- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
זעט אויס, אַז שפּילן מעטאַל־מוזיק און לערנען ייִדיש איז אַ מין ליבע וואָס ווערט אַלץ וואַרעמער און וואַרעמער. אפֿשר דערפֿאַר, ווײַל ביידע וועקן זיי סענטימענטאַלע געפֿילן און ביידע ווערן גערעכנט ווי אַ שטיף-קינד אין פֿאַרגלײַך מיט "ייִחוסדיקע" זשאַנערס און שפּראַכן: למשל, מיט דער קלאַסישער מוזיק (אָדער מיטן הויפּט־שטראָמיקן "ראָקל-און-ראָל") און מיט דער העברעיִשער אָדער דײַטשישער שפּראַך. צוריק געשמועסט, מאַכט עס דאָך ניט אויס, ווײַל וויכטיקער איז דער גאָר אינטערעסאַנטער קינסטלערישער רעזולטאַט פֿון אָט דעם סינטעז. שוועדן איז אַ לאַנד אין אַ ראַיאָן וואָס איז באַרימט פֿאַר זײַנע מעטאַל־טעטיקייטן. דער קאַנאַדער פֿילם-מאַכער סעם דאַן באַזוכט נאָרוועגיע אין זײַן באַרימטן דאָקומענטאַרישן פֿילם וועגן מעטאַל-מוזיק ("מעטאַל: אַ קאָפּשלאָגערס רײַזע", פֿון 2005), און ווײַזט די אָרטיקע סצענע פֿון שוואַרץ-מעטאַל. לויטן פֿילם און בפֿרט לויט אַ קורצן המשך-פֿילם זײַנעם, וואָס באַהאַנדלט די זעלבע טעמע, ווײַזט ער, אַז אַחוץ דעם שוואַרץ-מעטאַל מיט זײַנע טיפּיש טײַוולאָנישע מאָטיוון, איז פֿאַראַן גאָר אַ בליִענדיקע סצענע דאָרטן פֿון אַן אַנדער סאָרט שווערן מעטאַל. דער מין שווער-מעטאַל באַשעפֿטיקט זיך דווקא מיט דער אַלטער סקאַנדינאַווישער מיטאָלאָגיע, און ער איז מער פֿאָלקיסטיש געשטימט און מעלאָדיש. די גרופּע "דיבוקים" פֿון שוועדן, וואָס זינגט אויף ייִדיש, געהערט מער צו דעם צווייטן סטיל. די מיטאָלאָגיע איז אין דעם פֿאַל די ייִדישע שפּראַך און דאָס מיזרח-אייראָפּעיִשע ייִדישע לעבן. סע שאַדט פֿאַרשטייט זיך אויכעט נישט, אַז מע האַלט ייִדיש ווי אַן אָפֿיציעלע שפּראַך אין שוועדן שוין זינט אַפּריל 2000 (זע: שׂרה-רחל שעכטער, סעפּטעמבער 2, 2011). מיט אירע הויכע עלעקטרישע גיטאַר־קלאַנגען, און די שוואַרצע קאָסטיומען פֿון די מוזיקער, איז די ראָק־און־ראָל־מוזיק, וואָס רופֿט זיך "אינדוסטריעלער מעטאַל", געוויינטלעך נישט באַטראַכט ווי ייִדישלעך. אין ישׂראל, אָבער, שפּילט די אינדוסטריעלע־מעטאַל־גרופּע "געוואָלט" (Gevolt), און זי זינגט אויף ייִדיש! אָבער דאָ שטעלט זיך אַ פֿראַגע: צי מאַכן זיי חוזק, אָדער — צי איז דאָס אַן ערנסטער פּרוּוו אויפֿצופֿרישן אַלטע ייִדישע "שלאַגערס", און אַזוי אַרום ווערן די פּיאָנערן פֿון "ייִדיש־מעטאַל"? עס זעט אויס, אַז "געוואָלט" נעמט זייער ערנסט דעם פּראָיעקט צו אַנטוויקלען אַ "ייִדישע מעטאַל"־מוזיק און האָט לעצטנס אַרויסגעגעבן איר ערשט קאָמפּאַקטל אויף מאַמע־לשון: "אַלף־בית". דאָס איז, בסך־הכּל, איר צווייטע רעקאָרדירונג. די ערשטע איז אַרויס מיט פֿינף יאָר צוריק אויף רוסיש. דער קלאַנג פֿון דער גרופּע איז אַ רעשיקער, אָבער דאָך, מעלאָדיש, און עס דערמאָנט אין דער דערפֿאָלגרײַכער דײַטשישער אינדוסטריעל־מעטאַלענער גרופּע "ראַמשטײַן", מיט איר ספּעציפֿישן עלעקטראָניש־מעטאַלענעם סטיל, און בפֿרט — מיטן געזאַנג. דאָס קול פֿון אַנאַטאָלי באָנדער פֿון דער גרופּע "געוואָלט" קלינגט זייער ענלעך צו דעם קול פֿון טיל לינדעמאַנס — דער הויפּט־זינגער פֿון "ראַמשטײַן"; די גרופּע, וואָס האָט זיך באַרימט געמאַכט מיט לידער ווי: "דו האַסט", "אַמעריקאַ" און "מוטער". די לעצטע שורות פֿון ראַמשטיינס "מוטער" זענען (איבערגעזעצט פֿון דײַטש אויף ייִדיש): דעם צענטן יולי פּלאַנירט דער חב״ד־צענטער אין באַסקינג־רידזש, שטאַט ניו־דזשערזי, דורכצופֿירן דעם צווייטן יערלעכן פֿעסטיוואַל פֿון ייִדישער מוזיק און קונסט. די אָרגאַניזאַטאָרן גיבן איבער, אַז אין דער פּראָגראַם וועלן זיך באַטייליקן פֿיר גרופּעס, וועלכע וועלן שפּילן אַ געמיש פֿון ראָק, דזשאַז, רעגיי, רעפּ, לאַטײַן־אַמעריקאַנער מעלאָדיעס און טראַדיציאָנעלע חסידישע ניגונים. פֿאַר די ליובאַוויטשער חסידים איז אַזאַ ברייטער פֿאַרנעם פֿון פֿאַרשיידענע מוזיקאַלישע זשאַנערן נישט קיין גרויסער חידוש. אַ סך אַמעריקאַנער טעלעוויזיע־ און ראַדיאָ־צוהערער זענען שוין באַקאַנט מיט דעם חסידישן רעגיי־זינגער מעטיו מילער, באַקאַנט ווי מתּתיהו, וועלכער האָט לאַנג געהערט צו דער ליובאַוויטשער באַוועגונג, הגם לעצטס האָט ער זיך דערנענטערט צו די קאַרלין־סטאָלינער חסידים. אַן אַנדער אינטערעסאַנטער מוסטער פֿון ליובאַוויטשער מוזיק איז דער דיסק "יעלה" פֿון דער אַמעריקאַנער־געבוירענער ישׂראלדיקער זינגערין שיינע עטעל, וועלכע זינגט די טראַדיציאָנעלע חב״ד־ניגונים מיט אַ וווּנדערלעכן מיסטישן טאָן, וואָס דערמאָנט אין די לידער פֿון דער באַקאַנטער אירלענדישער זינגערין עניִאַ און די קעלטישע פֿאָלקס־לידער. אַ טייל אַנדערע חסידישע גרופּעס באַציִען זיך צו מוזיק מער קאָנסערוואַטיוו. מיט דרײַ חדשים צוריק, האָט די אָרטאָדאָקסישע וועבזײַט "וואָס איז נײַעס" איבערגעדרוקט אַן אַרטיקל פֿונעם ענגלישן "פֿאָרווערטס" וועגן די באַציִונגען צווישן די פֿרומע קהילה־פֿירער און ליפּע שמעלצער — אַ סקווערער חסיד, וועלכער זינגט אויף אַ געשמאַקן היימישן ייִדיש, און באַנוצט זיך אין זײַן רעפּערטואַר אויך מיט כּלערליי זשאַנערס; למשל, אין זײַן לעצטן אַלבאָם זענען אַרײַן לידער מיט אַ קלאָרער השפּעה פֿון דער פּאָפּולערער זינגערין ליידי גאַגאַ. די מנהיגים פֿון די סקווערער, סאַטמאַרער און אַנדערע מינים שטרענגע חסידים זענען אָבער שטאַרק אומצופֿרידן מיט שמעלצערס שעפֿערישקייט און פּרוּוון כּסדר צו פֿאַרווערן זײַן מוזיק ווי "צו מאָדערנע". למעשׂה, אָבער, זענען זײַנע לידער ברייט פֿאַרשפּרייט צווישן אַלע שיכטן חסידים. ווען איינער באַקלאָגט זיך צו מיר, אַז די הײַנטיקע קלעזמער־באַוועגונג דערפֿירט נישט צו קיין ייִדישן קולטור־תּכלית, דאָס הייסט, אַז די נײַע קלעזמאָרים לערנען זיך נאָר אויס אַ פּאָר ייִדישע לידער, דוינעס און פֿריילעכס, אָבער נישט די ייִדישע שפּראַך, ברענג איך זיי אַקעגן אַ משל: דעם יונגן־מאַן בנימין פֿאָקס־ראָזען. ער שטאַמט פֿון דײַטשע ייִדן, פֿון אַ רעפֿאָרם־ייִדישער משפּחה אין לאָס־אַנדזשעלעס, און קיין ייִדיש וואָרט האָט ער נישט געהערט אין דער היים. הײַנט זינגט פֿאָקס־ראָזען ייִדישע לידער אויף פֿעסטיוואַלן. אָבער, מער וויכטיק — ער לערנט זיך ייִדיש אין דער ווילנער זומער־פּראָגראַם צום צווייטן יאָר, וווּ ער איז אויך דער געזאַנג־לערער. די צוויי חיפֿהער מוזיקער איתּי אַלתּר און אורית פּערלמאַן האָבן אַרויסגעלאָזט אַ נײַ קאָמפּאַקטל פֿון ייִדישע לידער מיטן נאָמען "אָט אַזוי!". די רעקאָרדירונג שפּיגלט אָפּ די מוזיקאַלישע אינטערעסן פֿון די צוויי מוזיקער — דזשעז, חזנות און פאָלקסליד. די זינגערין פּערלמאַן דערציילט: "ווען איתּי אַלתּר און איך האָבן אַנטדעקט אונדזער בשותּפֿותדיקע ליבשאַפֿט צו ייִדיש, האָט זיך אונדזער נסיעה אָנגעהויבן. נאָך דעם ווי מיר האָבן איבערגעקוקט אַ סך לידער, האָבן מיר אויסגעקליבן נאָר די, וואָס האָבן אונדז צוגעצויגן מיט זייער אוראַלטן ייִחוס. זיי האָבן עפּעס טיפֿס אָנגערירט בײַ אונדז". אורית פּערלמאַן האָט גראַדויִרט פֿון דער חזנות־פּראָגראַם אינעם "העברעיִשן יוניאָן־קאָלעדזש" פֿאַר ישׂראלדיקע סאָליסטן. זי איז געווען אַ חזנטע אין פֿאַרשיידענע שילן און סינאַגאָגעס אין ישׂראל און אַמעריקע. דרײַ מאָל האָט זי געוווּנען אַ "שלשלת"־פּריז פֿאַר נײַער חזנישער מוזיק. זי האָט אויך געלערנט וואַרשטאַטן אויף אַזוינע טעמעס ווי "שלום־עליכם און מײַן מלאך", וועגן דעם שאַפֿן פּערזענלעכע תּפֿילות אינספּירירט פֿון עלטערע ייִדישע טראַדיציעס און דער מאָדערנער העברעיִשער פּאָעזיע. ס’ווײַזן זיך שוין די ערשטע סימנים פֿון סוף זומער? אָדער ס’ווילט זיך שוין זען זיי? ווי ס’זאָל נישט זײַן — דער סוף פֿון זומער זאָגט אָן אַ סך אָנהייבן. איינער פֿון זיי איז די מעלדונג, אַז דער סימפֿאָנישער אָרקעסטער פֿון ראשון־לציון הייבט אָן דעם סעזאָן מיט אַ הויכפּונקט: די סימפֿאָניע נומער 2 "התּחיה", פֿון גוסטאַוו מאַלער; און דיריגירן וועט זי דער יונגער סטאַבילער קונסט־דירעקטאָר פֿון אָרקעסטער, דן עטינגער. מאַלער געניסט בײַ אונדז אין ישׂראל פֿון גרויס פּאָפּולאַריטעט: מ’שפּילט מאַלערן אָפֿט און אומעטום. און מע פֿירט אויף אין טעאַטער מאַלערן; יעדער מענטש האָט זײַנע חסרונות. למשל, איך געהער ניט צו ליבהאָבער פֿון דזשאַז. אַ ביסל דזשאַז קען איך נאָך אויסהאַלטן, אָבער אָפּזיצן אַ גאַנצן קאָנצערט וואָלט פֿאַר מיר געווען אַ שווערע אָפּקומעניש. דאָך דער נאָמען פֿון עדי ראָזנער (1976—1910), אַ צענטראַלע פֿיגור אין דער סאָוועטישער דזשאַז־געשיכטע, איז מיר, פֿאַרשטייט זיך, גוט באַקאַנט. צו לעבן אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד און ניט הערן וועגן עדי ראָזנערן איז געווען אוממעגלעך, לכל־הפּחות, אין מײַנע צײַטן. לעצטנס קומט פֿאָר אַ מין ווידער־אויפֿקום פֿון עדי ראָזנערן. אָנגעהויבן האָט עס זיך מיט אַ צײַט צוריק, אָבער באַזונדערס שטאַרק פֿילט זיך עס איצט, ווען מע מערקט אָפּ זײַן הונדערט־יאָריקן יוביליי. באָריס (בוסיע) גאָלדשטיינען האָט אָפּגעגליקט: ער איז געבוירן געוואָרן אינעם פּאַסיקן אָרט און אין דער פּאַסיקער צײַט. געבוירן געוואָרן אין אָדעס, וווּ דער מוזיקאַלישער הימל איז געווען באַשאָטן מיט אַזעלכע פֿידל־שטערן, ווי מישאַ פֿינכטענגאָלץ, יעקבֿ זאַק, דוד אויסטראַך, יעליזאַוועטאַ גילעלס, נתן מילשטיין, עדואַרד גראַטש און אַנדערע; איז דער קליינער3 בוסיע, בײַ זײַנע פֿינף יאָר, אַרײַנגעפֿאַלן אין די הענט צום גרויסן פֿידל־לערער פּסח (פּיאָטר) סטאָליאַרסקי. אין די סופֿיקע יאָרן פֿון 16טן יאָרהונדערט דערשײַנט אין מאַנטאָוואַ (צפֿון־איטאַליע) אַ ייִדישער גאָון פֿון מוזיק מיטן נאָמען סאַלאָמאָנע ראָססי (די איטאַליענער האָבן אים "צוגעטשעפּעט" דעם "אַיִל־העברעאָ" — דער ייִד. בײַ ייִדן איז זײַן נאָמען — שלמה מן האדומים. סאַלאָמאָנע ראָססי איז ווײַט נישט געווען אַבי ווער: זײַן נאָמען דערשײַנט אין אַלע מוזיק־ענציקלאָפּעדיעס. די דײַטשישע ענציקלאָפּעדיע — "די מוזיק" — ווידמעט אונדזער ראָססי אַ גאַנץ גרויסן דף מיט שפּאָרע אויפֿקלערונגען. די מוזיק פֿון ייִדישן קאָמפּאָזיטאָר איז כאַראַקטעריסטיש פֿאַרן איבערגאַנגס־פּעריאָד פֿון רענעסאַנס צו באַראָק. אין דער געשיכטע פֿון ייִדישן פֿאָלקלאָר האָבן זיך באַוויזן געניטע זאַמלערס פֿון פֿאָלקסלידער, איבערגעגעבן דעם ציל צו "ראַטעווען די אוצרות איידער זיי פֿאַרשווינדן". אין די ערשטע יאָרן האָבן די זאַמלערס נאָר פֿאַרשריבן די ווערטער פֿון די לידער, ווײַל זעלטן ווען, האָט איינער געקענט שרײַבן נאָטן. י. ל. כּהן, למשל, האָט נישט געקענט שרײַבן מוזיק, אָבער ער האָט געפֿונען אַ מוזיקער, מיר דאַכט, ה. רוסאָטאָ, און כּהן האָט פֿאַר אים פֿירגעזונגען די לידער, און רוסאָטאָ האָט זיי פֿאַרשריבן. בײַ אַ זײַט פֿון דער בינע, וווּ זשעניע פֿײַערמאַן האָט געהאַלטן בײַם אויפֿטרעטן אין איר פֿײַערלעכן אָוונט, האָט מען אַוועקגעשטעלט אַ פֿאָטעל, אַזאַ שטול וואָס מ׳קאָן אויף דעם זיך אַוועקזעצן באַקוועם און אַפֿילו אָנשפּאַרן די הענט. אויף אָט דעם ספּעציעל־באַשטימטן אָרט פֿאַר איר איז געזעסן די בעלת־השׂימחה און האָט אויפֿגענומען אַלע אירע געסט, די אָנטייל־נעמער אין דער קינסטלערישער פּראָגראַם לכּבֿוד דער חשובֿער זינגערין. אין אויגוסט וועט דער פּיאַניסט אוירווינג פֿילדס ווערן 95 יאָר. במשך פֿונעם לעצטן יאָרצענדליק איז ער אויפֿגעטראָטן עטלעכע מאָל בײַם יערלעכן באַנקעט פֿון די ייִדישע אַקטיאָרן אין ניו־יאָרק, און אַלע האָבן באַוווּנדערט ווי אַ ייִד אין אַזאַ עלטער קען נאָך שפּילן אַזוי פֿלינק און צונויפֿשטעלן אַזוי שאַפֿעריש אַ "פּאָפּורי" פֿון פּאָפּולערע טעאַטער־לידער. דעם אמת געזאָגט, האָב איך בײַ זיך געטראַכט, אַז ער שפּילט בעסער פֿון די הײַנטיקע יונגע קלעזמער־פּיאַניסטן, וואָס ווערן געלויבט אומעטום. בײַם עלטערן דור האָט מען אים געדענקט פֿון די 1950ער יאָרן, ווען ער האָט לאַנצירט דעם זשאַנער פֿון שפּילן ייִדישע מעלאָדיעס מיט "טראָפּישע" ריטמען. אין יענע יאָרן האָבן די "מאַמבאָ"־ און "רומבאַ"־טענץ געהערשט אויף שׂימחות, און זײַנע קאָמפּאָזיציעס און אַראַנזשירונגען זענען גאָר פּאָפּולער געוואָרן אויף ייִדישע חתונות און קערמעשלעך. |