- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
עס איז פּאַסיק, אַז אין דער וואָך, ווען מע דערמאָנט דעם טראַגישן גורל פֿון דער ייִדישער קולטור אינעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, און, בפֿרט, פֿונעם אומקום פֿון די סאָוועטיש־ייִדישע שרײַבער דעם 12טן אויגוסט 1952 — האָט מען די געלעגנהייט צו רעצענזירן אַ בוך, וואָס הייבט אַרויס די אויפֿטוען פֿון צוויי סאָוועטיש־ייִדישע פֿאָלקלאָריסטן. איינער פֿון זיי, משה בערעגאָווסקי (1892—1961), איז גוט באַקאַנט דער אַקאַדעמישער וועלט און אַלע ליבהאָבער פֿון געזאַנג און קלעזמער־מוזיק. די לעצטע פּאָר יאָר האָבן מיר געוווּסט, אַז ברוס אַדלער לײַדט פֿון אַן אומהיילבאַרער חולאַת און מיט יעדן יאָר האָט ער אויסגעזען ווי אַ שאָטן פֿון יענעם לעבעדיקן, לוסטיקן אַקטיאָר, וועלכער איז נישט נאָר געווען אַ פֿאַרווײַלער, נאָר ממש אַן אויפֿברויז פֿון אַ פֿילפֿאַכיקן טאַלאַנט, מיט זײַן זינגען און טאַנצן. ער האָט פֿאַרכּישופֿט דעם עולם צושויער, וואָס איז אַרויס פֿון טעאַטער זינגענדיק און טאַנצנדיק, און דער עיקר — גוט־געשטימט. ער אַליין איז געווען אַ גוטמוטיקער, ליבער און איידעלער מענטש, אַ צוגעלאָזטער, גוט־ברודעריש און אַ נאַשבראַט. לויט אַלע געזעלשאַפֿטלעכע אויספֿרעגן אין ישׂראל, איז דאָס ליד "ירושלים של זהבֿ" — דאָס פּאָפּולערסטע און באַקאַנטסטע ישׂראל־ליד. דעם 13טן יולי וואָלט די באַשאַפֿערין פֿון דעם דאָזיקן ליד אַלט געוואָרן 78 יאָר... "די ערשטע לעידי פֿון דער ישׂראל־ליד" נעמי שמר איז געבוירן געוואָרן דעם 13טן יולי 1930 אינעם קיבוץ כּינרת. אירע עלטערן, מאיר און רבֿקה ספּיר, ביידע אָפּשטאַמיקע פֿון ווילנע, זײַנען געקומען קיין פּאַלעסטינע אין די 1920ער יאָרן, און זײַנען געווען צווישן די בויער פֿון דעם קיבוץ. דאָרט האָבן זיי זיך באַקאַנט און חתונה געהאַט. בײַם אָננהייב פֿון 20סטן יאָרהונדערט האָבן אין רוסלאַנד געלעבט און געשאַפֿן אַ צאָל ייִדן־קאָמפּאָזיטאָרן. די באַקאַנטסטע זײַנען געווען: יואל ענגעל, לאַזאַר סאַמינסקי, יוסף אַחרון, משה מילנער, ל. צייטלין א״אַ. אַ צאָל זײַנען געווען תּלמידים פֿונעם באַרימטן רוסישן קאָמפּאָזיטאָר נ.אַ. רימסקי־קאָרסאַקאָוו אין דער פּעטערבורגער מוזיק־קאָנסערוואַטאָריע. זיי האָבן אין 1902 געשאַפֿן אַ קרײַז “כּינור־ציון" מיטן ציל צו שאַפֿן און אויפֿצופֿירן ייִדישע מוזיק, אָבער אין זייערע קאָמפּאָזיציעס און אויף זייערע קאָנצערטן האָט מען נישט געקענט פֿילן קיין באַזונדערן ייִדישן נוסח. יעדן זומער ווערט קראָקע — איינע פֿון די עלטסטע שטעט אין פּוילן — פֿאַרוואַנדלט אין אַ פּאַנאָראַמע פֿון דער הײַנטיקער ייִדישער מוזיק־ און קונסט־וועלט. במשך פֿון די צען טעג קומען טויזנטער פּאָליאַקן, ווי אויך באַזוכער פֿון די אַנדערע אייראָפּעיִשע לענדער, אינעם אַמאָליקן ייִדישן קוואַרטאַל, קוזמיר (אויף פּויליש — קאַזימיערץ), כּדי צו געניסן פֿון די צענדליקער וואַרשטאַטן, אויסשטעלונגען און קאָנצערטן. אין פּאַריז איז ערשט אַרויס אַ קאָמפּאַקטל פֿון זשאַק גראָבער "ייִדישע לידער פֿון נעכטן און הײַנט". דער דיסק אַנטהאַלט זיבעצן לידער, געזונגען פֿון גראָבערן; ס'רובֿ פֿון זיי געשאַפֿן פֿון דעם זינגער. מיט עטלעכע לידער און מיט דעם זינגען פֿון זשאַק גראָבער האָט מען זיך געקענט באַקענען פֿריִער׃ אויף דער טאַשמע "אַנדערע ייִדישע לידער" (1993), ווי אויך אויף די פֿאָלגנדיקע קאָלעקטיווע רעקאָרדירונגען׃ די טאַשמע "די גאָלדענע פּאַווע" (1985), דאָס קאָמפּאַקטל "די שטימען פֿון געטאָ" (1993), אויף דעם אויפֿנאַם פֿונעם באַגעגעניש "סעווען — ייִדישלאַנד" (2000), און נאָך עטלעכע אַנדערע דיסקן. מיט דונערן און בליצן האָט געקלאָגט דער הימל, יענעם טאָג פֿון 20סטן מאַרץ, ווען דער גוססדיקער לודוויג וואַן בעטהאָווען האָט אויפֿגעהערט אָטעמען — און ער איז אַוועק אין דער אייביקייט. צו די הונדערט און אַכציק יאָר נאָך זײַן פּטירה ווילט זיך דערמאָנען, אַז דער־אָ ריז פֿון מוזיק האָט פֿאַרמאָגט אַ שפּאָרן קרײַז פֿון ייִדישע פֿרײַנד און ייִדישע אונטערשטיצער. וועגן דעם ענין דערקלערט דער בעטהאָווען־פֿאָרשער ראָמען ראָלאַן אָט וואָס: “וווּ מען זאָל זיך נישט אַ קער טאָן אין בעטהאָווענס לעבן געפֿינט מען נאָענטע באַציִונגען מיט ייִדן, און ס׳באַמערקט זיך תּמיד, אַז ער האָט די ייִדישע פֿרײַנד זײַנע אַ סך צו פֿאַרדאַנקען... בעטהאָווען שרײַבט אין אַ בריוו צו אַ ידיד (1816): "איך בין אַ פֿרײַנד פֿון גאַנצן מענטשן־מין". (אַ באַגעגעניש מיטן פּיאַניסט אָלעג מײַזענבערג) דער נאָמען פֿונעם עסטרײַכישן פּיאַניסט אָלעג מײַזענבערג איז גוט באַקאַנט די מוזיק־ליבהאָבער אין מאָלדאָווע. הגם ער איז געבוירן געוואָרן אין אָדעס, איז ער, נאָך אַ קינד, אַריבערגעפֿאָרן מיט זײַנע עלטערן קיין קעשענעוו, וווּ עס האָט זיך אָנגעהויבן זײַן גרויסער וועג אין קונסט. די ערשטע מוזיק־לערערין זײַנע איז געווען די מאַמע, אַדע מײַזענבערג. אַליין אַ טאַלאַנטירטע פֿרוי, האָט זי זיך געלערנט מוזיק, אָבער צוליב משפּחה־סיבות, פֿאַרענדיקט דעם אָדעסער טעלעגראַפֿן־אינסטיטוט און געאַרבעט, ווי אַן אינזשענירין, אין קעשענעוו. צו נײַנצן יאָר, אויף די הייכן פֿון זײַן מוזיקאַלישער קאַריערע, איז יאָזעף יאָאַכים באַשערט געווען, אַז ער זאָל ווערן אַ קעמפֿער קעגן אַנטיסעמיטיזם. און אַזוי וועט ער שוין בלײַבן אַ קעמפֿער — עד יום מותו. ווי באַקאַנט, איז אין יאָר 1850 דערשינען, אונטערן פּסעוודאָנים "פֿרײַגעדאַנק", דער וואַגנער־פּאַמפֿלעט "ייִדן אין דער מוזיק". איז דאָ האָט דער ייִדישער בחור באַוויזן, אַז מחוץ מוזיק קאָן ער אויך זײַן אַ קעמפֿער קעגן שׂינאת־ישׂראל. מיט אַ זעלטענער פֿאַרביסנקייט איז יאָאַכים אַרויס קעגן דעם גאַליקן אַנטיסעמיט — ריכאַרד וואַגנער. די פּיעסע הייסט "Shlomo" (שלאָמאָ) און ס'איז אַ "מיוזיקל", וואָס באַנוצט זיך מיט שלמה קאַרלבאַכס לידער. מוזיק, נגינה, און אין צווישן, אַרײַנגעפֿלאָכטן עפּיזאָדן פֿון זײַן לעבן. דאָ אין אַמעריקע איז דאָ אַ פּיזמון וואָס האַלט אַז אַנשטאָט טרערן אויפֿן טויט פֿון אַ בר־מינן, פּראַוועט מען זײַן לעבן, פּונקט ווי מ'פּראַוועט אַ יום־טובֿ. וואָס איז די גדולה, פֿאַרשטיי איך נישט. נאָר אַזוי האָבן זיך די אַמעריקאַנער ליב אויסצודריקן. ס'איז אויך אינטערעסאַנט ווי מענטשן האָבן ליב צו פֿאַרגעטערן עמעצן נאָכן טויט. בײַם לעבן איז שלמה קאַרלבאַך געווען אַ בן־יחיד בײַ גאָט. (צום 10־יאָריקן יוביליי פֿון דער סטודיע פֿון נחמה ליפֿשיץ) לעצטנס, האָב איך אומגעריכט אָנגעטראָפֿן, בעת אַן אוידיציע פֿון ראַדיאָ "רק"ע" ("רעקאַ" — די פּראָגראַם אויף "קול ישׂראל" אויף רוסיש), אויף אַ וווּנדערשיינעם קאָנצערט פֿון ייִדישע לידער. פֿון דעם געזאַנג האָט אַ הויך געטאָן מיט פֿרישקייט און קלינגעוודיקייט פֿון יונגע שטימען. די מחברטע פֿון דער אוידיציע, דניאלה לינאור, האָט מיטגעטיילט, אַז דאָס טרעטן אויף שילער פֿון דער געזאַנג־סטודיע פֿון נחמה ליפֿשיץ, וועלכע זי האָט באַשיידן אָנגערופֿן "סדנה" (וואַרשטאַט). אין גיכן וועט די דאָזיקע סטודיע פֿײַערן איר 10טן יאָרטאָג. אַבֿרהם סוצקעווערס מעשׂה "די פֿרוי אין דער שטרויענער פּאַנאַמע" (אַרויסגעגעבן אינעם בוך "גרינער אַקוואַריום", 1975) האָט אינספּירירט דעם קלאַסישן קאָמפּאָזיטאָר און ייִדיש־שרײַבער ראָבערט קוקסאָן צו שאַפֿן סײַ אַן אָרקעסטער־ווערק, סײַ אַן עסיי, וואָס די ביידע ווערק צעשפּיגלען זיך נאָענט מכּוח דעם אינהאַלט און סטיל. נייגעריק צו הערן וועגן דעם, האָבן מיר — גוטע פֿרײַנד זײַנע — געפֿרעגט דעם מחבר, צי מע מעג אים אינטערוויויִרן, און ער איז מסכּים געווען. |