- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
אַוועק זײַנען אין דער פֿאַרגאַנגענהייט די ערשטע צען יאָר פֿונעם 21סטן יאָרהונדערט. עס גייען אָבער אונדז ווײַטער נאָך די פֿאַלשע קלאַנגען, וואָס האָבן די דאָזיקע יאָרן באַגלייט, אַרויסגעלאָזט נאָך ערבֿ דעם נײַעם מילעניום. איר געדענקט אַוודאי דעם אָנגעבלאָזענעם בלאָטער פֿון אַ קאָמפּיוטער־קראַך, וועלכער קאָן, חלילה, אומברענגען די גאַנצע באַנק־סיסטעם, ווירטשאַפֿט, וויסנשאַפֿט און וואָס נאָר נישט... דעמאָלט האָט מען אים אָנגעהויבן אָנבלאָזן, געקראַכט האָט ער אָבער מיט צוויי יאָר צוריק; און גאָר נישט צוליב קאָמפּיוטערײַ, נאָר צוליב מענטשלעכער געלטגיריקייט. יצחק לעוויטאַן (1860—1900) איז אפֿשר איינער פֿון די סאַמע באַקאַנטע רוסישע קינסטלער. רעפּראָדוקציעס פֿון זײַנע לאַנדשאַפֿטן באַגלייטן יעדעס קינד פֿון די סאַמע ערשטע שול יאָרן; מען זעט זיי אין לערנביכער פֿאַר רוסישער ליטעראַטור, אין קלאַסצימערן און צומאָל אין אָפֿיציעלע ביוראָען. מען קאָן אַפֿילו זאָגן, אַז לעוויטאַן האָט אין אַ געוויסן זין אַנטדעקט די רוסישע לאַנדשאַפֿט ווי אַן עסטעטישן און מאָלערישן יש. אָבער דווקא די דאָזיקע ברייטע פּאָפּולערקייט, דער קאַנאָנישער סטאַטוס פֿון לעוויטאַן אין דער רוסישער קולטור שטערט צו זען זײַן אָריגינעלקייט. לעוויטאַן איז פּשוט צו גוט באַקאַנט, מען זאָל קענען באַמערקן אין זײַנע ווערק עפּעס נײַס. אָבער ווען מען קוקט זיך צו צו זײַן לעבן און זײַן שאַפֿונג מיט מער אויפֿמערק, שטויסט מען זיך אָן אויף כּלערליי פֿראַגעס, וועלכע ווערן קוים באַרירט אינעם אָפֿיציעלן נוסח פֿון זײַן ביאָגראַפֿיע. מיט עטלעכע וואָכן צוריק האָט מען אין ייִוואָ אָפּגעמערקט דעם 120סטן געבוירנטאָג פֿון דעם ייִדישן אַקטיאָר און רעזשיסאָר שלמה מיכאָעלס. איך האָב זיך אויך באַטייליקט אין דער ייִוואָ-אונטערנעמונג, און שוין נאָך אָפּדברן מײַנס האָב איך, זיצנדיק אין זאַל, זיך דערמאָנט, ווי מיר איז אויסגעקומען אָפּצומערקן עפּעס אַ דאַטע, פֿאַרבונדן מיט מיכאָעלסן — אָדער זײַן געבוירנטאָג אָדער דעם טאָג פֿון זײַן טראַגישן טויט. געווען איז עס אין מאָסקווע, אין 1988 אָדער 1989, דאָס הייסט, אין דער צײַט פֿון מיכאַיִל גאָרבאַטשיאָווס "פּערעסטרויקע". מאָדנע יאָרן זײַנען עס געווען: פֿון איין זײַט איז שוין אַ סך דערלויבט געוואָרן צו טאָן, אָבער גלײַכצײַטיק האָט נאָך אַלץ געאַרבעט די גאַנצע סאָוועטישע סיסטעם, מיט דער פּאַרטיי, קיי-דזשי-בי און אַנדערע זאַכן. לייזער בורקאָ, אַ דאָקטאָראַנט אינעם ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאַר אין ניו־יאָרק, איז שוין 7 יאָר אַקטיוו אין דער "וועלט פֿון ייִדיש". אַ סטודענט פֿון די אַלטע גערמאַנישע שפּראַכן, איז ער אַריבער צו ייִדיש צוליב דער לינגוויסטישער קרובֿישאַפֿט און כּדי צו קענען רעדן מיט באָבע־זיידע, ווי אויך זיך צו באַקענען מיט ייִדישקייט בכלל. ער האָט דרײַ יאָר געאַרבעט אין "פֿאָרווערטס" און באַטייליקט זיך ווײַטער אין דער "פֿאָלקסבינע־טרופּע", אַ גרופּע יונגע אַרטיסטן. ער און מרים־חיה סגל גרייטן צום דרוק אַ זאַמלונג פֿון נחום סטוטשקאָווס "מאַמע־לשון"־אַרטיקלען, ווי אויך אַ פֿאָרשטעלונג, באַזירט אויף סטושטקאָווס ראַדיאָ־דראַמעס. אַ צוהערער פֿונעם מײַסטער־קלאַס פֿון פּראָזע בײַ דער "פֿאָרווערטס"־רעדאַקציע. עס פֿירט זיך אין קאָמערציעלע געשעפֿטן, אין רעגירונג און געזעלשאַפֿטלעכע אינסטיטוציעס, אַז "מע נעמט" אַן אינווענטאַר־ציילונג, אַ סך־הכּל, פֿון די אַנטוויקלונגען און געשעענישן פֿון זייערע אינטערעסן אין דעם פֿאַרגייענדיקן יאָר. אויך אין פּריוואַטן לעבן מאַכן מענטשן אַ סך־הכּל, און מען גיט זיך אָפּ אַ דין־וחשבון פֿון דעם וואָס עס איז געשען מיט זיי אין דעם אַלטן יאָר און וווּ זיי האַלטן מיט זיך אין די טעג, ווען מיר שטייען פֿאַר דעם אָנקומענדיקן נײַעם יאָר. אומעטום, איבער דער גאָרער וועלט, האָט מען מיט צוויי נעכט צוריק געפּראַוועט הוליאַנקעס, געטרונקען און געגעסן, געטאַנצט און "געבאַלעוועט", זיך געלאָזט וווילגיין מיט פֿרייד, עקזאַלטאַציע און "הו־האַ", ווען מען האָט זיך אָפּגעזעגנט מיט דעם פֿאַרגייענדיקן אַלטן קאַלענדאַר־יאָר, און באַגעגנט דעם נײַעם אָנקומענדיקן יאָר 2011. אין דער פֿריִערדיקער פּרשה, "וארא", האָבן מיר באַטראַכט צוויי מדרגות פֿון ג־טלעכער אַנטפּלעקונג. די ערשטע מדרגה, וואָס ווערט אַסאָציִיִרט מיט שם "ש־די", איז פֿאַרבונדן מיט דעם געוויינטלעכן, ציקלישן "דרייעניש" פֿונעם אוניווערס. דורך אַזאַ נאָמען האָט דער באַשעפֿער זיך אַנטפּלעקט צו די ייִדישע אָבֿות. די חז״ל דערקלערן, אַז דער שם "ש-די" שטאַמט פֿונעם וואָרט "די" — "גענוג". דער אייבערשטער האָט אײַנגעשטעלט באַשטימטע גרענעצן פֿון די נאַטור־געזעצן, כּדי די וועלט זאָל זיך דרייען ווי עס דאַרף צו זײַן, און נישט אַראָפּ פֿון די "רעלסן". |