- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
דער וואַרשעווער אויפֿשטאַנד (נישט פּלאָנטערן מיטן אויפֿשטאַנד פֿון וואַרשעווער געטאָ!) געהערט צו די טראַגישסטע און סודותפֿולסטע קאַפּיטלען אין דער געשיכטע פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה. דער אויפֿשטאַנד האָט זיך אָנגעהויבן דעם 1טן אויגוסט 1944 און זיך פֿאַרענדיקט דעם 2טן אָקטאָבער. לויט די לעצטע ידיעות, זײַנען אין די צוויי חדשים אומגעקומען 18 טויזנט אויפֿשטענדלער, קעמפֿער פֿון דער "אַרמיי־קראַיאָוואַ", 180 טויזנט ציווילע אײַנוווינער און 20 טויזנט דײַטשישע סאָלדאַטן. די פֿראַגע, וויפֿל עס דאַרף באַצאָלט ווערן פֿאַרן כאַפּן בין לאַדען, איז שוין געלייזט געוואָרן: 50 מיליאָן דאָלאַר — דער פּרײַז, וואָס די אַמעריקאַנער אַדמיניסטראַציע האָט אויסגעטיילט פֿאַר זײַן קאָפּ. די לעצטע געשעענישן אין ענגלאַנד איבערצײַגן אונדז, אַז אין וואַשינגטאָן האָט מען זיך טועה געווען: דער ראָש פֿון "אַל־קײַדאַ" האָט נישט די ווערט פֿון אַזאַ סומע געלט. נישט דערפֿאַר, ווײַל ער איז אַלט און קראַנק, און איז אַרויסגעטריבן געוואָרן פֿון אַפֿגאַניסטאַן. אין דײַטשלאַנד, אויף אַ פֿײַערלעכער צערעמאָניע אינעם שלאָס "בעלעוויו", איז אָפּגעמערקט געוואָרן דאָס אויסצאָלן די פֿאַרגיטיקונג־געלטער, לטובֿת די געוועזענע קרבנות פֿון נאַצי־רעזשים, וואָס האָבן איבערגעלעבט די געטאָס און קאָנצענטראַציע־לאַגערן. דער באַלעבאָס פֿונעם שלאָס, כאָרס קיאָלער, האָט געזאָגט: "איך בין גליקלעך וואָס מײַן דור האָט אויסגעפֿירט דעם חובֿ פֿאַר די אומגליקלעכע, וואָס די נאַציס האָבן זיי פֿאַרוואַנדלט אין קנעכט און אומברחמנותדיק עקספּלואַטירט". אין וואַשינגטאָן איז לעצטנס אויפֿגעדעקט געוואָרן אַ דענקמאָל לזכּרון די קרבנות פֿון קאָמוניזם. אַ לויב צו יענע, וואָס האָבן במשך פֿון לאַנגע יאָרן זיך אַרומגעטראָגן און סוף־כּל־סוף פֿאַרווירקלעכט דעם מערקווירדיקן פּראָיעקט. סימבאָליש איז, אַז די אויפֿדעקונג פֿונעם דענקמאָל איז צוגעפּאַסט געוואָרן צום 70סטן יאָרצײַט נאָך די אומגעקומענע בעת סטאַלינס־רעפּרעסיעס אין ראַטן־פֿאַרבאַנד. אָבער די סימבאָלישקייט פֿון דער אונטערנעמונג שעפּט זיך נישט אויס נאָר מיט דער דאַטע; דער דענקמאָל איז אַ דערמאָנונג פֿאַר דער וועלט, אַז קאָמוניזם איז איינע פֿון די שרעקלעכסטע מגפֿות אין 20סטן יאָרהונדערט, וואָס איז געווען ווייניק באַטראַכט, געפֿאָרשט און גייט נאָך אָן ווײַטער. דאָ אין אייראָפּע ווערט דער סיכסוך צווישן וואַרשע און מאָסקווע באַטראַכט ווי אַ פֿאַרשלעפּטע קרענק. ווי ס‘איז באַוווּסט, האָט וואַרשע, אויסנוצנדיק איר וועטאָ־רעכט, בלאָקירט די פֿאַרהאַנדלונגען צווישן רוסלאַנד און דעם אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד וועגן סטראַטעגישער מיטאַרבעט, אַן אָפּמאַך, וואָס זײַן טערמין גייט הײַיאָר אויס. וואַרשע שטעלט זיך קעגן דער בויונג פֿון דער צפֿון־באַלטישער גאַזלייטונג "רוסלאַנד — דײַטשלאַנד"; שוין אָפּגערעדט, אַז יעדעס מאָל זוכט וואַרשע אויס אַן אַנדער תּירוץ צו קאָמפּראָמיטירן די מאָסקווער פּאָליטיק אין די אויגן פֿונעם "פֿאַרבאַנד". נאָך מיט אַ צוואַנציק יאָר צוריק האָבן די טרעפֿונגען צווישן די פֿירער פֿון די 7 גרויס־אינדוסטריעלע לענדער — ענגלאַנד, פֿראַנקרײַך, דײַטשלאַנד, די פֿאַראייניקטע שטאַטן פֿון אַמעריקע, איטאַליע, יאַפּאַן און קאַנאַדע — פֿאָרגעשטעלט מיט זיך אַ געשעעניש פֿון אַן אויסערגעוויינטלעך וויכטיקן פֿאַרנעם. די באַגעגעניש אין ראַמבוּיע, לעבן פּאַריז, אין 1975, אָרגאַניזירט דורך זשיסקאַר ד‘עסטען, דעם דעמאָלטיקן פּרעזידענט פֿון פֿראַנקרײַך, האָט אַרויסגעוויזן די זאָרג פֿון דער וועלט־עליט צוליב דעם וואַקסנדיקן כאַאָס אין די אינטערנאַציאָנאַלע ענינים. שבת, דעם 27סטן מערץ האָבן די פֿירער פֿון 27 לענדער, מיטגלידער פֿונעם אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד, זיך צוזאַמענגענומען אינעם הויז פֿון דער בערלינער אָפּערע, כּדי צו הערן בעטהאָווענס סימפֿאָניע #5, אויסגעפֿירט לכּבֿוד דעם 50סטן יאָרטאָג זינט ס׳איז אויפֿגעקומען דער אייראָפּעיִשער פֿאַרבאַנד; נאָכן קאָנצערט, זײַנען אַלע געסט אויפֿגענומען געוואָרן אין דער פּרעזידענט־רעזידענץ. בײַם בראַנדענבורגער טויער, וווּ עס זײַנען אויפֿגעשטעלט געוואָרן 27 "נאַציאָנאַלע" געצעלטן, האָט מען דעם המון מכבד געווען מיט נאַציאָנאַלע מאכלים און זיי פֿריילעך געמאַכט מיט פֿאַרשידענע אַטראַקציעס, אין וועלכע עס האָבן זיך באַטייליקט די באַרימטע פּאָפּ־שטערן. סוף־כּל־סוף, צום ערשטן מאָל אין אַ יובֿל, האָט מען אין דײַטשלאַנד זיך דערמאָנט וועגן די געוועזענע סאָוועטישע ייִדן, וועלכע וווינען איצט אינעם דאָזיקן לאַנד. מ׳האָט זיך דערמאָנט וועגן זיי אין שײַכות מיט דער אויסשטעלונג, געווידמעט דעם לעבן פֿון די הײַנטצײַטיקע ייִדן, וועלכע האָט זיך געעפֿנט נאָך מיט צוויי חדשים צוריק, אין אָקטאָבער, אינעם בערלינער ייִדישן מוזיי.
חנה אַרענדט איז געבוירן געוואָרן אין 1906 לעבן האַנאָווער, אָבער אירע קינדער־ און יוגנט־יאָרן האָט זי פֿאַרבראַכט אין קעניגסבערג. דאָס מיידעלע האָט זיך דערצויגן אין אַ געבילדעטער ייִדישער משפּחה, וווּ מע האָט אָפֿט גערעדט וועגן ליבעראַליזם און די טראַדיציעס פֿון דער דײַטשישער קולטור, וועגן סאָציאַל־דעמאָקראַטיע און די אייראָפּעיִשע ווערט. וועגן דעם, אַז זי איז אַ ייִדיש מיידל, האָט חנה זיך דערוווּסט אויף דער גאַס. מעגלעך, אַז דער מישפּט צווישן די יורשים פֿון דער ווערטהײַם־משפּחה און איינעם פֿון די גרעסטע דײַטשישע קאַרטעלן — האַנדל־געשעפֿט Karstadt-Quelle — איז מסתּמא דער לעצטער קאַמף פֿאַרן ייִדישן האָב־און־גוטס, פֿאַרלוירן בעתן נאַצי־רעזשים. נאָך פֿאַר דעם ווי היטלער און זײַן קליקע זײַנען געקומען צו דער מאַכט אין יאָר 1933, האָט די משפּחה ווערטהײַם געהאַט אין איר רשות באָדן, קראָמען און אַנדער פֿאַרמעגן, וואָס די נײַע דעמאָלטיקע מאַכט האָט קאָנפֿיסקירט בײַ זיי און איבערגעגעבן צו אַנדערע באַלעבאַטים. צווישן אַלע ערד־חלקים האָט מער פֿון אַלע צוגעצויגן דעם אויפֿמערק פֿונעם ערד־חלק אויף דעם "פּאָטסדאַמער פּלאַץ", וואָס אין 1991 האָט עס "אָפּגעקויפֿט" בײַ דער פֿעדעראַלער מאַכט דער קאָנצערן Karstadt-Quelle און באַצאָלט פֿאַר דער קניה איין "דויטשע מאַרק". |