- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
עס זענען פֿאַראַן קאַפּעליעס אין דער אַזוי־גערופֿענער "נײַער קלעזמער־באַוועגונג" וואָס האָבן אַנטוויקלט אַ וועג צו שפּילן אינעם אַלטן סטיל פֿון קלעזמער־מוזיק פֿונעם 19טן יאָרהונדערט, אָבער מיט אַ פֿרישן קוק אויף דער קונסט; דער קלאַנג זאָל דאָך קלינגען הײַנטצײַטיק און אינטערעסאַנט פֿאַרן נײַעם עולם. צוויי קאַפּעליעס וואָס האָבן אַזאַ צוגאַנג זענען "ווערעצקי־פּאַס" און "די מערלין שעפּהערד־קאַפּעליע". די גרופּע "ווערעצקי פּאַס" באַשטייט פֿון דער פֿידלערין קוקי זעגלשטיין, דעם אַקאָרדיאָניסט און צימבלער דזשאַש האָראָוויץ און דעם קאָנטראַ־באַסיסט סטואַרט בראָטמאַן. הײַנט, זענען די דרײַ מוזיקער אָנערקענט, און טרעטן אויף אומעטום; ווער וואָלט געקענט זיך פֿאָרשטעלן, אַז אין בערלין וועט נאָכן חורבן זיך געבן אַ צעבלי אַ צענטער פֿון דער ייִדישער מוזיק און קולטור; און נאָך מער — אַ סבֿיבֿה, אין וועלכער די דײַטשן נעמען מער אָנטייל ווי ייִדן. אין דער "פֿאָרווערטס"־רעדאַקציע חידושן מיר זיך שוין נישט וועגן דעם פֿענאָמען, ווײַל יאָר נאָך יאָר באַקענען מיר זיך מיט פֿײַנע יונגע ייִדיש־רעדערס — נישט־ייִדן — וואָס שטאַמען פֿון בערלין, צווישן זיי יאַנינאַ וווּרבס, אַנאַ קוקאַ און אַניאַ קוויליטש.
צווישן די לידער אין מײַן באָבעס רעפּערטואַר האָט זי געזונגען אַזאַ קורץ לידל:
איך מיין, אַז אַלע פּראָפֿעסיאָנעלע מוזיקער, דערצויגן אין ראַטן־פֿאַרבאַנד, האָבן געהערט וועגן דער באַקאַנטער מוזיקאַלישער משפּחה גנעסין — מיכאַיִל און זײַנע שוועסטער, וועלכע האָבן געשאַפֿן אַ דורכגעטראַכטע סיסטעם פֿון אַ מוזיקאַלישער דערציִונג, אָנהייבנדיק פֿון די מוזיק־שולן פֿאַר קינדער ביז דער העכסטער קאָנסערוואַטאָריע־בילדונג. זייער מעטאָדיק, אויך הײַנט צווישן די בעסטע אין דער וועלט, האָט זיך רעאַליזירט אין מאָסקווע, וווּ זיי האָבן געעפֿנט די מוזיקאַלישע לערן־אַנשטאַלטן: צען־יאָריקע שול, טעכניקום, אינסטיטוט, וואָס טראָגט דעם נאָמען פֿון מיכאַיִל גנעסין. אָט דער געלונגענער טיטל פֿאַררופֿט זיך פֿאַרשטענדלעך אויפֿן אויפֿטריט אין ישׂראל פֿון אַן אייגנאַרטיקן געזאַנג־אַנסאַמבל: בנימין שעכטער און זײַנע צוויי יונגע טעכטער, וואָס פֿירן אויס אַ פֿילפֿאַרביקע פּראָגראַם פֿון ייִדישע קינדער־לידער. גלײַך פֿון אָנהייב ציט צו דעם אויפֿמערק דער אײַנפֿאַלערישער און ריכטיקער געדאַנק, אַז די קינדער־לידער זאָלן אויפֿגעפֿירט ווערן דווקא דורך קינדער; איבערהויפּט, ווען די שעכטער־טעכטער, ריינאַ (15 יאָר) און טעמע־ליבע (10 יאָר), זײַנען צוויי חנעוודיקע מיידעלעך, מיט קלינגענדיקע האַרמאָנישע שטימען, וואָס ווייסן ווי אַזוי מען פֿירט אויס אַ ליד און וואָס פֿאַרשטייען זייער גוט דעם זין פֿון געזונגענעם טעקסט. די וואָך האָט מען מודיע געווען, אַז דעם דעקאַן פֿון דער באַקאַנטער חזנות־שול בײַם "ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאַר" האָט מען אָפּגעזאָגט פֿון זײַן פּאָסטן. אויפֿן אָרט פֿון חזן הענרי ראָזענבלום, אַ באַליבטער לערער און אַדמיניסטראַטאָר שוין 12 יאָר, וועט מען קאָמבינירן די חזנות־שול מיט דער ראַבינער־שול אונטער איין דאַך, און דער נײַער אַדימיניסטראַטאָר פֿון די חזנים־סטודענטן וועט זײַן אַ רבֿ, נישט קיין חזן. די איבערראַשנדיקע נײַעס האָט אויפֿגערודערט די סטודענטנשאַפֿט פֿון דער "ה. ל. מילער־חזנות־שול", וועלכע ווייסט שוין נישט מער, וואָס דער מאָרגן וועט ברענגען. דווקא די וואָך האָבן מיר באַקומען אַ פֿריידיקע ידיעה — אונדזער פֿרײַנד יעווגעני קיסין איז צוגעטיילט געוואָרן דער אינטערנאַציאָנאַלער מוזיקאַלישער פּריז "גרעמי — 2010", אינעם אָפּטייל פֿון קלאַסישער מוזיק, ווי דער בעסטער אויספֿירער פֿון פּראָקאָפֿיעווס פּיאַנע־קאָנצערטן (צוזאַמען מיטן דיריגענט וולאַדימיר אַשכּנזי), ננ' 2 און 3. דעם ערשטן "גרעמי"־פּריז האָט ער באַקומען אין 2006. דעם פֿאַרגאַנגענעם שבת־צו־נאַכטס, דעם 16טן יאַנואַר, איז פֿאָרגעקומען דער יערלעכער "גאָלדענער פֿעסטיוואַל", וואָס דער באַלקאַנישער מעש־אָרקעסטער "זלאַטנע אוסטע" [גאָלדענע ליפּן] אָרגאַניזירט אין צפֿון־מאַנהעטן. דאָס יאָר האָט מען געפּראַוועט 25 יאָר פֿונעם פֿעסטיוואַל, וואָס האָט געדויערט פֿון 6:00 אַ זייגער אין אָוונט ביז 3:00 אַ זייגער בײַ נאַכט. אויף דרײַ גאָרנס קען מען הערן פֿאַרשיידענע מוזיקאַלישע גרופּעס, וועלכע ספּעציאַליזירן זיך אין דער מוזיק פֿון צפֿון־גריכנלאַנד (מאַקעדאָניע), בולגאַריע, סערביע און ראָמאַ (ציגײַנער). יעדעס יאָר, סוף דעצעמבער, אין די טעג נאָכן "קלעזקעמפּ", וואָס קומט פֿאָר אין די קעטסקיל־בערג, שטראָמט אַרײַן אין דער שטאָט ניו־יאָרק אַ געוואַלד מיט קלעזמאָרים, וועלכע ווילן פֿאַרברענגען נאָך אַ ביסל אין אַ ייִדישער קולטור־סבֿיבֿה, איידער מע פֿאָרט צוריק אַהיים. דאָס יאָר האָט זיך אַרײַנגעכאַפּט אַנדרעאַס שמיטגעס פֿון דײַטשלאַנד, מיט וועלכן מיר האָבן זיך באַקענט פֿאַר אַ יאָרן, ווען ער איז אייגנס געקומען פֿון דײַטשלאַנד צו רעדן בײַ די שלושים פֿון פּסח פֿישמאַן, מיט וועמען ער איז אָפֿט אויפֿגעטראָטן. אין "קלעזקעמפּ" האָט ער געלערנט מיט די אָנטיילנעמער ייִדישע און מיזרח־אייראָפּעיִשע טענץ, און איז הײַנט איינער פֿון די אָנפֿירנדיקע לערער אויף דעם פֿעלד. די זינגערין נשמה לעוויצקי, הײַנט אַ תּושבֿ אין סאַן־פֿראַנציסקאָ, האָט במשך פֿון איר קאַריערע ווי אַ ייִדישע זינגערין אָפֿט אַרויסגעוויזן איר וויזועלע פֿעיִקייט. דאָס דעקל פֿון איר דועט־רעקאָרדירונג "מאַקס און מינקאַ" האָט זי נישט נאָר אַליין געצייכנט, נאָר דעם קאַרטאָן, אין וועלכן מע לייגט אַרײַן דאָס קאָמפּאַקטל אַליין געמאַכט מיט דער האַנט. די מאָלערײַ אויפֿן דעקל פֿון דער רעקאָרדירונג "האַרבסט", פֿון דער קאַפּעליע "סאַן־פֿראַנציסקאָ־קלעזמער־עקספּיריענץ" האָט זי אויך געמאָלן. כּמעט יעדעס יאָר קומט קיין ניו־יאָרק דער ישׂראלדיקער פֿילהאַרמאָנישער אָרקעסטער פֿון תּל־אָבֿיבֿ, און יעדעס מאָל בלײַבט נאָך זײַן קאָנצערט אַ דערהויבן געפֿיל סײַ ווי נאָך אַ טרעפֿונג מיט אמתער קונסט און סײַ פֿון שטאָלץ, אַז דווקא דער ישׂראלדיקער נאַציאָנאַלער סימפֿאָנישער אָרקעסטערס איז צווישן די בעסטע אין דער וועלט. וועגן דעם אויפֿלעב פֿון קלעזמער־מוזיק אין דײַטשלאַנד האָט מען שוין אַ סך געשריבן, מיט פֿאַרשיידענע טעאָריעס, פֿאַר וואָס און פֿאַר ווען אַזאַ פֿענאָמען איז אויפֿגעקומען במשך פֿון די לעצטע צוואַנציק יאָר. אַנומלט האָב איך אויסגערעכנט די פֿאַרשיידענע קאַפּעליעס אין דײַטשלאַנד, אָבער געבנדיק אַ קוק אויפֿן "דײַטשער קלעזמער־וועבזײַט", דאַכט זיך מיר, אַז די רשימה איז נאָך לענגער געוואָרן, כאָטש פֿון טייל גרופּעס האָט מען שוין לאַנג נישט געהערט: "פֿיאַלקע", "האַריס פֿריילעך", "טאַנגאָ און קלעזמער־קוואַרטעט", |