- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
מיט 70 יאָר צוריק, דעם 4טן יולי 1941 האָבן די דײַטשן צונויפֿגעטריבן אין ריגע, אין דער כאָראַל־שיל די ייִדישע פּליטים פֿון שאַוול און אַ טייל אָרטיקע ייִדן, און זיי אַלע פֿאַרברענט לעבעדיקערהייט. אינעם זעלבן טאָג זײַנען איבער לעטלאַנד צעשטערט געוואָרן 12 שילן. דער טאָג ווערט איצט, זינט לעטלאַנד האָט באַקומען איר אומאָפּהענגיקייט, אָפּגעמערקט, ווי דער אָנדענק־טאָג נאָך די ייִדישע קרבנות אין ריגע. לויט די ידיעות, וואָס מיר האָבן באַקומען פֿון ריגע, איז דינסטיק, דעם 5טן יולי דאָרט דורכגעפֿירט געוואָרן אַן "אָנדענק־מאַרש", אין וועלכן ס'האָבן זיך באַטייליקט פֿאָרשטייער פֿון די אָרטיקע דײַטשישע געזעלשאַפֿטלעכע אָרגאַניזאַציעס. די דאָזיקע אָרגאַניזאַציעס פֿאַראייניקן די קינדער און אייניקלעך פֿון יענע סאָלדאַטן און אָפֿיצירן, וועלכע האָבן געקעמפֿט אין דער אַרמיי פֿון "דריטן רײַך". איצט האָבן זיי געבעטן בײַ די ייִדן מחילה פֿאַר זייערע אָבֿות, וועלכע זײַנען באַגאַנגען די שרעקלעכע פֿאַרברעכנס. נאָך 70 יאָר, זינט דער טראַגעדיע, האָבן אין איין קאָלאָנע מאַרשירט די קרובֿים פֿון די אומגעבראַכטע און פֿון די אומברענגער. אַזאַ אַקציע, וואָס האָט באַקומען דעם נאָמען "די טריט פֿון לעבעדיקע", קומט פֿאָר אין ריגע שוין דאָס צווייטע יאָר. הונדערטער מענטשן מיט אָנדענק־שאַרפֿן גייען דורך איבער די גאַסן, וווּ ס'איז אַמאָל געווען די ייִדישע געטאָ, און פֿאַרענדיקן זייער מאַרש בײַם מעמאָריאַלן דענקמאָל, אויפֿגעשטעלט אויפֿן אָרט, וווּ ס'איז פֿאַר דער מלחמה געשטאַנען די כאָראַל־שיל. פֿון סאַבינע קאָלער (רעגנסבורג, דײַטשלאַנד) "איך האָב גוט געקענט אַלע זידלערײַען פֿון דער גאַס — און אויך אַ ביסל לײַטישע ווערטער. נאָר אַזאַ מין פֿאַנטאַסטיש בוך־וואָרט, אַזאַ מין נישט־דאָיִק וואָרט ווי "כודאָזשניק" — האָב איך נישט געהערט. ס׳הייסט, כ׳האָב יאָ געהערט, נאָר אין אונדזער שטאָט האָט מען עס קיין מאָל נישט באַנוצט. ווי קומט עס? איך וואָלט קיין מאָל נישט געקענט, לויט מײַן אַפּשטאַם, דערלויבן זיך אַפֿילו אין געדאַנק אַרויסרעדן אַזאַ וואָרט. נאָר ווען מײַן חבֿר האָט דערזען די צעהאַנגענע בילדער אויף אונדזערע ווענט, האָט ער אַ זאָג געטאָן אַזוי׃ ׳הער נאָר, דו ביסט דאָך אַן אמתער כודאָזשניק!׳ וואָס איז כודאָזשניק? ווער כודאָזשניק? קען איך דען אין דער אמתן אויך זײַן אַ...זאַ? ער איז אַוועקגעגאַנגען און האָט מיר גאָרנישט געענטפֿערט. און איך האָב זיך דערמאָנט אַז ערגעץ, אין דער שטאָט וויטעבסק, האָב איך אין דער אמתן געזען אַ גרויסן שילד, ווי אויף די קראָמען׃ "אַ שול פֿון מאָלערײַ און צייכענען פֿון כודאָזשניק פּען". און איך האָּב אַ טראַכט געטאָן׃ "מײַן גורל איז באַשטימט. מען דאַרף נאָר אַהין אַרײַן און ענדיקן דאָס אָרט, און איך בין שוין אַ פֿאַרטיקער כודאָזשניק. און איך וועל זיך אָפּגעזעגענען מיט דער מאַמעס חלומות וועגן אַ משרת, אַ בוכהאַלטער, אָדער אין בעסטן פֿאַל — אַ פֿאָטאָגראַף מיט מעבל." בײַ מיר אין שטוב ליגן עטלעכע ראָמאַנען און דערציילונג־זאַמלונגען פֿון חסידישע און אַנדערע פֿרומע שרײַבער. ווי עס זעט אויס, איז דער ציל פֿון די ביכער אַ צוויי־פֿאַכיקער: ערשטנס, צו פֿאַרווײַלן די לייענער, אַוודאי, אָבער צווייטנס, צו אינספּירירן אים (אָדער זי) וועגן דער פּראַכט פֿון גאָטס וועלט; אָנצוּווײַזן ווי אַזוי אַ מענטש קען געפֿינען אַ גײַסטיקן חיזוק אַפֿילו פֿון די פּשוטסטע טאָג־טעגלעכע געשעענישן. די ביכער זענען זייער פּאָזיטיוו־געשטימט, און מײַדן אויס לשון־הרע (מיט אַנדערע ווערטער, קריטיק און נעגאַטיווע באַמערקונגען). דער ציל קלינגט שיין. די פּראָבלעם איז אָבער, אַז די העלדן קומען אויס איין־זײַטיק. איך קען זיך מיט זיי נישט אידענטיפֿיצירן ווײַל אין מיר אַליין געפֿינען זיך דאָך סײַ פּאָזיטיווע, סײַ נעגאַטיווע געפֿילן; סײַ האָפֿענונגען, סײַ אַנטוישונגען; סײַ פֿרייד, סײַ כּעס. דערפֿאַר, ווען איך לייען אַזאַ דערציילונג, קען איך נישט מיטפֿילן מיטן שרײַבער, סײַדן ער ווײַזט אָן זײַנע, אָדער זײַן העלדס אמתדיקע געפֿילן און געדאַנקען. במשך פֿון די לעצטע צען יאָר האָט זיך אָבער געפֿונען אַ חסידישער שרײַבער אויף דער אינטערנעץ, וואָס שרײַבט יאָ פֿון האַרצן, און טאַקע אויף ייִדיש. מיט אַ קריטיש אויג און אַ שאַרפֿן הומאָר, גיט ער איבער זײַנע אָבסערוואַציעס סײַ פֿון דער חסידישער, סײַ פֿון דער סעקולערער געזעלשאַפֿט: וועגן ליבע און חתונה האָבן, וועגן ערלעכקייט און היפּאָקריטסווע, אַפֿילו וועגן זײַנע אייגענע סעסיעס בײַ אַ סעקולערער פּסיכאָטעראַפּעווטין. ער שרײַבט די אָבסערוואַציעס אונטערן פּסעוודאָנים, קטלא קניא (דער טײַטש דערפֿון: "אַיִר־שנײַדער" אָדער "פֿאַרשטאָפּטן קאָפּ"), אינעם בלאָג* http://www.katlekanye.blogspot.com
A Captive of the Dawn: The Life and Work of Peretz Markish (1895-1952).
פּרץ מאַרקיש איז מסתּמא די סאַמע באַקאַנטע פֿיגור אין דער סאָוועטישער ייִדישער ליטעראַטור. זײַן שם באַזירט זיך ניט בלויז אויף זײַנע ליטעראַרישע שאַפֿונגען, נאָר אויך אויף זײַן פּערזענלעכקייט, זײַן אימאַזש פֿון אַ דיכטער — אַ בונטאַר. מאַרקיש איז געווען זייער פּראָדוקטיוו, אָבער ניט אַלע ווערק זײַנע זײַנען אַרײַן אינעם ליטעראַרישן קאַנאָן. אין תּוך גענומען, גייט כּסדר די רייד וועגן אַ באַגרענעצטער צאָל לידער פֿון זײַן יוגנט־פּעריאָד, און עטלעכע לידער פֿון די סאַמע לעצטע יאָרן זײַנע. זײַנע פּראָזאַיִשע ווערק און דראַמעס פֿאַרמאָגן הײַנט ניט מער ווי אַ ליטעראַריש־היסטאָרישע ווערט. אַזאַ אָפּשאַצונג ווערט באַשטעטיקט אין דעם נײַעם זאַמלבוך, פֿאַקטיש די ערשטע אַרומנעמיקע פֿאָרשערישע באַהאַנדלונג פֿון מאַרקישעס שאַפֿונג אויף וואָסער ניט איז שפּראַך. אַוודאי, שעפּט דאָס דאָזיקע בוך ווײַט ניט אויס די גאַנצע ירושה פֿונעם דיכטער. מחוץ דעם גערעם זײַנען פֿאַרבליבן אַזעלכע גרויסע ווערק זײַנע, ווי דער ראָמאַן "דור־אײַן דור־אויס", די פּאָעמעס "מלחמה" און "דער פֿערציק־יעריקער מאַן". חנה קראָנפֿעלד כאַראַקטעריזירט די לעצטע פּאָעמע, גאַנץ ריכטיק, ווי "אַ שליסל צו מאַרקישעס גאַנצער שאַפֿונג". דאָס איז אַ זעלטענער מוסטער פֿון אַ ווערק, וואָס אַ סאָוועטישער ייִדישער מחבר האָט געשריבן "אין דעם טיש אַרײַן", ניט ריכטנדיק זיך עס אַמאָל צו פּובליקירן אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. דאָנערשטיק, דעם 27סטן יוני, האָט די ישׂראל־פּאָליציי אַרעסטירט אויף אַ קורצער צײַט דעם רבֿ דבֿ ליאור פֿון קרית־אַרבע, נעבן חבֿרון, איינער פֿון די פּראָמינענטע מנהיגים פֿון רעליגיעזן ציוניזם. די סיבה: מיט אַ צײַט צוריק איז ער געווען אײַנגעלאַדן צו קומען אין דעם פּאָליציי־אַמט, אויפֿן סמך פֿון דעם חשד, אַז ער האָט געהעצט קעגן דער רעגירונג; אַז ער האָט געשטיצט די באַהויפּטונגען אין דעם ספֿר "תּורת־המלך", וואָס דערלויבט לויט דער הלכה, צו הרגענען אַ גוי, אין דעם פֿאַל אַ ישׂראל־אַראַבער, אָן וועלכער עס איז שולד. דער חשובֿער רבֿ האָט עפֿנטלעך איגנאָרירט די דאָזיקע אײַנלאַדונג פֿון דער ישׂראל־פּאָליציי. ער האָט עפֿנטלעך דערקלערט, אַז ער איז ניט מחויבֿ אויסצופֿילן די דאָזיקע פֿאַרבעטונג צו ווערן אויסגעפֿאָרשט פֿון דער פּאָליציי. ווען ער איז אין יענעם טאָג אָנגעקומען קיין ירושלים האָט אים די פּאָליציי פּלוצלינג געכאַפּט און אַוועקגעפֿירט אין אויספֿאָרשונגס־אַמט אין לוד, און נאָך אַ קורצן פֿאַרהער האָט מען אים באַפֿרײַט. עס האָט לאַנג ניט געדויערט, ווי די ידיעה וועגן דעם אַרעסט האָט זיך שנעל פֿאַרשפּרייט אומעטום, צווישן די רעכטע, עקסטרעמע, מיליטאַנטישע רעליגיעזע קרײַזן. נאָכמיטאָג האָבן הונדערטער פֿון זיי זיך פֿאַרזאַמלט און באַלאַגערט דעם בנין פֿון העכסטן געריכט אין צענטער פֿון שטאָט, אַן אַנדער גרופּע האָט זיך קאָנצענטרירט און פֿאַרשטאָפּט דעם שאָסיי בײַם אַרײַנקום אין ירושלים. דאָס זעלבע איז געשען אין אַנדערע שטעט און ייִשובֿים. די הײַנטיקע פּרשה איז די איינציקע אינעם גאַנצן חומש, וואָס טראָגט דעם נאָמען פֿון אַן עכטן רשע. די פֿריִערדיקע סדרה — "קורח" — איז אויך אָנגערופֿן נאָך אַ סתּירותדיקן פּערסאָנאַזש. פֿונדעסטוועגן, ווי מיר האָבן באַהאַנדלט די פֿאָריקע וואָך, האָט קורח געהאַט אַ גוטע כּוונה, הגם זײַן מחלוקת כּלפּי משה איז נישט געווען אינגאַנצן לשם־שמים. בלק, אַ קיניג פֿון מואבֿ, איז אָבער געווען אַ בפֿירושער שׂונא־ישׂראל, וועלכער האָט געהאָפֿט צו פֿאַרשעלטן די ייִדן מיט אַ מעכטיקער טויט־קללה. כּדי אויסצופֿירן זײַן פּלאַן, האָט ער זיך געווענדט צו בלעם — אַ באַרימטער בייזער מכשף. נישט געקוקט אויף זײַן רישעות, איז בלעם געווען אַן אמתער נבֿיא. הגם זײַן השׂגה פֿון רוחניות איז געווען פֿאַרבונדן מיט דער סיטרא־אַחרא, האָט ער דערגרייכט, אויף זײַן היפּוכדיקן אופֿן, די זעלבע מדרגה פֿון נבֿואה ווי משה רבינו. דער אייבערשטער האָט געהייסן בלעמען נישט צו טשעפּען די ייִדן. דער קיניג בלק האָט אָבער ווידער געבעטן דעם מכשף דורכצופֿירן דעם קללה־ריטואַל. בלעם האָט מסכּים געווען — בתּנאַי, אַז ער וועט נישט רעדן קיין וואָרט קעגן דעם באַשעפֿערס ווילן. דער בייזער "אַנטי־נבֿיא" איז געגאַנגען צום באַרג, פֿונוואַנען ער וואָלט געקאָנט זען די ייִדישע מחנה אינעם מידבר, כּדי "אָנצוצילן" זײַן קללה ווי געהעריק. אויפֿן וועג צו דעם באַרג, האָט זײַן אייזלטע דערזען אַ מלאך און האָט אָנגעהויבן רעדן. נישט געקוקט אויף דעם דאָזיקן אויסטערלישן נס, האָט בלעם געפּרוּווט גיין ווײַטער. דער מלאך האָט אים געלאָזט, אָבער געוואָרנט, אַז ער מעג בלויז איבערחזרן פּינקטלעך די ווערטער, וועלכע דער רבונו־של־עולם וועט אַרײַנלייגן אין זײַן מויל. |