Video Banner
‫פֿון רעדאַקציע

דער פֿאַרגאַנגענער מאָנטיק וועט זיך פֿאַרגעדענקען אין דײַטשלאַנד, ווי אַ טריומף פֿאַר דער ישׂראל־דײַטשישער פֿרײַנדשאַפֿט. צום ערשטן מאָל פֿאַר די לעצטע 60 יאָר איז פֿאָרגעקומען אַ בשותּפֿותדיקע זיצונג פֿון די צוויי מיניסטאָרן־קאַבינעטן אין שפּיץ מיט דער קאַנצלערין אַנגעלאַ מערקעל און דעם פּרעמיער־מיניסטער בנימין נתניהו.


ליטעראַטור, ייִדיש־וועלט
אַלכּסנדר שפּיגלבלאַט:


דער זיס־זויערער טיטל פֿון דער נײַסטער זאַמלונג לידער פֿון אַלכּסנדר שפּיגלבלאַט, איינעם פֿון די חשובֿסטע ייִדישע פּאָעטן הײַנט, שטעלט דעם טאָן פֿאַרן גאַנצן ווערק. מיט דער עלטער ווערט דאָס לעבן אַלץ שווערער, אָבער מע דאַרף געפֿינען אַ ביסל פֿרייד, וווּ מע קען. און אויב נישט פֿרייד, זאָל זײַן עפּעס שיינס. און אויב נישט קיין שיינס, טאָ זאַל מען סײַ־ווי־סײַ זיך אײַנלעבן אין דער וועלט מיטן גאַנצן פּאָעטישן באַוווּסטזײַן...

די לידער שטעלן דעם טראָפּ אויף דער זיקנה, אויף די זכרונות פֿון אַמאָל (אויך זיס און זויער), און דער מחבר קען מײַסטעריש נעמען אַן אימאַזש פֿון דער עלטער און אים באַלעבן, אַפֿילו ווען דער מענטש אַליין ווערט קוים דערמאָנט:


ייִדיש־וועלט, ליטעראַטור
פֿון לאַזאַר לובאַרסקי (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

יצחק־ברוך פֿאַרבעראָוויטש — דעם נאָמען האָט ער געטראָגן די ערשטע אַכצן יאָר פֿון זײַן צוויי און פֿערציק־יעריק לעבן (1897—1939); די איבעריקע פֿיר און צוואַנציק יאָר האָט מען אים געקענט ווי אורקע נאַכאַלניק, וואָס זיבעצן יאָר איז עס געווען זײַן גנבֿים־צונאָמען, און די לעצטע זיבן יאָר — דער פּסעוודאָנים פֿון אַ באַרימטן מחבר פֿון מײַסטער־ווערק אויף קרימינעלע טעמעס.


װיסנשאַפֿט, פּובליציסטיק
ריטשאַרד סטאָלמאַן

אַ טייל מענטשן ווערט פֿאַרחידושט, ווען מע ווײַזט זיי אַ קאָמפּיוטער־סיסטעם, וואָס האָט ערשט געפּראַוועט איר 40סטן יוביליי און ווערט גאַנץ אָפֿיציעל פֿאַרשפּרייט פּרינציפּיעל אומזיסט, און אַז דווקא צוליב דעם, וואָס מע נוצט אויס אומזיסטע פּראָגראַמען מיט לאַנגע היסטאָרישע שרשים, אַרבעטן זיי אַ סך גיכער און בעסער.

די בכּבֿודיקע 40־יעריקע קאָמפּיוטער־סיסטעם הייסט "Unix"; זי איז דאָס "פֿלייש און בלוט" פֿון דער אינטערנעץ און דאָס וויגעלע פֿון די מאָדערנע קאָמפּיוטער־נעצן און אַנדערע טעכנאָלאָגיעס,


מוזיק
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן
אַפֿיש פֿונעם "גאָלדענעם פֿעסטיוואַל 2010" אַ יערלעכע אונטערנעמונג אין ניו־יאָרק פֿאַר באַלקאַנישער פֿאָלקמוזיק

דעם פֿאַרגאַנגענעם שבת־צו־נאַכטס, דעם 16טן יאַנואַר, איז פֿאָרגעקומען דער יערלעכער "גאָלדענער פֿעסטיוואַל", וואָס דער באַלקאַנישער מעש־אָרקעסטער "זלאַטנע אוסטע" [גאָלדענע ליפּן] אָרגאַניזירט אין צפֿון־מאַנהעטן. דאָס יאָר האָט מען געפּראַוועט 25 יאָר פֿונעם פֿעסטיוואַל, וואָס האָט געדויערט פֿון 6:00 אַ זייגער אין אָוונט ביז 3:00 אַ זייגער בײַ נאַכט. אויף דרײַ גאָרנס קען מען הערן פֿאַרשיידענע מוזיקאַלישע גרופּעס, וועלכע ספּעציאַליזירן זיך אין דער מוזיק פֿון צפֿון־גריכנלאַנד (מאַקעדאָניע), בולגאַריע, סערביע און ראָמאַ (ציגײַנער).


פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

נאָך אַ גאַנצער ריי משונהדיקע צרות, האָט פּרעה געהייסן די ייִדן צו פֿאַרלאָזן מצרים. אין דער הײַנטיקער פּרשה האָט דער אייבערשטער אָנגעזאָגט די ייִדן, זיי זאָלן ציילן די חדשים פֿונעם יאָר פֿון ניסן אָן — דער חודש, ווען זיי זענען אַרויס פֿון דער מיצרישער שקלאַפֿערײַ. הגם דאָס ייִדישע יאָר הייבט זיך אָן פֿון ראָש־השנה, ווערט ניסן באַטראַכט ווי דער ערשטער חודש.