Video Banner
‫פֿון רעדאַקציע

די געשעענישן פֿון די לעצטע פֿינף־זעקס יאָר ווײַזן בולט אָן, אַז דער מערבֿ האָט כּמעט פֿאַרלוירן זײַן השגחה איבערן מיטעלן מיזרח; און נישט בלויז צוליב די סטראַטעגישע פֿעלערן, נאָר קודם־כּל, צוליב דעם אַלגעמיינעם שפּאַלט אין דער מאָדערנער ציוויליזאַציע, וואָס צעטיילט די וועלט אויף צוויי גרעסערע לאַגערן — קריסטלעכן און איסלאַמישן.


פּובליציסטיק

די וואָך איז די טעמפּעראַטור שטאַרק געפֿאַלן, צום ערשטן מאָל דעם ווינטער, אויפֿן מיזרח־ברעג און אינעם מידוועסט פֿון אַמעריקע. אויף די באַן־סטאַנציעס, אין פּאַרקן, אויף די שוועלן פֿון בנינים, זעט מען היימלאָזע מענטשן, סײַ יונגע, סײַ אַלטע, אַרומגעוויקלט אין קליידער, קאָלדרעס און קאַרטאָנען. לויט די לעצטע באַריכטן, איז דער היימלאָזיקייט־קריזיס ערגער געוואָרן די לעצטע צוויי יאָר. אין אַ סך פֿון די גרויסע שטעט האָט מען געדאַרפֿט פֿאַרגרעסערן די צאָל האַרבעריקן וווּ די היימלאָזע קענען שלאָפֿן אין אַ נויט; אָבער אַפֿילו מיט דער פֿאַרגרעסערונג האָט מען נישט באַוויזן צו האָבן גענוג אָרט.


ליטעראַטור
פֿון מרדכי דוניץ
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

עס איז לעצטנס דערשינען דער צווייטער נומער פֿון דעם נײַעם זשורנאַל "דווקא" אין עבֿרית, אַרויסגעגעבן פֿון דעם "בית שלום־עליכם" אין תּל־אָבֿיבֿ.

אַזוי ווי דער ערשטער, איז אויך דער צווייטער נומער פֿון דעם זשורנאַל אינטערעסאַנט און זייער אײַנדרוקספֿול, ממש אַ שעדעווער, אַן אויסנאַם. ווי מען זאָגט דאָ אין דער פֿאָלקסטימלעכער שפּראַך, "זה ממש משהו, משהו", וואָס מיינט אין אונדזער מאַמע־לשון "עס איז ממש אַזוינס און אַזעלכעס"...


פּובליציסטיק, געשיכטע
אַ רעקלאַמע פֿונעם אַמאָליקן שיינקייט־קאָנקורס "מיס סאָבווייס"

דערצויגן געוואָרן אין דער שטאָט ניו־יאָרק, בײַ אַ משפּחה וואָס האָט נישט פֿאַרמאָגט קיין אויטאָ, האָב איך אַ גרויסן חלק פֿון מײַן לעבן "אויסגעלעבט" אויף דער אונטערבאַן ("סאָבוויי"). הגם הײַנט פֿאָר איך בדרך־כּלל מיטן אויטאָ און מיט דער מחוץ־שטאָטישער באַן "מעטראָ־נאָרט" (Metro North), מוז איך מודה זײַן, אַז מײַנע יאָרן אויף דער אונטערבאַן האָבן זיכער געהאָלפֿן צו אַנטוויקלען בײַ מיר דאָס געפֿיל פֿון אַן עכטן ניו־יאָרקער.


ליטעראַטור

2

ערגעץ מיט אַ צוויי וואָכן צוריק איז עס געווען, באַלד נאָך סוכּות, האָט איר אָנגעקלונגען אַ פֿרוי, און געפֿרעגט, צי זי, שׂרוניע, האָט געהערט וועגן ווידעאָ־אינטערוויוען, וואָס ווערן דורכגעפֿירט פֿון דעם שפּילבערג־פֿאָנד מיט די מענטשן, וואָס האָבן איבערגעלעבט דעם חורבן. "איר זײַט דאָך געווען אין געטאָ?", — האָט געפֿרעגט די פֿרוי, ווי זי וואָלט נאָך אין דעם געצווייפֿלט.


תּורה־געדאַנק
פֿון ה. מאַניעווסקי
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

בײַ מתּן־תּורה, ווען דער אויבערשטער האָט געגעבן די תּורה צו די ייִדן, איז געגעבן געוואָרן די גאַנצע תּורה — דער טייל פֿון ׳נגלה׳ — דער אָפֿענער, אַנטפּלעקטער טייל (חומש, תּלמוד, פּוסקים אאַ״וו), און אויך דער טייל פֿון ׳נסתּר׳ — דער געהיימער, באַהאַלטענער טייל (קבלה, חסידות, די סודות פֿון דער תּורה).

עס זײַנען פֿאַראַן ייִדן וועלכע זײַנען קעגנעריש צום לערנען תּורת החסידות. זיי אַרגומענטירן: אויב דאָס לערנען חסידות וואָלט געווען אַזוי נייטיק אין ייִדישן לעבן, וואָלט דער טייל פֿון דער תּורה נישט געווען פֿאַרהוילן אין די פֿריִערדיקע ערשטיקע דורות, און וואָלט דעמאָלט אַנטפּלעקט געוואָרן פֿאַרן גאַנצן ייִדישן פֿאָלק, און נישט ערשט אין אונדזערע לעצטע דורות.