- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
אין דער אמתן אָבער האָט די פּאָליטישע אָנפֿירונג פֿון מדינת־ישׂראל אין לויף פֿון די אַכט טעג גענומען אַראָפּלאָזן דעם פּרײַז און פֿאַרמינערן דעם ציל פֿון דער, דאָס מאָל, זאָרגפֿעליק צוגעגרייטער מלחמה אונטערן נאָמען "וואָלקן־זײַל", וואָס האָט זיך גיך פֿאַרוואַנדלט אין אַ וואָלקן־ברוך. זי איז אויסגעבראָכן אונטער דעם שטאַרקן דרוק פֿון די ייִשובֿים אויפֿן דרום, וואָס האָבן געליטן פֿון דעם ראַקעטן־טעראָר מצד דעם הערשנדיקן "כאַמאַס" און די אַנדערע פֿונדאַמענטאַליסטישע טעראָר־אָרגאַניזאַציעס אין עזה, און האָט גענאָסן — אַזוי ווי יעדע מלחמה אין איר אָנהייב — פֿון דער מאַסיווער אונטערשטיצונג מצד דער גרויסער מערהייט פֿון דער באַפֿעלקערונג, און דער פּאָליטישער אונטערשטיצונג פֿון דער מערהייט פּאַרטייען, אײַנגעשלאָסן די "עבֿודה", אונטער דער אָנפֿירונג פֿון שעלי יאַכימאָוויטש. אַזוי ווי ערבֿ דער פֿריִערדיקער מלחמה־אָפּעראַציע "צעשמאָלצענער בלײַ" קעגן עזה מיט זעקס יאָר צוריק, האָבן אויך דאָס מאָל די דעמאָנסטרירנדיקע מאַסן געשריִען: "דערלאַנגט זיי, שלאָגט זיי, לאָזט דער אַרמײַ מנצח זײַן!" אאַז״וו. און צה״ל האָט דערלאַנגט און די רעגירונג האָס מאָביליזירט 60.000 זעלנער רעזערוויסטן, גרייט אַרײַנצומאַרשירן אין דעם געדיכט באַוווינטן עזה־שטרײַף. דער אינערן־מיניסטער אלי ישי, דער פֿירער פֿון דער ספֿרדיש־רעליגיעזער ש"ס־פּאַרטיי, האָט אינעם רעגירונגס־קאַבינעט געפֿאָדערט חרובֿ צו מאַכן די שטאָט עזה; און אין זייערע אויפֿטריטן האָבן די מיניסטאָרן, בראָש מיט דעם אויף ס׳נײַ אויפֿגעריכטן אָנפֿירנדיקן דרײַלינג פֿון נתניהו, ברק און ליבערמאַן פֿאַרזיכערט, אַז דאָס מאָל וועט דער "כאַמאַס" נישט קענען מער אויפֿהייבן דעם קאָפּ: ער וועט ווערן אויסגעוואָרצלט און עס וועט פֿון אים קיין זכר נישט בלײַבן. מיט אַ וואָך צוריק האָט די שפּאַנישע רעגירונג מודיע געווען אַז די ייִדן, וואָס שטאַמען פֿון די אַרויסגעטריבענע ספֿרדים, וועלן זיך צונויפֿשטויסן מיט ווייניקער מניעות אויפֿן וועג צו ווערן שפּאַנישע בירגער. פֿריִער האָט מען אויך געקאָנט זיך אומקערן קיין שפּאַניע. ביז אַהער איז דער דאָזיקער פּראָצעס געווען רעגולירט דורך אַ געזעץ, וואָס איז אָנגענומען געוואָרן אין יאָר 1982. לויט אים נאָך, האָבן ספֿרדישע ייִדן, בירגער פֿון טערקײַ און ישׂראל, געהאַט די רעכט אָנצוגעבן זייערע פּאַפּירן אויף צו באַקומען שפּאַנישע בירגערשאַפֿט, נאָר אויב זיי האָבן געהאַט אָפּגעוווינט אין לאַנד נישט ווייניקער ווי אין משך פֿון, לכל-הפּחות, צוויי יאָר. איצט, אָבער, וועט דער דאָזיקער פּראָצעס גיין אַנדערש: מע וועט קענען אָנגעבן די געהעריקע פּאַפּירן אַפֿילו אויב מע האָט קיין מאָל ניט געוווינט אין שפּאַניע. די בירגערשאַפֿט וועלן קענען באַקומען אויך מיטגלידער פֿון דער משפּחה פֿון די ספֿרדישע ייִדן — זייער ווײַב צי מאַן, ווי אויך זייערע קינדער אין עלטער ביז 18 יאָר. גאָר ניט יעדער איינער וואָס האַלט זיך פֿאַר אַ ספֿרדישן ייִד קען קריגן אַ פּאָזיטיוון ענטפֿער בײַם אַפּליקירן אויף צו באַקומען שפּאַנישע בירגערשאַפֿט. מע מוז אַזוי אָדער אַנדערש באַווײַזן, אַז אײַערע אָבֿות זײַנען טאַקע געווען אַרויסגעטריבן פֿון שפּאַניע. אַ סבֿרא, אַז דאָס קען זײַן גאָר ניט קיין פּשוטער ענין אין פֿינף יאָרהונדערט שפּעטער. שפּאַנישע אָנגעשטעלטע וועלן זיך צוקוקן צו די משפּחה-נעמען, צו די גענעאָלאָגישע ביימער (טאָמער אַזעלכע זײַנען פֿאַראַן) און מע וועט זיך צוהערן צו דער שפּראַך. מע האַלט, אַז אַרום אַ פֿערטל מיליאָן ייִדן היטן נאָך אָפּ זייער שפּאַניש “ייִדיש", וואָס איז באַקאַנט ווי לאַדינאָ אָדער דזשודעזמאָ. די געטאָ־קעמפֿערין און ייִדישע כּלל־טוערין וולאַדקע מיד געשטאָרבן וולאַדקע מיד איז געבוירן געוואָרן ווי פֿייגל פּעלטעל אין וואַרשע און האָט זיך געלערנט אין אַ ייִדישער שול. נאָך דעם ווי אירע טאַטע־מאַמע, ברודער און שוועסטער זענען אומגעקומען איז זי, אין 1942, געבליבן אַליין. זי איז צוגעשטאַנען צו דער ווידערשטאַנד־אָרגאַניזאַציע אין וואַרשעווער געטאָ און מיט אירע פֿאַלשע פּאַפּירן און אַ נײַעם פּוילישן נאָמען "וולאַדקאַ" פֿרײַ זיך געמישט מיט דער פּוילישער באַפֿעלקערונג. זי האָט אַרויסגעשמוגלט ייִדישע קינדער און געהאָלפֿן זיי געפֿינען היימען און אַרײַנגעשמוגלט געווער און אַמוניציע אין געטאָ אין צוגרייטונג פֿאַרן וואַרשעווער געטאָ־אויפֿשטאַנד, דעם 19טן אַפּריל 1943. ווי אַ קוריער האָט זי געפֿירט דאָקומענטן הין און צוריק, ווי אויך נײַעס פֿון ביידע זײַטן געטאָ. אין איר בוך און אין אירע לעקציעס האָט זי אויך דערמאָנט דעם אַנטיסעמיטיזם און די גלײַכגילטיקייט פֿון די פּאָליאַקן בשעת די ייִדן זענען אומגעקומען. זי איז געבליבן אין פּוילן ביז דער רוסישער באַפֿרײַונג און האָט חתונה געהאַט מיט בנימין מיעדזשיזשעק (שפּעטער געביטן אויף מיד), אויך אַ ווידערשטאַנד־קעמפֿער, און זיי האָבן זיך דערשלאָגן צו דער אַמעריקאַנער טעריטאָריע אין דײַטשלאַנד. אין 1946 זענען זיי אָנגעקומען קיין אַמעריקע אַ דאַנק דער הילף פֿונעם "ייִדישן אַרבעטער־קאָמיטעט" און זי איז פֿאַרבונדן געוואָרן מיט דער אָרגאַניזאַציע ווי אַ לעקטאָרין און וויצע־פּרעזידענט, כּמעט ביזן סוף פֿון איר לעבן.
באַנד 7 (2), מינסק-ווילנע, 2012 דער צווייטער נומער פֿון דער מינסקער "צײַטשריפֿט" איז נאָך איין פּאָזיטיווער סיגנאַל פֿון דער ווידער־אויפֿלעבונג פֿון ייִדישע שטודיעס אין ווײַסרוסלאַנד. דאָס איז דער המשך פֿון דער אַלטער סאָוועטישער אויסגאַבע, וואָס איז איבערגעריסן געוואָרן מיט מער ווי אַכציק יאָר צוריק און ווידער באַנײַט מיט אַ יאָר צוריק אונטער דער השגחה פֿונעם ווײַסרוסישן אייראָפּעיִשן הומאַניטאַרן אוניווערסיטעט, וואָס געפֿינט זיך אין "גלות"־ווילנע. און קודם־כּל דאַרף מען ווינטשן דער נײַער סעריע הצלחה און אַריכות־ימים. אָבער צום באַדויערן, פֿאַרמאָגט דער נײַער נומער, אין אונטערשיד צו דעם פֿריִערדיקן, ניט קיין מאַטעריאַלן אויף ייִדיש אָדער וועגן ייִדישער קולטור. האָפֿנטלעך, וועט דער דאָזיקער בלויז אויסגעפֿילט ווערן אין די קומענדיקע נומערן, בפֿרט, אַז די טעמעס פֿון ייִדישער קולטור אין ווײַסרוסלאַנד זײַנען לעצטנס געוואָרן גאַנץ פּאָפּולער צווישן די פֿאָרשער אין אַמעריקע, אייראָפּע און ישׂראל (ווי למשל, קלער לעפֿאָל, סאַשע סענדעראָוויטש, עליסאַ בעמפּאָראַד, ענדריו סלוין, אַרקאַדי זעלצער). דער נײַער נומער "צײַטשריפֿט" באַשטייט פֿון זיבן רובריקן. דאָס העפֿט עפֿנט זיך מיט צוויי היסטאָריש־פּאָליטישע אַרטיקלען וועגן ארץ־ישׂראל. מיכאַיִל אַגאַפּאָוו וואַרפֿט אַ נײַעם ליכט אויף די וויסנשאַפֿטלעכע און קולטורעלע קאָנטאַקטן צווישן דעם ראַטן־פֿאַרבאַנד און דעם ייִדישן ייִשובֿ אין דער צײַט פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה, און אַנאַסטאַסיאַ יאָקשאַ אַנאַליזירט די אינטערנאַציאָנאַלע וויכּוחים אַרום דעם סטאַטוס פֿון מיזרח־ירושלים אין די יאָרן 1967—1988. די היסטאָרישע אַרטיקלען זײַנען געווידמעט דער סאָוועטישער פּאָליטיק לגבי ייִדישער רעליגיע אין האָמלער געגנט (אַנדריי לעבעדיעוו און וויקטאָר פּיטשוקאָוו) און דעם מצבֿ פֿון דער ייִדישער משפּחה אין קאָנגרעס־פּוילן פֿאַר 1862. איך וויל גלײַך זאָגן, אַז קיין מאכלים פֿון קראָקאָדיל האָב איך ניט געגעסן, כאָטש מע האַלט אַזאַ אַכילה, דאַכט זיך, שיִער ניט פֿאַר אַ מוז-זאַך: אומעטום פֿאַרקויפֿט מען עס. אַפֿילו קאָלבעס מאַכט מען פֿון קראָקאָדיל-פֿלייש. כ’ווייס שוין ניט פֿאַר וואָס, אָבער מײַן אינערלעך קול, וואָס איז בטבֿע לחלוטין ניט קאָנסערוואַטיוו און איז אין גאַנצן טריף, האָט מיר געזאָגט, אַז איך קען לעבן אָן אַזאַ דערפֿאַרונג. וואָס האָב איך אָבער יאָ געטאָן, איז אַוועק מיט עטלעכע פֿרײַנד און קאָלעגן אין אַ דזשאַז-קלוב. דאָס איז אויך, אין תּוך אַרײַן, אַ טייל פֿון דער טוריסטישער אינדוסטריע. קומסטו, אַ שטייגער, קיין ווין — גייסטו אין אָפּערע צי אויף אַ קאָנצערט פֿון קלאַסישער מוזיק. קומסטו קיין ניו-אָרלעאַנס, גייסטו הערן דזשאַז. דאָס איז, אַוודאי, ניט דער מין מוזיק, וואָס רעדט צו מײַן האַרץ. אָבער דאָס איז, פֿון דעסטוועגן, ניט קיין קראָקאָדיל-פֿלייש און האָט זיך מיר ניט געשטעלט ווי אַ ביין אין האַלדז. איך האָב טאַקע הנאה געהאַט פֿון דעם דזשאַז, ווײַל די מוזיקער זײַנען געווען אמתע מײַסטערס. בײַם סוף פֿון דער פֿריִערדיקער פּרשה ווערט דערציילט, ווי יעקבֿ איז אַנטלאָפֿן פֿון זײַן פֿעטער, לבֿן, בײַ וועלכן ער האָט אָפּגעאַרבעט 20 יאָר ווי אַ פּאַסטעך. לבֿן האָט נאָכגעיאָגט יעקבֿס משפּחה; דער אייבערשטער האָט אָבער געוואָרנט לבֿנען, ער זאָל לאָזן זײַן פּלימעניק צו רו. יעקבֿ האָט זיך געזאָרגט, אַז זײַן ברודער, עשׂו, איז נאָך אַלץ ברוגז אויף אים. אויפֿן וועג אַהיים, האָט ער געשיקט שליחים צו עשׂון; לויט אַ טייל מפֿרשים, אַרײַנגערעכנט רש״י, זענען יעקבֿס שליחים געווען מלאָכים. |