Video Banner
‫פֿון רעדאַקציע

די נאָכוויינישן פֿון דער געקראַכטער סאָוועטישער אימפּעריע, וועלן נאָך, אַפּנים, לאַנג געבן וועגן זיך צו וויסן. די קאָנפֿליקטן צווישן באַזונדערע קלענערע רעפּובליקן מיט מאָסקווע אין דער פֿעדעראַציע גופֿא — איז אַ פּראָבלעם פֿאַר זיך אַליין; אַ צווייטע, מער קאָמפּליצירטע פּראָבלעם, איז פֿאַרבונדן מיט די איצט־אומאָפּהענגיקע לענדער, וואָס פֿריִער זײַנען זיי געווען אַ טייל פֿון דער קאָמוניסטישער אימפּעריע. עס גייט דאָ אַ רייד, קודם־כּל, וועגן אוקראַיִנע, גרוזיע, מאָלדאָווע.


זכרונות
פֿון אַבאַ גפֿן (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די נאָכוויינישן פֿון דער געקראַכטער סאָוועטישער אימפּעריע, וועלן נאָך, אַפּנים, לאַנג געבן וועגן זיך צו וויסן. די קאָנפֿליקטן צווישן באַזונדערע קלענערע רעפּובליקן מיט מאָסקווע אין דער פֿעדעראַציע גופֿא — איז אַ פּראָבלעם פֿאַר זיך אַליין; אַ צווייטע, מער קאָמפּליצירטע פּראָבלעם, איז פֿאַרבונדן מיט די איצט־אומאָפּהענגיקע לענדער, וואָס פֿריִער זײַנען זיי געווען אַ טייל פֿון דער קאָמוניסטישער אימפּעריע. עס גייט דאָ אַ רייד, קודם־כּל, וועגן אוקראַיִנע, גרוזיע, מאָלדאָווע.


פּאָליטיק, אַמעריקע
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

פֿון אַלע לײַדענישן און לײַדנשאַפֿטן, װאָס עס האָט איבערגעלאָזט נאָך זיך די צװײטע לבֿנונישע מלחמה, איז די שטאַרקסטע פֿון זיי — דער מנהיגים-סינדראָם, פֿון װעלכן עס לײַדט איצט די מדינה.

לויט די אינערלעכע ראַנגלענישן, װאָס קומען פֿאָר אויפֿן פּאָליטישן און געזעלשאַפֿטלעכן פֿאָרום, און גאָר באַזונדערס, אין דער צװײטהערשנדיקער "עבֿודה", קאָן מען מײנען, אַז מדינת־ישׂראל איז געבענטשט מיט אַ שפֿע, ביז אַן עודף, פֿון פּאָטענציעלע אָדער גרייטװיליקע מנהיגים. פֿון די דורכגעפֿירטע פּובליק-טעסטן װײַזט זיך אָבער אַרויס, אַז װען עס קומט צום אויסװײלן צװישן זיי, איז קיינער נישט גענוג פּאָפּולער, כּדי צו װערן געקרוינט װי דער געװוּנטשענער מנהיג. רוקט דעריבער זיך אַרויס פֿון דאָס נײַ אויפֿן העכסטן שטאַפּל פֿון דעם לייטער דער קאַנדידאַט, װעלכער איז שוין צװײ מאָל פֿון אים געװאָרן אַראָפּגעשלײַדערט צוליב זײַן מנהיגישן דורכפֿאַל.


פֿאַרשײדנס
פֿון יואל מאַטוועיעוו (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אַ באַגעגעניש צווישן צוויי מענטשן איז פּונקט ווי אַ קאָנטאַקט צווישן צוויי כעמישע שטאָפֿן: ווען זיי רעאַגירן איינער מיטן צווייטן, ווערן זיי ביידע טראַנספֿאָרמירט.

קאַרל גוסטאַוו יונג


אַן אילוסטראַציע פֿונעם אַלכעמישן ״אויפֿלעבונג״־פּראָצעס, אינעם ספֿר ״תּפּוחי זהבֿ במשׂכּיות כּסף״
זינט דער טראַגיש-אומגעקומענער פֿראַנצויזישער כעמיקער אַנטואַן לאַוווּאַזיע האָט אַנטדעקט, אין דער צווייטער העלפֿט פֿונעם 18טן יאָרהונדערט, אַז דאָס וואַסער באַשטייט פֿון וואַסערשטאָף און זויערשטאָף, און באַשריבן די ערשטע, הגם גרײַזיקע, פּעריאָדישע סיסטעם פֿון כעמישע עלעמענטן, האָט אַלכעמיע, די אוראַלטע פּראָטאָ־וויסנשאַפֿט, וואָס קאָמבינירט אין זיך עלעמענטן פֿון כעמיע, מעדיצין און מיסטיציזם, אָנגעהויבן פֿאַרלירן איר אַמאָליקע פּאָפּולערקייט. די אַלכעמיקער האָבן אַנטדעקט אַ סך יסודותדיקע כעמישע געזעצן, שטאָפֿן און פּראָצעסן, געשאַפֿן דעם יסוד פֿאַר דער מאָדערנער כעמיע, אָבער שפּעטער זענען זיי קריטיקירט געוואָרן פֿאַר זייער מיסטישן צוגאַנג צו וויסנשאַפֿט. דער ראַציאָנאַליסטישער גײַסט פֿון דער "השׂכּלה"־תּקופֿה האָט געשאַפֿן אַ סטערעאָטיפּישן אימאַזש פֿון אַן "אַלכעמיקער־שאַרלאַטאַן", וועלכער האָט געפּטרט זײַן צײַט אויף "פּוסטע", "פּסעוודאָ־וויסנשאַפֿטלעכע" עקספּערימענטן. מיטן וואָרט "השׂכּלה" מיין איך דאָ לאַו־דווקא די ייִדישע אַנטי־טראַדיציאָנאַליסטישע באַוועגונג, נאָר די גאַנצע אייראָפּעיִשע עפּאָכע פֿון "אויפֿקלערונג".


תּורה־געדאַנק

אין דעם יום־טובֿ סוכּות הייבן זיך אָן די שׂמחה־טעג פֿון דעם חודש תּשרי, נאָך דער ערנסטער און פֿאָרכטיקער צײַט פֿון ראָש־השנה און יום־כּיפּור. אָבער נישט געקוקט אויף דעם אונטערשייד אינעם געמיט צווישן די צוויי ימים־טובֿים אין תּשרי, איז דאָ צווישן זיי אַ טיפֿע שײַכותדיקייט: דאָס וואָס איז פֿאַראַן און ווערט אויפֿגעטאָן אין ראָש־השנה און יום־כּיפּור אין דער גײַסט־וועלט, ווערט אויפֿגעטאָן אויך אין סוכּות. דער אונטערשייד איז, וואָס אין די ימים־נוראים איז עס פֿאַרדעקט, באַהאַלטן (ווי מ׳געפֿינט אין פּסוק, אַז ראָש־השנה ווערט אָנגערופֿן "בכּסה", אין פֿאַרדעקונג — "תּקעו בחודש שופֿר בכּסה וגו׳") — און וואָס ווערט אויפֿגעקלערט אין תּורת החסידות, אַז די מידה פֿון יראה, מורא און פֿאָרכט ווירקט ווי אַ באַשרענקונג, פֿאַרדעקונג — דאַקעגן אין סוכּות, דער יום־טובֿ פֿון שׂמחה, איז עס אין אַן אַנטפּלעקטן, אָפֿענעם אופֿן; ווי באַוווּסט, אַז דאָס געפֿיל פֿון פֿרייד ברענגט אַרויס דאָס וואָס מ׳רופֿט "התפּשטות", צעשפּרייטקייט און אַנטפּלעקונג.


פֿאַרשײדנס
פֿון שיקל פֿישמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

לית־מאן־דפּליג, אַז די צוקונפֿט פֿון דער מענטשלעכער געשיכטע וועט געשאַפֿן ווערן אין אינדיע און אין כינע. ביידע מדינות זענען די היימען פֿון אַלט־אַלטע קולטורן (אַן ערך צוויי מאָל די עלטער פֿון דער אַלט־העברעיִשער) און מיט זייער קלאַסישער ליטעראַטור, פֿילאָסאָפֿיע, רעליגיעזע מיטאָסן, קונסט און מוזיק קוויקט זיך די מערבֿ־וועלט די גאַנצע 200־300 יאָר זינט מיר זענען דערגאַנגען צו זיי.