- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
ס’איז באמת אַ גליק, וואָס דער מענטשלעכער זכּרון קאָן פֿאַרבינדן פֿאַרשידענע צײַטן. ער לאָזט נישט פֿאַרשוווּנדן ווערן די געשעענישן און נעמען פֿון פּערזענלעכקייטן, וואָס האָבן פֿאַרדינט צו פֿאַרבלײַבן אינעם מאָרגן. ווי פֿאַרשלעפּט דער געדאַנק זאָל נישט זײַן, פֿריידט מען זיך יעדעס מאָל, ווען ער ווערט ווידער באַשטעטיקט. ס’איז פֿאָרט אַ שאָד, וואָס צוליב דער טעגלעכער האַוועניש, באַמערקן מיר אָפֿטלעך נישט בײַ די מענטשן, וועלכע טרעפֿן זיך אויף אונדזער וועג, די טיפֿע אייגנאַרטיקייטן פֿון זייער נאַטור. ערשט מיט דער צײַט, אומקוקנדיק זיך צוריק אויף די אויסגעלעבטע יאָרן, הייבט מען אָן פֿאַרשטיין די וויכטיקייט פֿון זייער בײַזײַן אין אונדזער לעבן. אַ שמועס מיט פּאַוועל ליאָן און דניאל קאַן דאָס אויפֿלעבן פֿון קלעזמער־מוזיק, וואָס האָט זיך אָנגעהויבן אין אַמעריקע אין די 1970ער יאָרן און דערנאָך זיך פֿאַרשפּרייט אין אייראָפּע און ישׂראל, האָט פֿאַרזיכערט פֿאַרן "עטנישן" ייִדישן סטיל אַ פֿעסטן פּלאַץ אין דער מאָדערנער מוזיקאַלישער קולטור. מיישקע אַלפּערט, חנה קופּער, זלמן מלאָטעק, דוד קראַקאַוער און אַנדערע האָבן פֿאַרלייגט אַ יסוד, אויף וועלכן מען האָט אויפֿגעבויט אַ גאַנצן בנין, גאָר עקלעקטיש אין זײַן סטיל און אידעאָלאָגיע. אין אונדזער לעצטער רובריק האָט מען געשריבן וועגן אַ נאָוואַטאָרישער גרופּע פֿון ווין, "די גויים", וואָס האָט געשאַפֿן אָריגינעלע מוזיק צו דער ייִדישער פּאָעזיע פֿון ווין אין די 1920ער יאָרן. יענע גרופּע שפּילט שוין נישט צוזאַמען, אָבער אַן אַקטיווע גרופּע אין פֿראַנקרײַך, פֿון דער שטאָט אָרילאַק, האָט אויך גענומען די איניציאַטיוו אויסצוניצן די ייִדישע ליטעראַטור אויף אַן אָריגינעלן מוזיקאַלישן אופֿן. די קאַפּעליע "גליק" האָט זיך צונויפֿגענומען אין 2000 אונטער דעם נאָמען "דודס קלעזמער־אָרקעסטער" און געשטעלט דעם טראָפּ אויף דער קלעזמער־מוזיק פֿון די 1920ער יאָרן. כאָטש אין ניו־יאָרק האַלט מען, אַז אין אונדזער שטאָט, "דער גרויסער עפּל", געפֿינט זיך דער צענטער פֿונעם אוניווערס, און אַז די וועלט דרייט זיך אַרום איר, קען מען דווקא געפֿינען אין אַנדערע לענדער און קאָנטינענטן, ייִדישע מוזיק־פּראָיעקטן, וואָס זענען מער אַוואַנגאַרדיש, מער עקספּערימענטאַל, ווי מע געפֿינט עס אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. איינער אַזאַ פּראָיעקט איז אַן "אַלטע" רעקאָרדירונג פֿון ווין, 1997, וואָס מיר האָבן נישט געהאַט קיין געלעגנהייט צו רעצענזירן, ווי ס׳באַדאַרף צו זײַן. זי הייסט "אין אַ שטאָט וואָס שטאַרבט: ייִדישע ליריק פֿון ווין פֿון די 1920ער יאָרן", און די קאַפּעליע וואָס האָט זי אַרויסגעלאָזט — "די גויים" [gojim] באַשטייט טאַקע פֿון אַ גרופּע נישט־ייִדן, וואָס האָט זיך פֿאַראינטערעסירט מיט דער ייִדישער קולטור־געשיכטע פֿון זייער שטאָט. עס זענען דאָ אַזוינע וואָס האַלטן, אַז די אויפֿלעבונג פֿון קלעזמער־מוזיק האָט בלויז אַ באַגרענעצטע השפּעה געהאַט אויף דער ייִדישער קולטור. אָבער פֿון דער צווייטער זײַט, קען מען זאָגן, אַז עפּעס איז בעסער ווי גאָרנישט. אומעטום באַקען איך זיך מיט יונגע־לײַט, וועלכע זענען נישט געווען צופֿרידן בלויז צו קענען שפּילן די מוזיק פֿון די מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדן, אין 1819 איז בײַ ר׳ יצחק אָפֿענבאַך, דעם חזן אין דער שטאָט קעלן, געבוירן געוואָרן אַ וווּנדער־קינד פֿון מוזיק. דעם קינד, דאָס זיבעטע שוין אין דער משפּחה, האָט מען אַ נאָמען געגעבן יעקבֿ — מיט דער צײַט, אין פּאַריז, וועט פֿון יעקבֿ ווערן — זשאַק. געבוירן מיט אַ קאָלאָסאַלן טאַלאַנט צו מוזיק איז ער, יעקבֿ, נאָך געבענטשט געווען מיט אַ שאַרפֿער אינטעליגענץ און אַ שאַרפֿן פֿאַרשפּיצטן חוש פֿאַר הומאָר.
Leo Zeitlin ״Chamber Music״
נאָך אַ סך יאָרן פֿון פֿאָרש־אַרבעט, נישטערן אין די אַרכיוון, און זיך שטעלן אין פֿאַרבינדונג מיט מענטשן, וואָס זענען צעזייט און צעשפּרייט איבער דער גאָרער וועלט, האָט די פּראָפֿעסאָרין פּאָלאַ אײַזנשטײַן־בייקער פֿון היוסטאָן, טעקסאַס, געפֿונען, רעדאַקטירט און צוזאַמענגעשטעלט די זאַמלונג פֿון קאַמער־מוזיק פֿונעם קאָמפּאָזיטאָר לעאָ צייטלין, אַ וויכטיקער מיטגליד אין דער באַקאַנטער פּעטערבורגער "געזעלשאַפֿט פֿאַר ייִדישער פֿאָלקסמוזיק". צי געפֿינט זיך אַ מין ייִדישע מוזיק וואָס איז לויטער; וואָס איר ייִחוס־בריוו ציט זיך נאָך פֿון דוד־המלכס צײַטן, וואָס קיין פֿרעמדע השפּעה הערט מען אַבסאָלוט נישט? מע ניצט אַזוינע טערמינען ווען מע רעדט וועגן פֿאָלק־ און עטנישער מוזיק ווי "עכט" און "אַלט", אָבער אין דער אמתן, איז עכטקייט אַ רעלאַטיווער באַגריף, און די עלטער פֿון פֿאָלקמוזיק איז כּמעט ווי אוממעגלעך אָפּצושאַצן. נישט געקוקט אויפֿן שווערן עקאָנאָמישן קריזיס אין דער וועלט, און אַ פֿאַרקלענערטער צאָל אָנטיילנעמער, האָט מען אויף 7 טעג, פֿונעם 24סטן ביזן 30סטן אויגוסט, פֿאַרבראַכט אין אַ געהויבענער שטימונג, מיט ייִדישער מוזיק און טענץ, צווישן די בערג אויף צפֿון פֿון מאָנטרעאָל. די טרײַבנדיקע כּוחות פֿונעם פֿעסטיוואַל, וואָס פּראַוועט זײַן 14טן יאָר, זענען, פֿון זײַן אָנהייב אָן, געווען און געבליבן ד״ר חיים און סאַנדי גאָלדמאַן פֿון טאָראָנטאָ. ישׂשׂכר וואַרשאַוער האָט אָנגעפֿירט מיט דער קינסטלערישער פּראָגראַם. אינעם אַרײַנפֿיר צו דעם דאָזיקן ענציקלאָפּעדישן לעקסיקאָן פֿון דער גרעסטער און וויכטיקסטער שטרעמונג אין דער מאָדערנער ייִדישער מוזיק־געשיכטע, וואָס איז אויסגעוואַקסן פֿון דער פּעטערבורגער "געזעלשאַפֿט פֿאַר ייִדישער פֿאָלקסמוזיק", דערציילט דער מחבר אַן אינטערעסאַנטע מעשׂה. ווען אַ גרופּע יונגע ייִדישע מוזיקער, תּלמידים פֿונעם באַרימטן רוסישן קאָמפּאָזיטאָר, רימסקי־קאָרסאַקאָוו, זײַנען געקומען אין 1908 צו דעם פּעטערבורגער פּאָליציי־מײַסטער, גענעראַל דראַטשעווסקי, יענע וואָך איז אַרויס דאָס נײַע קאָמפּאַקטל Saints & Tzadiks (סאַנקטן און צדיקים) פֿון די זינגערס לאָרין סקלאַמבערג און סוזען מיק׳קאַוען. סקלאַמבערג איז באַקאַנט ווי דער זינגער פֿון דער קאַפּעליע "די קלעזמאַטיקס" און פֿאַר זײַנע רעקאָרדירונגען פֿון ניגונים און זמירות, צוזאַמען מיטן טרומייטער פֿראַנק לאָנדאָן. אָבער די רעקאָרדירונג נעמט נישט נאָר אַרײַן די טראַדיציאָנעלע ייִדישע פֿאָלקסלידער, נאָר אויך אירלענדישע פֿאָלקסלידער. ביידע זינגערס זינגען סײַ די ייִדישע, סײַ די אירלענדישע לידער, און די רעזולטאַטן זענען זייער געראָטענע. זונטיק, דעם 2טן אויגוסט, האָט מען בײַם "קלעזפֿעסט־לאָנדאָן" אָפּגעגעבן כּבֿוד דעם פֿאָלק־זינגער און קאָמפּאָזיטאָר מאיר באָגדאַנסקי (1912—2005). דאָס איז אַ יערלעכע אונטערנעמונג, וואָס קומט פֿאָר דעם ערשטן נאָכמיטאָג פֿון "אָט אַזוי!" — אַן אינטענסיווער ייִדיש־קורס, וואָס הייבט איצט אָן דעם "קלעזפֿעסט־לאָנדאָן" אין זײַן אַכטן יאָר. אין דער אונטערנעמונג האָבן זיך באַטייליקט ייִדישע קולטור־אַקטיוויסטן פֿון לאָנדאָן: חיהלע ביר, ייִדיש־פּראָפֿעסאָרין, באַרי דייוויס, ייִדיש־לערער און אַקטיאָר, העטהער וואַלענסיע, ייִדיש־לערער. |