- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
פֿון דעם 15טן אַפּריל ביז דעם 1טן יוני האָבן ייִדן אין דעם געוועזענעם סאָוועטן-פֿאַרבאַנד געהאַט אַ מעגלעכקייט אָנצוגעבן אויף עמיגראַציע קיין אַמעריקע, מיטן סטאַטוס פֿון פּליטים. אמת, אויסגערעכנט איז דאָס געווען איצט נאָר פֿאַר קרובֿים פֿון אַמעריקאַנער תּושבֿים. די דאָזיקע מעגלעכקייט האָט זיך געשאַפֿן אַ דאַנק דער פֿאַרלענגערונג דורכן פּרעזידענט אָבאַמאַ פֿון דער אַזוי-גערופֿענער "לאָטענבערגס אַמענדירונג" — דער סענאַטאָר פֿון ניו-דזשערזי פֿראַנק לאָטענבערג (אַ 87־יאָריקער, איז ער הײַנט דער עלטסטער מיטגליד פֿון סענאַט), וועמעס עלטערן זײַנען געקומען פֿון מיזרח-אייראָפּע, האָט פֿאָרגעלייגט דעם דאָזיקן געזעץ אין יאָר 1989. נאָכן ערשטן ייִדישן טעאַטער־פֿעסטיוואַל אין מאָנטרעאָל, מיט צוויי יאָר צוריק, האָט מען פֿון די שטענדיקע ייִדישע צווייפֿלער געקענט הערן: "נו, לאָמיר זען, צי ס'וועט נאָך אַמאָל זײַן אַ צווייטער..." נײַן טעג, אָנגעפֿילט מיט ייִדישע טעאַטער־פֿאָרשטעלונגען און אַנדערע אונטערנעמונגען — קינאָ, לעקציעס, קאָנצערטן, פֿאַרווײַלונגען — זײַנען געווען צעפּראַלט די טירן פֿונעם סעגאַל־צענטער, וווּ דער פֿעסטיוואַל איז פֿאָרגעקומען — פֿאַר טעאַטער־טרופּעס און שאַפֿערישע אַנסאַמבלען פֿון אַכט לענדער: רומעניע, פּוילן, פֿראַנקרײַך, דײַטשלאַנד, פֿאַראייניקטע שטאַטן, ישׂראל, אויסטראַליע און קאַנאַדע. צו דעם דאַרף מען אויך צוגעבן, אַז אין די ראַמען פֿונעם הײַיאָריקן פֿעסטיוואַל איז דורכגעפֿירט געוואָרן אַ צוויי־טאָגיקער וויסנשאַפֿטלעכער סימפּאָזיום, וואָס האָט זיך אָפּגעגעבן מיט פֿראַגעס פֿון ייִדישן טעאַטער און קינאָ (וועגן דעם זעט אַ באַזונדערן באַריכט אויף ז' 9). מע זעט, ווי פּורים־שפּילערס טראָגן מאַסקעס אינעם פֿילם "דער פּורים־שפּילער", רעזשיסירט פֿון יוסף גרין, מיט זיגמונט טורקאָוו און מרים קרעסין אין די הויפּט־ראָלעס. אינעם פֿילם, שטעלן פֿאָר די בעל־מלאָכות, דער עיקר, די שנײַדער פֿונעם שטעטל, אַ פּורים־שפּיל. זיי קומען אַרײַן אינעם גבֿירס הויז אויפֿצוטרעטן, און זיי טראָגן פּאַפּירענע מאַסקעס. די מאַסקעס וואָס מע זעט אינעם פֿילם, זענען נישט אַזוי אינטערעסאַנט, ווײַל זיי דינען נאָר אויסצובאַהאַלטן דאָס פּנים פֿונעם אַקטיאָר. זיי האָבן נישט קיין פּערזענלעכן אויסדרוק, וואָס זאָל אויסדרוקן אַ געוויסן פּערסאָנאַזש. די מאַסקעס פֿון דער קלאַסישער איטאַליענישער "קאָמעדיע־דעל־אַרט", אָנהייבנדיק פֿונעם 16טן יאָרהונדערט, להיפּוך, האָבן רעפּרעזענטירט ספּעציפֿישע כאַראַקטערן: "אַרלעקינאָ", "בריגעלאַ", "פּאַנטאַלאָנע", "דאָטאָרע", "קאַפּיטאַנאָ" און אַזוי ווײַטער. בײַם צען־טאָגיקן "אינטערנאַציאָנאַלן מאָנטרעאָלער ייִדישן טעאַטער־פֿעסטיוואַל", וואָס האָט זיך געשלאָסן דינסטיק, דעם 21סטן יוני, האָט מען פֿאָרגעשטעלט טעאַטער, מוזיק, וואַרשטאַטן און לעקציעס אין אַ וואַרעמער, היימישער סבֿיבֿה. אונטער דער פֿירערשאַפֿט פֿון ברײַנע וואַסערמאַן, דירעקטאָרין פֿונעם "סעגאַל־צענטער", איז דער דערפֿאָלג פֿונעם צווייטן טעאַטער־פֿעסטיוואַל געווען, לויט אַלע קוואַלן, נאָך גרעסער פֿונעם ערשטן. איין אַקטיאָר פֿון דער ייִדישער בינע, וואָס האָט פֿאַרבראַכט די גאַנצע צײַט איז געווען אַבֿי האָפֿמאַן, הײַנט אַ תּושבֿ פֿון דרום־פֿלאָרידע. ער איז געפֿאָרן קיין מאָנטרעאָל פֿאָרצושטעלן זײַנע פּיעסעס "ראַנדעוווּ מיט גאָט" וועגן איציק מאַנגער, און "Too Jewish": אַ קאָמישער קוק אויף דער ייִדישער קולטור אין אַמעריקע. מיר האָבן אים געבעטן אונדז איבערגעבן זײַנע אײַנדרוקן פֿון דער אונטערנעמונג — און מיר גיבן איבער זײַנע באַמערקונגען: בײַ אַמעריקאַנער ייִדן, וואָס קענען זיך אויס אויף דער אַמעריקאַנער־ישׂראלדיקער פּאָליטיק, איז מאָרטאָן קלײַן, דער פּרעזידענט פֿון דער "ציוניסטישער אָרגאַניזאַציע פֿון אַמעריקע" (ZOA), אַ באַקאַנטער נאָמען. מער ווי 300 פֿון זײַנע בריוו און אַרטיקלען זענען שוין אָפּגעדרוקט געוואָרן אין צײַטונגען און זשורנאַלן איבער דער וועלט, אַרײַנגערעכנט דער "ניו־יאָרק טײַמס", "וואַשינגטאָן פּאָסט", "יו־עס־איי טודיי", "וואָל־סטריט דזשורנאַל", "הארץ", דזשערוסאַלעם פּאָסט" און דער ישׂראלדיקער רוסישער צײַטונג "וועסטי". אויף דער וועבזײַט פֿון דער ZOA שטייט געשריבן, אַז איר ציל איז צו באַקענען דעם ברייטן עולם, די אַמטירנדיקע פּאָליטיקער, די מעדיאַ און די קאָלעדזש־סטודענטן מיט דער אָנגייענדיקער אַראַבישער מלחמה קעגן ישׂראל. משה רבינוס שווער, יתרו, האָט געגעבן אַן עצה צו שאַפֿן אַ סיסטעם פֿון דיינים, כּדי צו באַפֿרײַען זײַן איידעם פֿון איבעריקער מי. בלויז אין אַזעלכע פֿאַלן, ווען די דיינים האָבן נישט געוווּסט, ווי אַזוי צו פּסקענען, האָבן זיי זיך געווענדט צו משהן. צוליב דער גרויסער ווערט פֿון דער דאָזיקער עצה, ווערט דערציילט וועגן דעם אין דער פּרשה, וואָס הייסט טאַקע "יתרו". |