Video Banner
‫פֿון רעדאַקציע

אין די טעג ווען אויף די רחבֿותן פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן ווערט אַלץ הייסער און הייסער פֿון די וואַל־שלאַכטן צווישן די פּרעזידענט־קאַנדידאַטן פֿון ביידע פּאַרטייען, פֿירט דער איצטיקער באַלעבאָס פֿונעם "ווײַסן הויז" דורך זײַן אייגענע שלאַכט אויף די ראַנדן פֿון זײַן אויסגייענדיקער פּרעזידענטשאַפֿט. אייגנטלעך, זעט עס שוין אויס נאַטירלעך, אַז דער פֿירער פֿון דער גרעסטער מדינה זאָל בײַם סוף פֿון זײַן רעגירן,


פּאָליטיק
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די פּאָליטישע אַנטוויקלונגען אין די לעצ­טע טעג באַשטעטיקן צום וויפֿלסטן מאָל דאָס אַלט באַקאַנטע ווערטל, אַז ווי עס קריסטלט זיך, אַזוי ייִדלט זיך. זיי קענען אויך דינען ווי אַ בולטער מוסטער פֿון דער זיך שטאַרקנדיקער אַמעריקאַניזאַציע פֿון ישׂראל.

אין איר פּאָליטישן סך־הכּל פֿון דעם אָפּגעלאָפֿענעם יאָר און ערבֿ דעם וויזיט פֿון פּרעזידענט בוש הײַנטיקע וואָך אין ירושלים, האָט די ישׂראלדיקע פּרעסע אָנגעוויזן דערויף, אַז פֿאַר ירושלים שײַנט פּרעזידענט בוש צו זײַן אַ מעכטיקער מנהיג, וואָס נאָר ער קען אויפֿטײַען דעם פּאָליטישן פּראָצעס פֿון זײַן פֿאַרפֿרירונג און "מאַכן אָרדענונג" אין דעם ראַיאָן. דאַקעגן אין חוץ לארץ, דערונטער אין אַמעריקע, זעט מען אים שוין ווי אַ "לאָמע גאַנדז" (אָדער אַ "הינקענדיקע קאַטשקע"), וואָס מען איז זיך שוין נישט נתפּעל פֿון זײַנע דעציזיעס,


קינאָ
"זײַן ווײַבס לובאָווניק"

דער 17טער יערלעכער ניו־יאָרקער ייִדישער פֿילם־פֿעסטיוואַל עפֿנט זיך די וואָך. אין צוויי קינאָס וועט מען ווײַזן נײַע און אַלטע פֿילמען אויף ייִדישע טעמעס פֿונעם 9טן ביזן 24סטן יאַנואַר. דער פֿעסטיוואַל ווערט דורכגעפֿירט פֿונעם "ייִדישן מוזיי" און דער "פֿילם־געזעלשאַפֿט בײַם לינקאָלן־צענטער".

בסך־הכּל, וועט מען ווײַזן 32 פֿילמען אינעם פֿעסטיוואַל, סײַ דראַמעס, סײַ דאָקו­מענטאַר־פֿילמען, סײַ קורצע פֿילמען. לויט דער קוראַטאָרין פֿונעם פֿעסטיוואַל, אַבֿיבֿה ווײַנטרויב, איז דער אַלגעמיינער כאַראַקטער פֿון די פֿילמען אַ פֿאַרשיידנאַרטיקע — "מיר ווײַזן פֿילמען פֿון, און וועגן, ייִדישע קהילות פֿון איבער דער וועלט, בתוכם ישׂראל, לאַטײַן־אַמעריקע, אייראָפּע און די פֿאַר­אייניקטע שטאַטן. עס האָבן זיי גע­מאַכט באַ­קאַנטע רעזשיסאָרן, ווי אויך נײַע טאַלאַנטן."


פּובליציסטיק, קהילה־לעבן
קעטי הערצבערג (לינקס) באַזוכט איר טאָכטער אין ישׂראל. אויס סענסיטיווקייט, האָט די מאַמע צוגעדעקט די האָר מיט אַ טיכל, כאָטש בדרך־כּלל גייט זי מיט אַ הוילן קאָפּ.

אַלע טאַטעס און מאַמעס וואָס שיקן זייערע קינדער אין אַ מאָדערן־אָרטאָדאָקסישער מיטל­שול, בפֿרט אינעם ניו־יאָרקער ראַיאָן, קענען גוט דעם מינהג: במשך פֿונעם לעצטן יאָר פֿון לערנען, באַקענט זיך דאָס קינד מיט אַ ריי פֿאַרשיידנאַרטיקע ישׂראלדיקע ישיבֿות (אָדער רעליגיעזע מיידל־סעמינאַרן), כּדי אויס­צוקלײַבן דאָס אָרט, וווּ ער אָדער זי וועט זיך לערנען אַ יאָר לאַנג, פֿאַרן אָנהייבן שטו­דירן אין אוניווערסיטעט.

אַ טייל ישׂראלדיקע לערן־אינסטיטוציעס באַטאָנען כּמעט בלויז דאָס לערנען תּורה; די אַנדערע קאָמבינירן דאָס לערנען מיט חסד־פּראָיעקטן און עקסקורסיעס איבערן לאַנד.


ליטעראַטור

(המשך פֿון פֿאָריקן נומער)

ער

ער, יאַשע, איז געבוירן געוואָרן אין גאָר אַן אַנדער עק וועלט, אין אַ שטאָט מיטן נאָמען בענדער, וואָס שטייט אויפֿן ברעג פֿונעם טײַך דניעסטער. אַרומגערינגלט פֿון קליינערהייט אָן מיט זאָרג און ליבע, וואָס עס האָבן געטיילט מיט זײַן מאַמען אירע צוויי עלטערע שוועסטער, האָט ער זײַן טאַטן געזען בלויז צוויי מאָל אין לעבן: דאָס ערשטע מאָל, אין יענעם 1טן סעפּטעמבער, ווען יאַשע האָט אָנגעהויבן זיך לערנען אין שול; און דאָס צווייטע מאָל, אויף זײַן, יאַשעס חתונה, ריכטיקער — אין "זאַגס"1, וווּ ער האָט אָפֿיציעל פֿאַררעגיסטרירט זײַן שידוך.


פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

הגם משה האָט כּסדר, שוין במשך פֿון עטלעכע חדשים, געוואָרנט פּרעה וועגן די קומענדיקע מכּות, האָט דער מיצרישער פֿירער נאָך אַלץ נישט דערלויבט די ייִדן צו ברענגען קרבנות אין מידבר־סיני; אין דער הײַנטיקער פּרשה ווערט דערציילט וועגן די לעצטע דרײַ מכּות — אַרבה (היישעריקן), חושך און דער טויט פֿון די מיצרישע בכורים — און וועגן איינעם פֿון די וויכטיקסטע געשעענישן אין דער ייִדישער געשיכטע — יציאת־מצרים.