- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
אין די יאָרן פֿון דער קאַלטער מלחמה האָט אין דער מערבֿדיקער וועלט געלעבט אַ גוטן טאָג די וויסנשאַפֿט, וועלכע איז געווען פֿאַרבונדן מיט פֿאָרשן דעם סאָוועטן-פֿאַרבאַנד. די סיבות פֿון אַזאַ מצבֿ דאַרף מען ניט באַזונדערס דערקלערן — דער אידעאָלאָגישער פֿראָנט האָט זיך תּמיד גענייטיקט אין כּלערליי אינטעלעקטועלער סחורה: אַנאַליטישע איבערזיכטן, היסטאָרישע אַנטפּלעקונגען, פּראָגנאָזן וכ׳. אין דער אָנגענומענער טערמינאָלאָגיע פֿון די ספּאָרטיווע באַגריפֿן האָט מען דאָס גערופֿן: אַ וועט־געיעג איבער שטערונגען וואָס דער ספּאָרטלער דאַרף אַריבערשפּרינגען אויפֿן וועג צו זײַן ציל, צום נצחון. אין אונדזער פֿאַל איז דאָס דער לעבעדיקער פּלויט, וועלכער דינט ווי דער מיכשול, די שטערונג, אין דעם סתּם־לויף אויפֿן וועג, וואָס איז אויסגעבעט פֿון שטעכלקעס און פֿאַרלייגט מיט לעבעדיקע פּלויטן. איבער זיי פּרובירט דער פּאָליטיקער אַריבערשפּרינגען אין זײַן וועטלויף צו אַן עקספּרעס־שלום אין פֿאַרלויף פֿון אַ יאָר, לויט דעם וווּנטש פֿון אָבאַמאַ און דער הסכּמה פֿון נתניהו און אַבו־מאַזען (מאַכמוד אַבאַס). איך דאַרף אַ סוכּה אַז דו וועסט זײַן אַ גוט ייִנגעלע, וועסטו עסן אין סוכּה... אַ סך ייִדן עסן ניט אין סוכּה, דאָס איז אַ שאָד. די צרה מיט אונדזערע ייִדן איז, וואָס זיי ווילן ליבערשט עסן אין אַ פֿײַנעם, וואַרעמען "דײַנינג־רום", איידער אין אַ סוכּה. זיי ווילן ניט זיצן און עסן אין זייערע אָווערקאָוטס [מענטל], און זיי האָבן בטבֿע פֿײַנט קאַלטע זופּ... און דערפֿאַר איז אונטערגעגאַנגען אַ מעגלעכקייט פֿאַר אַ גרויסער סוכּה־אינדוסטריע, וואָס וואָלט געקענט דערפֿירט ווערן זייער ווײַט, אויב מען זאָל נאָר לאָזן...
אַלבערט קאַגאַנאָוויטש. די אַלטע ייִדישע שטאָט רעטשיצע ליגט אין מיזרח־פּאָלעסיע, אַ גרענעץ־לאַנד צווישן פֿאַרשידענע פֿעלקער און קולטורן. אין מיטלאַלטער האָט רעטשיצע געהערט צו דעם ליטווישן גרויספֿירשטנטום, און דערנאָך איז עס אַריבער אינעם באַשטאַנד פֿון דעם פּויליש־ליטווישן מלכות. אָבער ניט זעלטן איז די געגנט פֿאַרכאַפּט געוואָרן דורך דעם מיזרחדיקן שכן — מאָסקווע; בפֿרט אינעם 17טן יאָרהונדערט, ווען די מיזרח־קאַנטן פֿון פּוילן האָבן געליטן פֿון קאָזאַקישע אָנפֿאַלן. נאָך דער צווייטער צעטיילונג פֿון פּוילן איז רעטשיצע אַרײַן אינעם באַשטאַנד פֿון דער רוסישער אימפּעריע, דערנאָך איז די שטאָט געוואָרן אַ טייל פֿון דער סאָוועטישער בעלאָרוסישער רעפּובליק, און איצט געהערט זי צו דער אומאָפּהענגיקער מדינה בעלאַרוס. איך האָב נישט געגלייבט מײַנע אויגן, נישט געריכט זיך און נישט פֿאָרגעשטעלט זיך, אַז אַ חבֿרה חסידים וועלן זיך פֿאַרשטענדיקן מיט מיר דורך בליצפּאָסט און מיר מכבד זײַן מיט אַזאַ מין בריוועלע אין זייער אייגן לשון. "מײַן נאָמען איז פֿײַוויש פֿונק (נישט דער אמתער נאָמען), און איך וווין אין ברוקלין. איך בין אַ טאַטע פֿון זיבן זיסע קינדערלעך און איך האָב בע״ה זייער אַ וווילע פֿרוי און אַ גוטע פּרנסה רעלאַטיוו צום הײַנטיגן עקאָנאָמיע. מיר זײַנען צען חסידים וואָס ליינען אײַערע אַרטיקלען וועכנטלעך כּמעט. פֿאַרשטייט זיך אַז מיר זענען מער נישט אַזוי קנאָיש (פֿאַנאַטיש) פֿרום, פֿון אינעווייניג מיר זענען טאָלעראַנט און "אויסגעברענט." אָבער פֿון דערויסען זענען מיר נאָרמאַל חסידיש. מיר האָבן אַלע פֿאַמיליעס. איך וואָלט געוואָלט בעטן טרעפֿן מיט אײַך. מיר וועלן צופֿאָרן אין דער בראָנקס אָדער מאַנהעטן. אין די ימים־נוראָים, ווי אויך במשך פֿון די עשׂרת־ימי־תּשובֿה בכלל, קערן זיך אונדזערע נשמות אום צו זייער ג-טלעכן קוואַל. אין דער תּורה שטייט געשריבן, אַז יום־כּיפּור איז דער טאָג, ווען די ייִדן ווערן ריין פֿאַרן אייבערשטן: "לפֿני השם תטהרו". דער דאָזיקער פּסוק האָט אויך אַ טיפֿערן באַדײַט. דער אייבערשטער איז, בעצם, העכער פֿון אַלע באַגריפֿן. אַפֿילו דער באַגריף "ג-ט" באַצייכנט נישט דעם אמתן אַבסאָלוט, נאָר בלויז אַ געוויסע מענטאַלע קאָנסטרוקציע, וואָס ווערט געשאַפֿן אינעם מענטשלעכן שׂכל, ווען מיר טראַכטן וועגן ג־טלעכקייט. |