Video Banner
‫פֿון רעדאַקציע

צווישן אַמעריקע און רוסלאַנד איז לעצטנס אויפֿגעשטעלט געוואָרן אַ ווירטועלע בריק אונטערן נאָמען "פּערעזאַגרוזקאַ", וואָס מיינט אויף פּראָסט מאַמע־לשון אַן אָנלאָדונג אויף ס'נײַ. יעדער וואָס האָט צו טאָן מיט קאָמפּיוטערײַ, ווייסט גענוי וואָס דאָס מיינט. מע דאַרף אויך וויסן, אַז בשעת דער דאָזיקער "פּערעזאַגרוזקאַ", קאָן דער קאָמפּיוטער "פֿאַרפֿרוירן" ווערן, אַנדערש געזאָגט, ס׳קאָן זיך שאַפֿן אַ מצבֿ, ווען אַלץ בלײַבט הענגען אין די ווירטועלע ספֿערן — נישט אַהין און נישט אַהער!


טעאַטער
די מיטגלידער פֿון דער "דניאל גווירצמאַן טאַנץ־טרופּע" אין אַ סצענע פֿונעם ווערק "שבֿט"

ד״ר מעלווין קאָנער, אַן אַנטראָפּאָלאָגיע־פּראָפֿעסאָר אין "עמאָרי־אוניווערסיטעט" אין אַטלאַנטע, דזשאָרדזשיע, האָט הײַיאָר אַרויסגעלאָזט אַן אייגנאַרטיק בוך, The Jewish Body (דער ייִדישער גוף), וווּ ער דיסקוטירט אַרום דעם ייִדישן צוגאַנג צום גוף, ווי עס ווערט אָפּגעשפּיגלט אין די ייִדישע ריטואַלן, קולטור און געשיכטע. צווישן די טעמעס וואָס ער באַרירט זענען ברית־מילה, סעקסועלע באַציִונגען, די פֿאַרשידענע פֿיזישע שילדערונגען פֿונעם ייִד (דער אויסגעדאַרטער,


קונסט
"פֿאָרווערטס"־רעדאַקטאָר באָריס סאַנדלער מיט דער "פֿאָרווערטס"־אַרכיוואַרין חנה פּאָלאַק בײַ דער עפֿענונג

אין סעפּטעמבער האָט זיך געעפֿנט די אויסשטעלונג — "יצחק באַשעוויס זינגער און זײַנע קינסטלער" בײַם "היברו־יונאָן־קאָלעדזש" אין מאַנהעטן. די אָפֿיציעלע עפֿענונג איז פֿאָרגעקומען דעם 15טן אָקטאָבער און די אויסשטעלונג וועט בלײַבן אין דער גאַלעריע פֿונעם קאָלעדזש ביזן 2טן יולי 2010. דער "פֿאָרווערטס" איז איינער פֿון די שותּפֿים צו דער אויסשטעלונג, וואָס באַשטייט פֿון די אָריגינעלע קונסטווערק וואָס האָבן באַגלייט באַשעוויסעס ביכער אויף ענגליש און אַנדערע שפּראַכן. בײַ דער עפֿענונג האָט שמואל נאָריך,


מוזיק
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון מיכאל קרוטיקאָוו
דניאל קאַן (רעכטס) און פּאַוועל ליאָן (פּסאָי קאָראָלענקאָ)

אַ שמועס מיט פּאַוועל ליאָן און דניאל קאַן

דאָס אויפֿלעבן פֿון קלעזמער־מוזיק, וואָס האָט זיך אָנגעהויבן אין אַמעריקע אין די 1970ער יאָרן און דערנאָך זיך פֿאַרשפּרייט אין אייראָפּע און ישׂראל, האָט פֿאַרזיכערט פֿאַרן "עטנישן" ייִדישן סטיל אַ פֿעסטן פּלאַץ אין דער מאָדערנער מוזיקאַלישער קולטור. מיישקע אַלפּערט, חנה קופּער, זלמן מלאָטעק, דוד קראַקאַוער און אַנדערע האָבן פֿאַרלייגט אַ יסוד, אויף וועלכן מען האָט אויפֿגעבויט אַ גאַנצן בנין, גאָר עקלעקטיש אין זײַן סטיל און אידעאָלאָגיע.


מוזיק
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן
די קאַפּעליע "גליק"

אין אונדזער לעצטער רובריק האָט מען געשריבן וועגן אַ נאָוואַטאָרישער גרופּע פֿון ווין, "די גויים", וואָס האָט געשאַפֿן אָריגינעלע מוזיק צו דער ייִדישער פּאָעזיע פֿון ווין אין די 1920ער יאָרן. יענע גרופּע שפּילט שוין נישט צוזאַמען, אָבער אַן אַקטיווע גרופּע אין פֿראַנקרײַך, פֿון דער שטאָט אָרילאַק, האָט אויך גענומען די איניציאַטיוו אויסצוניצן די ייִדישע ליטעראַטור אויף אַן אָריגינעלן מוזיקאַלישן אופֿן.

די קאַפּעליע "גליק" האָט זיך צונויפֿגענומען אין 2000 אונטער דעם נאָמען "דודס קלעזמער־אָרקעסטער" און געשטעלט דעם טראָפּ אויף דער קלעזמער־מוזיק פֿון די 1920ער יאָרן.


פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דער אייבערשטער האָט געזאָגט אַבֿרהמען: גיי פֿון דײַן אַלטער היים אינעם לאַנד, וואָס איך וועל דיר ווײַזן. אַבֿרהם אָבֿינו איז געווען דער ערשטער ייִד אויף דער וועלט, פֿון וועלכן עס הייבט זיך אָן די געשיכטע פֿון אונדזער פֿאָלק. ווי ס׳איז באַקאַנט, פֿאַרנעמען די באַציִונגען צווישן די ייִדן און דעם באַשעפֿער אַ צענטראַל אָרט אין דער תּורה.