- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
דעם 26סטן מײַ האָט מען אין גרוזיע געפֿײַערט דעם טאָג פֿון אומאָפּהענגיקייט, אָבער דעם חשבון פֿירט מען ניט פֿון דער נאָך-סאָוועטישער תּקופֿה, נײַערט פֿון יאָר 1918, ווען דער רעגירונג בראָש מיטן סאָציאַליסט (מענשעוויק) נוי זשאָרדאַניאַ האָט זיך אויף אַ קורצער ווײַל — ביז מאַרץ 1921 — אײַנגעגעבן צו האַלטן גרוזיע ווי אַ באַזונדערע מדינה. אָבער דערנאָך זײַנען געקומען די באָלשעוויקעס און אײַנגעשטעלט זייער רעזשים, אויף גאַנצע זיבן יאָרצענדליק, ביז דער צעפֿאַלונג פֿונעם סאָוועטן-פֿאַרבאַנד. ניין, גראָד פֿאַרקערט! עס שטעלט זיך אַרויס, אַז הײַנט איז זייער אַן אינטערעסאַנטע צײַט פֿאַרן ייִדישן טעאַטער דאָ אין ניו־יאָרק. עס שפּילן צוויי טעאַטערס — די גרויסע "פֿאָלקסבינע" און דער קליינער "נײַער ייִדישער רעפּערטואַר" (ני״ר) — און מע שפּילט דווקא גוטע סחורה. די וואָך, למשל, בין איך געווען אויף אַ געראָטענער פֿאָרשטעלונג פֿון שלום־עליכמס "אַגענטן" בײַם ני"ר, ווי אויך אַליין געשפּילט אין אַ פּרעכטיקער פֿאָרלייענונג פֿון "ליבע, אַרבעט, פֿאַרלוסט" (בעסער אויף ענגליש: Love, Labor, Loss), באַזירט אויף דרײַ איינאַקטערס פֿון כאַווער פּאַווער, שלום־עליכם און משה נאַדיר. עס לייגט זיך ניט אויפֿן שׂכל, אַז אַן אַקטיאָר זאָל רעצענזירן אַ פֿאָרשטעלונג, אין וועלכער ער אַליין טרעט אויף; אָבער מײַן ראָלע איז גענוג קליין, אַז איך מעג זאָגן מיט דער גאַנצער זשורנאַליסטישער אָביעקטיווקייט, אַז דאָס איז אַן אויסנאַם פֿון אַ פּיעסע, אַ מחיהדיקער מוזיקאַלישער ספּעקטאַקל, וואָס דאָס פּובליקום האָט עס ליב ווי אַן אייגן קינד. דאָס אַלץ אַ דאַנק דער באַאַרבעטונג און רעזשי פֿון מאָטל דידנער, ווי אויך דער מוזיקאַלישער אָנפֿירונג פֿון אַבֿי פֿאָקס־ראָזען. (אַלע אַקטיאָרן און מוזיקער קען איך דאָ ניט אויסרעכענען, אָבער אויף איין פֿוס: אַלע שפּילן וווּנדערלעך!) זעט איר, ייִדן, דאָס רעדל דרייט זיך: גוטע טעאַטערס זײַנען דאָ, גוטע אַקטיאָרן, פּיעסעס — ס׳איז אונדז דאָך ווויל ווי די וועלט. איך בין, אַגבֿ, ניט זיכער, צי אַלע לייענער פֿון "פֿאָרווערטס" האָבן אַ מאָל געהערט אַזאַ נאָמען: באָגדאַן כמעלניצקי. איך דערמאָן עס, ווײַל סטודענטן האָבן, בדרך-כּלל, קיין אַנונג ניט וועגן אַזאַ היסטאָרישער פֿיגור און קיין מאָל ניט געהערט וועגן די גזירות תּ״ח-ותּ״ט. מיט זעכציק יאָר צוריק, אין יאַנואַר 1952, בײַם אַרומרעדן אין דער כּנסת די פֿראַגן פֿון דײַטשישע רעפּאַראַציעס, האָט משה שרתּ, דער דעמאָלטיקער אויסערן-מיניסטער פֿון ישׂראל, געזאָגט: "מיר האָבן ניט פֿאַרגעסן כמעלניצקי, און די וואָס וועלן פֿאַרגעסן, וועלן אויפֿהערן צו זײַן ייִדן". מיר שײַנט, אַז ס’רובֿ הײַנטיקע ייִדן האָבן כמעלניצקין ניט פֿאַרגעסן — זיי האָבן פּשוט ניט געהאַט וואָס צו פֿאַרגעסן, ווײַל קיינער האָט זיי וועגן אים קיין מאָל ניט דערציילט. בעת דער קאָנפֿערענץ האָב איך אַ סך געלערנט. אָבער נאָך מער פֿראַגעס זײַנען פֿאַרבליבן אָפֿן. למשל, אויב כמעלניצקי איז טאַקע פֿאַרגעדענקט געוואָרן ווי דער שרעקלעכער גזלן, וועמענס קאָזאַקן האָבן אויסגעהרגעט צענדליקער טויזנטער ייִדן, טאָ פֿאַר וואָס און ווי אַזוי האָבן ניט ווייניק ייִדן דערנאָך געטראָגן דעם פֿאַמיליע-נאָמען כמעלניצקי? איך וועל ניט גיין זייער ווײַט נאָך אַ בײַשפּיל: מלך כמעלניצקי (1885—1946), דער ייִדישער דיכטער און זשורנאַליסט. זינט 1919 ביז זײַן טויט האָט ער געדרוקט אין "פֿאָרווערטס" אַרטיקלען אויף מעדיצינישע טעמעס. קיין פּסעוודאָנים האָט ער ניט געהאַט, אַזוי אַז די אַרטיקלען פֿלעגן זיך דרוקן אונטער זײַן נאָמען. נו, עס איז געקומען דאָס יאָר 2008 מיטן עקאָנאָמישן קריזיס און איבערגעקערט דעם דאָזיקן נאַיִוון אָפּטימיזם. אַזוי, אַז ווען מע שאַפֿט הײַנט אַ סאַטירע קעגן אַ מוסולמענישן דיקטאַטאָר, מוז מען גלײַכצײַטיק אָפּלאַכן פֿון דער שוואַכער אַלטערנאַטיווע וואָס די מערבֿ-וועלט לייגט פֿאָר — די נעאָ-ליבעראַלע דעמאָקראַטיע. "שטעלט אײַך פֿאָר אַ מלוכישע סיסטעם" — פּראָבירט איבערצײַגן דעם עולם דער דיקטאַטאָר אַלאַדין, צום סוף פֿונעם נײַעם פֿילם "דער דיקטאַטאָר" (The Dictator, 2012), אין די גרויסע מעלות פֿון דער דיקטאַטור אַנטקעגן דער דעמאָקראַטיע — "וווּ איין פּראָצענט פֿון דער באַפֿעלקערונג הערשט איבער די איבעריקע". די הײַיאָריקע עפֿנטלעכע פֿאַרזאַמלונג לכּבֿוד דעם אָנדענק פֿון שלום־עליכמען איז פֿאָרגעקומען זונטיק, דעם 20סטן מײַ, אינעם בנין פֿון דער "ברודערשאַפֿט"-סינאַגאָגע אין מאַנהעטן. דערעפֿנט די פֿאַרזאַמלונג האָט איר באַשטענדיקער פֿאָרזיצער, איינער פֿונעם שרײַבערס אוראייניקלעך, קענעט קאַופֿמאַן. ער האָט פֿאָרגעשטעלט פֿאַרן עולם די בײַגעוועזענע מיטגלידער פֿון שלום־עליכמס קרובֿים־סבֿיבֿה און זייערע נאָענטע פֿרײַנד און אויסגעדריקט אַ יישר־כּוח פֿאַר אַלע, וועלכע האָבן געהאָלפֿן צוגרייטן די דאָזיקע אונטערנעמונג. אַ פֿראַגמענט פֿון שלום־עליכמס צוואה איז פֿאָרגעלייענט געוואָרן אויף ייִדיש פֿונעם באַקאַנטן ניו־יאָרקער אַקטיאָר, שיין בייקער, און אויף ענגליש פֿונעם שרײַבערס אייניקל, שערווין קאַופֿמאַן, וועלכער וועט אין חודש יולי ווערן 92 יאָר אַלט. די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָבן מיר אָנגעהויבן לייענען דעם חומש "במדבר", מיט זיינע לאַנגע רייען פֿון חשבונות, און באַטראַכט דעם לייטמאָטיוו פֿונעם דאָזיקן טייל פֿון חמישה־חומשי־תּורה. |