעסער" און "אַ ביסל ערגער", האָט זיך אַרײַנגעריסן אַ נײַע טעמע — קינדער־אַדאַפּטירונג. דאָס מיינט, אַז די אַמעריקאַנער בירגער אַדאַפּטירן קינדער אָן עלטערן פֿון די רוסישע קינדער־היימען.

מע קאָן נישט זאָגן, אַז דאָס אַדאַפּטירן קינדער שפּילט אַ ממשותדיקע ראָלע אין די פּאָליטישע אָדער עקאָנאָמישע צווישן־באַציִונגען פֿון ביידע מלוכות; און בכלל, וואָס קאָן דאָ זײַן שלעכטס, אַז פֿאַרלאָזטע קינדער, בפֿרט נאָך קראַנקע אָדער מיט אַ פֿיזישן מום, געפֿינען אַ וואַרעמע היים אין אַמעריקע און ווערן באַזאָרגט סײַ מיט אַ גוטער מעדיצין און סײַ מיט אַ גוטער צוקונפֿט?

לויט דער לאָגיק איז עס טאַקע אַזוי. אָבער, זעט אויס, נישט לויט דער לאָגיק פֿון אַ פּשוטן רוסישן מענטש, וואָס אַמעריקע איז פֿאַר אים געווען און געבליבן אַ בייזער כּוח, וואָס וויל פֿאַרכאַפּן זײַן לאַנד: דורך זײַן בורזשואַזער קולטור, מאָראַלישער געפֿאַלנקייט, זנות, נאַרקאָטיקס... און לעצטנס, דורך אַדאַפּטירן די רוסישע קינדער און דערמיט זיי אָפּרײַסן פֿון זייער פֿאָטערלאַנד, שפּראַך, קולטור, רעליגיע וכדומה.


ליטעראַטור, קונסט
פֿון ביילע שעכטער־גאָטעסמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

וויסנדיק, צי נישט־וויסנדיק, פֿאַרצייכענען אַ מאָל פּאָעטן און שרײַבער אַ וועלט מיט כאַראַקטעריסטיק וועגן זיך דורך קליינע גראַפֿישע סימבאָלן, וואָס די שרײַבער אַליין צייכענען אין זייערע ביכער אָדער בריוו. דורך דער גראַפֿיק ווערט אַנטפּלעקט דעם שרײַבערס כאַראַקטער, זײַן קונסט־ און וועלט־באַנעם.

אָט, למשל, דער פּאָעט פֿריד ווײַנינגער וואָס איך האָב אים געקענט ווי אַ לאָקאַטאָר — געוווינט בײַ אונדז אין בראָנקס אין די 1980ער יאָרן, ווײַנינגער איז אויך געווען אַ מאָלער, וואָס האָט שטענדיק געזוכט און געוואַנדערט איבער דער וועלט. ער איז געווען אַן עסטעט; אַ ליבהאָבער פֿון שיינקייט און אָרדענונג.

אין אונדזער בוידעמשטוב האָט ער אויפֿגעשטעלט אַ סטודיאָ, וווּ ער האָט געמאָלן זײַנע איילבילדער, אין וועלכע ער האָט אויסגעדריקט זײַן בענקשאַפֿט נאָך וואָרצלען דורך דעם אימאַזש פֿון אַ בוים. כאָטש ער האָט געמאָלן בײַ אונדז אין הויז, האָט ער אונדז קיין מאָל נישט צוגעלאָזט אָנצוקוקן זײַן ווערק. דער פּראָצעס פֿון מאָלן איז פֿאַר אים געווען אַ פּריוואַטער ענין.


פּערזענלעכקײטן
ברײַנע וואַסערמאַן

ברײַנע וואַסערמאַן, די לאַנג־יאָריקע רעזשיסאָרין פֿונעם "סיידי בראָנפֿמאַן־טעאַטער" אין מאָנטרעאָל, באַקאַנט ווי דער "סגל־צענטער", פֿאַרלאָזט דעם חודש איר פּאָזיציע און ווערט די עקזעקוטיוו־דירעקטאָרין פֿונעם ניו־יאָרקער "ייִדישן נאַציאָנאַלן טעאַטער — פֿאָלקסבינע". זלמן מלאָטעק, דער ביז־איצטיקער אָנפֿירער פֿונעם טעאַטער, וועט ווערן דער קינסטלערישער רעזשיסאָר פֿון דער אָרגאַניזאַציע. וואַסערמאַן האָט געאַרבעט 13 יאָר אינעם מאָנטרעאָלער ייִדישן טעאַטער, קודם, ווי די עקזעקוטיוו־דירעקטאָרין, און דערנאָך ווי די קינסטלערישע רעזשיסאָרין.

וואַסערמאַנס אַוועקגיין פֿונעם טעאַטער שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ שווערן קלאַפּ פֿאַר דער ייִדישער קולטור אין מאָנטרעאָל, אָבער אַ געווינס פֿאַר ייִדיש אין ניו־יאָרק. זי האָט אין קאַנאַדע אויפֿגעבויט איינע פֿון די וויכטיקסטע קולטור־אינסטיטוציעס, נישט נאָר וואָס שייך דער ייִדישער קולטור, נאָר פֿאַר דער אַלגעמיינער קולטור אין מאָנטרעאָל. דער ייִדישער טעאַטער אין ניו־יאָרק דאַרף טאַקע נייטיק האָבן אַ פֿירערשאַפֿט מיט ענערגיע און וויזיע, און וואַסערמאַן פֿאַרמאָגט אָט די קינסטלערישע מעלות.


געשיכטע
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
בעת מ. בייליס איז אַרעסטירט געוואָרן דעם 21סטן יולי 1911, קיִעוו

מיט הונדערט יאָר צוריק, נאָך דער קריסטלעכער פּאַסכע פֿון 1911, האָט זיך פּאַמעלעך גענומען אַנטוויקלען דער בייליס־פּראָצעס. דער פּראָצעס האָט געדויערט צוויי יאָר און האָט אַרויסגערופֿן הייסע וויכּוחים אין רוסלאַנד און אין אויסלאַנד. סוף־כּל־סוף, איז בייליס באַפֿרײַט געוואָרן, אָבער די פֿראַגע וועגן דעם, צי ייִדן דאַרפֿן האָבן בלוט פֿון קריסטלעכע קינדער פֿאַר מצה איז פֿאַרבליבן "אָפֿן". עד־היום זײַנען דאָ אין רוסלאַנד און אוקראַיִנע אַ היפּשע צאָל מענטשן, וואָס גלייבן, אַז בייליס איז טאַקע געווען שולדיק אינעם "ריטואַלן מאָרד" פֿונעם קריסטלעכן ייִנגל אַנדריי יושטשינסקין.

די רוסישע אָרטאָדאָקסישע קירך פֿאַרמאָגט שוין צוויי אָפֿיציעל־אָנערקענטע "קדושים", וואָס זײַנען "דורך ייִדן פֿאַרפּײַניקט געוואָרן", ווי עס שטייט אין זייערע אָפֿיציעלע לעבנס־געשיכטעס. איינער הייסט גאַווריִיִל ביאַליסטאָצקי (אָדער סלוצקי). ער איז אומגעקומען אין 1690 לעבן דער שטאָט סלוצק אין ווײַסרוסלאַנד, און די רעשטלעך פֿון זײַן גוף ווערן הײַנט מיט גרויס אָפּשײַ אָפּגעהיט אינעם אָרטאָדאָקסישן קלויסטער פֿון ביאַליסטאָק אין פּוילן. זײַן "יאָרצײַט" ציט צו אַ היפּשן עולם עולה־רגל. עס איז מערקווירדיק, אַז זײַן קולט איז באַנײַט געוואָרן בעת דער נאַציסטישער אָקופּאַציע פֿון מינסק אין 1942, ווען מען האָט אַריבערגעטראָגן זײַן געביין פֿונעם מוזיי פֿון אַטעיִזם אין קלויסטער.


פּובליציסטיק
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
אַ גרופּע דעמאָנסטראַנטן פֿון סיריע שפּרינגען זונטיק איבער אַ שטעכלדראָט פּלויט אַרײַן אינעם ישׂראלדיקן גולן

מען וואָלט שוין געקענט אָפּגעבן מדינת־ישׂראל אַ "מזל־טובֿ", ווען נישט דער אָך און וויי צו אַזאַ שׂימחה... נאָך 63 יאָר פֿלעכט זיך ענדלעך די ייִדישע מדינה אַרײַן אין איר סבֿיבֿה, אין מיטעלן מיזרח און אין דער כוואַליע פֿון דעם מאַסיוון אויפֿברויז, וואָס האָט אַרומגעכאַפּט און אָנגעצונדן די אַראַבישע וועלט. עס איז אָבער, ווי געזאָגט, אָך און וויי צו אַזאַ מין אַרײַנפֿלעכט, וואָס איז גאָר אין קעגנזאַץ צו דעם כאַראַקטער פֿון די אַראַבישע רעוואָלטן. צום בולטסטן, איז דאָס געקומען צום אויסדרוק אין סיריע, וועלכע האָט אין דעם טאָג "פֿאַרגעסן" די בלוטיקע מאַסאַקרע פֿון דער אַסאַד־דיקטאַטור און האָט אַלעמען פֿאַראייניקט צו דעם טאָג פֿון דעם "נאַקבאַ": זי האָט זיי אַלע געריכטעט קעגן ישׂראל.

דער טאָג פֿון דעם "נאַקבאַ", פֿון וועלכן ישׂראל איז געוואָרן איבערראַשט, כאָטש דער געהיים־דינסט פֿון סיריע האָט אים געגרייט פֿון חדשים פֿריִער, האָט צוריק פֿאַראייניקט קעגן מדינת־ישׂראל די זיך באַקעמפֿנדיקע אַראַבישע צדדים און האָט אָפּגעווענדט זייער קאַמף פֿון זײַן לכתּחילהדיקער סאָציאַלער באַשטימונג.


פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דער נאָמען פֿון דער הײַנטיקער פּרשה — "בחוקותי" — האָט צו טאָן מיטן ענין פֿון שׂכר־ועונש. "אם בחוקותי תּלכו ואת מצותי תּשמרו" — "אויב איר וועט פֿאָלגן מײַנע געזעצן און היטן מײַנע מיצוות, זאָגט דער באַשעפֿער דעם ייִדישן פֿאָלק, "ונתתי גשמיכם בעתּם" — "וועל איך אײַך געבן רעגן באַצײַטנס". אַחוץ דעם רעגן, זאָגט די תּורה צו נאָך אַ צאָל פֿאַרשיידענע מינים שׂכר פֿאַר די מיצוות, ווי אויך פֿאַרשיידענע מינים שטראָף פֿאַר עבֿירות.

די אמונה אינעם שׂכר, וואָס מע באַקומט פֿאַרן מקיים זײַן די מיצוות, און אינעם עונש פֿאַר די עבֿירות, איז איינער פֿון די סאַמע יסודותדיקע עיקרים פֿון ייִדישקייט. יוסף אַלבו — דער גרויסער ייִדישער פֿילאָסאָף, וועלכער איז נישט מסכּים מיטן רמב״מס צוגאַנג און לייגט פֿאָר זײַן אייגענע, מינימאַליסטישע סיסטעם פֿון יסודות־האמונה — דערקלערט אין זײַן "ספֿר העיקרים", אַז מע קאָן נישט פֿאָרשטעלן ייִדישקייט אָן דעם ענין פֿון שׂכר־ועונש.