- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
ווערטן פֿון ייִדישן פֿאָלק — זיי זײַנען צעזייט און צעשפּרייט איבער דער וועלט, ווי דאָס פֿאָלק אַליין, וואָס לאָזט זיך נישט באַזעצן אין איין אָרט, הגם אַזאַ שטח איז שוין דאָ. ייִדן, וווּ זיי זאָלן נישט געווען צושטיין אין זייער צוויי טויזנט־יאָריקן נע־ונד, פֿלעגן זיי מיטברענגען מיט זיך דעם בטחון, אַז דאָ, אויף דעם ברעג, וועט שוין זייער גוט מזל זיך טיף און פֿעסט פֿאַראַנקערן, ביז משיחס קומען. צווישן די לערער פֿון דער מאָלדאַווישער קאָנסערוואַטאָריע, וועלכע איך האָב פֿאַרענדיקט מיט 50 יאָר צוריק, האָט זיך מיר אַמבולטסטן פֿאַרגעדענקט אונדזער פּראָפֿעסאָר פֿון מוזיק־געשיכטע אַלכּסנדר אַבראַמאָוויטש. זיך טרעפֿן מיט אים — סײַ בעת די לעקציעס און סײַ אויסער זיי — פֿלעגט תּמיד לאָזן נאָך זיך אַ טיפֿן שפּור פֿון פֿרייד און ליכט. כ'מיין, אַז נישט ווייניק פֿון זײַן פּערזענלעכקייט האָט מײַן לערער געירשנט בײַ זײַן באַרימטן זיידן, שלום־יעקבֿ אַבראַמאָוויטש, אַנדערש געזאָגט, מענדעלע מוכר־ספֿרים. אַלכּסנדר אַבראַמאָוויטש איז געבוירן געוואָרן אין אָדעס אין 1900, וווּ ס'האָט געוווינט מענדעלעס גרויסע משפּחה. ווי באַקאַנט, האָט ער אָנגעפֿירט אויף דער דעכטיאַרנע־גאַס מיט אַ גרויסער תּלמוד־תּורה; דאָרט האָט זיך אויך געפֿונען זײַן הויז. יחיאל שרײַבמאַן, דער באַקאַנטער פּראָזאַיִקער פֿון מאָלדאָווע, איז געבוירן געוואָרן אין 1913 אינעם בעסאַראַבער שטעטל וואַד־ראַשקעוו, וואָס ער האָט אַזוי זאַפֿטיק און האַרציק באַשריבן אין כּמעט אַלע זײַנע ווערק. אין די 1930ער יאָרן געוווינט אין בוקאַרעשט, כּמעט גאַנצע צען יאָר געווען אַ סופֿליאָר אין ייִדישן טעאַטער. אין טשערנאָוויץ און בוקאַרעשט האָט ער זיך באַטייליקט אין דער אונטערערדישער "לינקער" באַוועגונג. דעביוטירט האָט ער אין דער ליטעראַטור מיט אַ דערציילונג, וואָס האָט געהייסן "ערשטע טריט" און איז פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן אין ניו־יאָרקער פּראָלעטאַרישן ליטעראַרישן זשורנאַל "סיגנאַל".
Transit und Transformation. דער פֿאָרש־פּראָיעקט "פֿון שאַרלאָטען־גראַד ביז שוינען־פֿירטל", וואָס איז געשטיצט דורך דער מלוכישער דײַטשישער פֿאָרשונגס־געזעלשאַפֿט, גיט זיך אָפּ מיט אַ פֿילזײַטיקער שטודיע פֿון דער מיזרח־אייראָפּעיִשער ייִדישער קהילה אין בערלין צווישן ביידע וועלט־מלחמות. זײַנען מיר שוין, מיט מזל, איבערגעקומען די שׂרפֿה אויפֿן כּרמל, וועלכע האָט אומגעבראַכט 43 נפֿשות און פֿופֿציק טויזנט דונאַם וואַלד, און מיליאָנען ביימער, לרובֿ פֿון קק״ל, דעם קרן־קימת. די וואָך פֿון חנוכּה תּשע"א האָט אונדז אָנשטאָט דעם דערוואַרטן נס געברענגט אַן אומגליק. דאָס חנוכּה־לעמפּל האָט זיך איבערגעקערט, דער בוימל האָט זיך אויסגעגאָסן און פֿון דעם "אור לגויים" איז געוואָרן אַן "אש ליהודים", אַ פֿײַער קעגן ייִדן. און די איראָניע (אָדער דער חסד) פֿונעם גורל האָט געוואָלט, אַז צווישן די 39 לעש־עראָפּלאַנען פֿון דעם אינטערנאַציאָנאַלן רעטונגס־פֿלאָט, וועלכן דער פּרעמיער נתניהו האָט אויף גיך אָרגאַניזירט צו פֿאַרלעשן דאָס פֿײַער, זײַנען געווען דרײַ לעש־עראָפּלאַנען פֿון די גריכן, וואָס אין זייער זכות פּראַווען מיר יעדעס יאָר דעם יום־טובֿ פֿון די מכּבייער, און צוויי עראָפּלאַנען פֿון די טערקן, די יוונים פֿון הײַנט... אינעם חומש זענען פֿאַראַן צוויי סדרות, וואָס זייערע נעמען זענען פֿאַרבונדן מיטן ענין פֿון לעבן: "חיי-שׂרה" און "ויחי". די פּרשה "חיי-שׂרה" הייבט זיך אָן מיט שׂרהס טויט — פּונקט להיפּוך צו איר נאָמען. שׂרה איז געווען די מאַמע פֿונעם גאַנצן ייִדישן פֿאָלק — בגשמיות און ברוחניות. ווען מע זאָגט אַ "מי שברך" פֿאַר אַ גר — אַ תּפֿילה פֿאַר אַ קראַנקן, אין וועלכער מע דערמאָנט דער מאַמעס נאָמען — רופֿט מען אים אָן "פּלוני בן שׂרה", ווײַל ווען עמעצער ווערט אַ ייִד, ווערט ער אויך פֿאַררעכנט פֿאַר שׂרהס אייניקל. |