Video Banner
‫פֿון רעדאַקציע

דער אַלטער מיין, אַז מיט אַ ייִד איז נישט שווער זיך צונויפֿצורעדן, איז אַקטועל הײַנט אויך; און נישט סתּם מיט אַ ייִד, נאָר מיט אַ ייִדישער רעגירונג. זעט איר דאָך, נאָך דער לעצטער מלחמה אין לבֿנון, פֿאַרמאַכט זיך נישט דער טויער אין ירושלים: אָט איז געווען דער ראָש פֿון דער "יו־ען", קאָפֿי אַנאַן, און אָט איז נאָך אים געקומען סערגיי לאַווראָוו, דער אויסערן־מיניסטער פֿון רוסלאַנד; נישט באַוויזן אַראָפּצונעמען פֿונעם טיש דעם סאַמאָוואַר, ווי מע דאַרף שוין דערלאַנגען ענגלישע טיי מיט מילך — דער פּרעמיער טאָני בלער שטייט שוין אויף דער שוועל.


פּאָליטיק

די בריטישע פּאָליטישע סיסטעם האָט אַ סך מעלות, אָבער אײן חסרון. זי פֿאַרמאָגט ניט קײן קלאָרן מעכאַניזם פֿון בײַטן דעם פּאָליטישן פֿירער. אין אונטערשיד צו אַנדערע דעמאָקראַטישע לענדער, װערט דער בריטישער פּרעמיער־מיניסטער ניט אױסגעװיילט דירעקט דורך דער באַפֿעלקערונג. דער פּאַרטײ־פֿירער װערט אױסגעקליבן דורך זײַן פּאַרטײ, און נאָר די פּאַרטײ קאָן בײַטן דעם פּרעמיער־מיניסטער, װען זי האַלט עס פֿאַר נײטיק. אַזױ אַרום קאָן דער בריטישער פּרעמיער־מיניסטער בלײַבן אױף זײַן שטעלע אַזױ לאַנג װי ער און זײַן פּאַרטײ װילן.


געזעלשאַפֿט, קהילה־לעבן
פֿון שׂרה־רחל שעכטער (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
די ייִדישע זינגערין שוראַ ליפּאָווסקי פֿירט אָן מיט אַ וואַרשטאַט בײַם סעמינאַר.

ווי אין ס׳רובֿ לענדער, וואָס גרייטן זיך צו די וואַלן, האָט די שוועדישע רעגירונג, לעצטנס, אָנגעהויבן דרוקן אין דער פּרעסע אַ צאָל אַנאָנסן, וואָס מוטיקן אירע בירגער צו שטימען.

אַנדערש איז אָבער, אַז די בולעטינען גיבן די לייענער צו וויסן דעם וועב־אַדרעס, וווּ מע קען באַקומען די שטים־אינסטרוקציעס אויך אויף ייִדיש, נישט געקוקט אויף דעם וואָס דער פּראָצענט ייִדיש־רעדער איז שוועדן איז זייער קליין. צווישן די 9 מיליאָן מענטשן וואָס וווינען הײַנט אין שוועדן, זענען בלויז 18,000 פֿון זיי ייִדן; און פֿון זיי, אויב מע נעמט אַרײַן די וואָס קענען די שפּראַך פֿליסיק, ווי אויך די וואָס קענען די שפּראַך פּאַסיוו, דערגייט די צאָל ייִדיש־קענער ביז בערך 4,000.


תּורה־געדאַנק

אין אָנהייב פֿון דער פּרשה דערציילט די תּורה וועגן דעם "כּריתת ברית", דעם הייליקן בונד, וואָס דער אויבערשטער האָט דורכגעפֿירט מיט די ייִדן איידער זיי זײַנען אַרײַנגעקומען אין ארץ־ישׂראל. צווישן די רייד וועגן דעם ענין באַטאָנט די תּורה דעם אויבערשטנס ווערטער (כט, יג־יד): "ולא אתּכם לבדכם אנכי כּורת את הברית הזאת וגו׳ כּי את אשר ישנו פּה וגו׳ ואת אשר איננו פּה" — און נישט מיט אײַך אַליין "פֿאַרשנײַד" איך אָט דעם ברית... נאָר מיט דעם וואָס איז פֿאַראַן דאָ... און מיט דעם וואָס איז דאָ נישטאָ.


װיסנשאַפֿט
פֿון אַנע ערשלער (פֿראַנקרײַך)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
די 3־דימענסיאָנעלע ספֿערע (בילד פֿון בענואַ קלעקנער)

דעם 22סטן אױגוסט האָט דער רוסלענדישער מאַטעמאַטיקער גריגאָרי פּערעלמאַן זיך אָפּגעזאָגט פֿון דער "פֿילדס־פּרעמיע" — די העכסטע פּרעמיע אין מאַטעמאַטיק. הונדערטער מעדיאַ־מיטלען איבער דער גאַנצער װעלט האָבן באַלד פּובליקירט זײערע דערקלערונגען וועגן דער דאָזיקער סענסאַציע.

װער איז פּערעלמאַן? "אַ נײַער ראַספּוטין" — שרײַבן די אַמעריקאַנער צײַטונגען. "ער האָט אַ פּנים פֿון אַ פּױפּסט" — מײנען די פֿראַנצײזישע צײַטשריפֿטן. "ניט קאָנװענציאָנעל אַפֿילו פֿאַר אַ מאַטעמאַטישן גאָון" — שרײַבט מען אין ישׂראל. "צום געלט איז ער גאַנץ גלײַכגילטיק" — האַלט מען אין דײַטשלאַנד. "אַ זון פֿונעם שרײַבער יעקבֿ פּערעלמאַן" — שטײט געשריבן אין אַ סך רוסישע צײַטונגען.


ליטעראַטור
רבֿקה רובין

שוין היפּשע עטלעכע שעה זײַנען זיי געווען אויף די פֿיס — דער קליינינקער, שטשופּלער דאָקטער; זײַן שטאַלטנע פֿרוי מיטן גרויסן קאָפּ האָר, צעפֿלאָסענע איבער די אַקסלען, און זייער שכנה, די לערערין, אַ הויכע, אַ ברייטע, נאָענט צו די פֿופֿציקער. מיטן פֿערטן, דעם יונגן עסט, האָבן זיי זיך באַקענט ערשט נעכטן בײַ אַ טישל אין רעסטאָראַן. דערוווּסט זיך, אַז ער איז אַן אַרכיטעקט, האָט די לערערין מיט איר הײזעריקלעכער, נאָר גוט באַהערשטער, שטים פֿאַרגעבן אים אַזוי פֿיל קשיות, ביז ער האָט זיך אַליין אָנגעבאָטן אויף צומאָרגנס דורכגיין זיך מיט די אָנגעפֿאָרענע איבער דער שטאָט.