- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
מיר האָבן שוין נישט איין מאָל געשריבן וועגן די אַנטיסעמיטישע אויפֿברויזן אין די נײַ־געבוירענע לענדער, טיילן פֿונעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד. ס’איז שוין אַוועק איבער 20 יאָר, ווי עס זעט אָבער אויס, איז די קרענק פֿון קסענאָפֿאָביע בכלל און אַנטיסעמיטיזם בפֿרט, נישט אויסצוּוואָרצלען — צו טיף זײַנען אײַנגעוואַקסן געוואָרן די סתּירות אין דער געזעלשאַפֿט צווישן דער אָרטיקער נאַציאָנאַלער פֿעלקערשאַפֿט און די פּראָצעסן פֿון דער געשיכטע, צו וועלכע די געזעלשאַפֿט האָט זיך געמוזט צופּאַסן. די איבער 70־יאָריקע תּקופֿה פֿון די סאָוועטן האָט געשאַפֿן אירע העלדן און אַנטי־העלדן; די נאַצישע אָקופּאַציע — אירע אייגענע העלדן און אַנטי־העלדן; און לסוף, די 20 יאָר פֿון נאַציאָנאַלער אומאָפּהענגיקייט האָבן צונויפֿגעשטויסן די פֿאַרבליבענע רעשטלעך, וואָס האַלטן זיך נאָך פֿאַר דעם סאָוועטישן מיטאָס און די נײַ־אויפֿגעקומענע נאַציאָנאַליסטישע שפּראָצלינגען, וואָס אין זייער איצטיקן מיטאָס ציִען זיי זיך מער צו די העלדן פֿון דער נאַצישער תּקופֿה. אַזאַ צונויפֿשטויס אין דער געזעלשאַפֿט איז מעגלעך נאָר ווען די נאָך שוואַכע דעמאָקראַטישע רעגירונג וואַקלט זיך, ווי אין אַ שיפֿל אויף די כוואַליעס פֿון די מערבֿדיקע דעמאָקראַטישע ווערטן. פֿון איין זײַט, וויל מען זײַן עכט נאַציאָנאַל און מע בייגט איבער דעם שטעקן צו די נאַציאָנאַליסטישע כּוחות; און פֿון דער אַנדערער זײַט, וויל מען געניסן פֿון די "אייראָפּעיִשע בענעפֿיטן", וואָס מע קאָן זיי באַקומען נאָר דעמאָלט, אויב מע שטעלט נישט די נאַציאָנאַלע אינטערעסן העכער פֿון די אַלגעמיינע מענטשנרעכט. ווי אַ ייִנגל אין ראָטשעסטער, צפֿון־ניו־יאָרק, פֿלעגט נפֿתּלי האַנאַו, אַהיימפֿאָרנדיק פֿון שול, אָפֿט מאָל אַראָפּגיין פֿון אויטאָבוס מיט אַ סטאַנציע פֿריִער, און זיך אַרײַנכאַפּן צו דער כּשרער יאַטקע. דאָרט פֿלעגט דער קצבֿ אים געבן עטלעכע רעפֿטלעך סאַלאַמי אָדער באָלאָני. הײַנט איז דער קצבֿ אין ראָטשעסטער איינער פֿון האַנאַוס געטרײַע קונים. דאָס פֿלייש, וואָס ער באַקומט פֿון האַנאַו איז אָבער אַנדערש ווי דאָס פֿלייש פֿון די אַנדערע כּשרע שעכטפֿירמעס, ווײַל האַנאַוס פֿירמע, "גראָו ענד ביהאָלד" (Grow and Behold) האַלט זיך בײַ די שטרענגע פּרינציפּן נישט בלויז וואָס שייך כּשרות (די פֿירמע איז אונטער דער השגחה פֿונעם אָרטאָדאָקסישן פֿאַרבאַנד, בעסער באַקאַנט ווי דער O-U), נאָר אויך וואָס שייך אַ מער מענטשלעכער באַהאַנדלונג פֿון די חיות. אין פֿאַרגלײַך מיט געוויינטלעכע שעכט־פֿאַרמען, וווּ מע האָדעוועט טויזנטער הינער מיט אַ מאָל אין גאָר ענגע, אומבאַקוועמע שטײַגן, און מע גיט זיי אײַנשפּריצונגען פֿון אַנטי־ביאָטיק, כּדי צו פֿאַרהיטן, אַז זיי זאָלן נישט קראַנק ווערן, האָדעוועט האַנאַו זײַנע הינער "אויפֿן פֿרײַען פֿעלד" אין דרויסן, וווּ זיי קענען זיך פּאָרפּלען ווען זיי ווילן. אַ צאָל עקספּערטן האַלטן, אַז די באַדינגונגען פֿון הינער אויפֿן פֿרײַען פֿעלד זענען מער נאַטירלעך און געזינטער, ווי די בײַ די אַנדערע שעכט־פֿירמעס, ווערן זיי דערפֿאַר זעלטן קראַנק, און במילא נייטיקן זיי זיך נישט אין קיין פּרעווענטיווע אַנטי־ביאָטיק־אײַנשפּריצונגען.
מאָנאָלאָגן פֿון ייִדישע שרײַבערס׃ "דער זכּרון איז מער ווי דאָס וויסן", זאָגט יאָסל בירשטיין (1920—2003) אין איינעם פֿון זײַנע מאָנאָלאָגן אויף דעם נײַעם קאָמפּאַקט־דיסק, וואָס איז אָקערשט אַרויס אין דער סעריע "ייִדישע שרײַבערס". און בירשטיין האָט טאַקע יאָ פֿאַרמאָגט אַ מעכטיקן זכּרון, וואָס איז געווען פֿולגעפּאַקט מיט די סאַמע קלענסטע פּרטים פֿונעם מענטשלעכן קיום. חוץ דעם, וואָס ער האָט פֿאַרגעדענקט אַלץ, וואָס ער האָט אַ מאָל געזען, געהערט, אָדער געשמעקט, האָט ער פֿאַרמאָגט אַן איבערמענטשלעכע פֿעיִקייט צו פֿאַרוואַנדלען אָט דעם רוישטאָף אין געטאָקטע מעשׂיות, און דערצו נאָך אין צוויי שפּראַכן, ייִדיש און העברעיִש. בירשטיינס שאַפֿונג איז סײַ מאָדערן, סײַ טראַדיציאָנעל. ער איז געווען דער פּיאָנער פֿון דער קיבוץ־טעמע אויף ייִדיש. זײַן ערשטער ראָמאַן "אויף שמאָלע טראָטואַרן" (1958) שעפּט פֿונעם מחברס דערפֿאַרונג פֿון לעבן אין קיבוץ גבֿת, וווּ ער האָט פֿאַרבראַכט זײַנע ערשטע צען יאָר אין ישׂראל. אָבער דאָס רובֿ פֿון זײַן שאַפֿונג געהערט צו דעם אַלטן ייִדישן זשאַנער פֿון מעשׂיות. ער האָט זיך גערופֿן אַ "מגיד פֿון מעשׂיות", און אין דעם זין איז ער אַ געטרײַ אייניקל פֿון שלום־עליכם.
Harriet Murav. אין אַ לעקציע, וואָס ער האָט געהאַלטן אינעם וואַרשעווער ליטעראַטן־פֿאַראיין דעם דריטן יוני 1930 האָט דוד בערגעלסאָן פֿאַרגליכן די סאָוועטישע ליטעראַטור "צו אַ סימפֿאָנישן אָרקעסטער, וואָס געפֿינט זיך אויפֿן לויפֿנדיקן שנעל־צוג. מיר שטייען אויף אַ וואָקזאַל און עס דערגייען צו אונדז קלאַנגען פֿונעם אָרקעסטער אינעם לויפֿנדיקן, איילנדיקן צוג. עס זענען אָפּגעריסענע, נישט־פֿאַרענדיקטע קלאַנגען. אָבער מיר, וואָס שטייען אויפֿן וואָקזאַל, האָבן דעם חשק זיך אַרײַנצוכאַפּן אין אָט דעם אײַלנדיקן צוג." געמיינט האָט ער, אַז דער ראַטן־פֿאַרבאַנד לויפֿט פֿאָרויס אין דער צוקונפֿט ווי אַן עקספּרעס־באַן, בעת די קאַפּיטאַליסטישע וועלט שטייט פֿאַרפּלעפֿט אויף דער פּלאַטפֿאָרמע. די סאָוועטישע ליטעראַטור שפּילט איר אייגענע מוזיק, וואָס מען קאָן הערן בלויז איינצלנע קלאַנגען דערפֿון. די דאָזיקע מאָדערניסטישע מעטאַפֿאָר, מיט וועלכער בערגעלסאָן האָט פֿאַרענדיקט זײַן לעקציע, נאָך דעם ווי ער האָט באַשריבן דעם עלנטן מצבֿ פֿון דער ייִדישער קולטור אין פּוילן און אַמעריקע, דינט ווי אַן אויסגאַנג־פּונקט פֿאַר דער נײַער שטודיע פֿון דער סאָוועטישער ייִדישער קולטור פֿון פּראָפֿעסאָר האַריעט מוראַוו. ווי אַלע בערגעלסאָנס אימאַזשן, האָט זי אַ טאָפּלטן באַטײַט, און איר אינעווייניקע סתּירותדיקייט ווערט אַנטפּלעקט אינעם גאַנג פֿון מוראַווס גרינדלעכער און טיפֿזיניקער פֿאָרשונג. ווען מיר האָבן זיך געלערנט אין אַ ייִדישער פֿאָלקשול אין די 1960ער יאָרן, האָט מען שׂימחת־תּורה יעדן קינד געגעבן אַן ארץ־ישׂראל־פֿאָן מיט אַ עפּל פֿון אויבן, און אַ ליכטל אַרײַנגעשטעקט אינעם עפּל. בילדער פֿון דער דאָזיקער שׂימחת־תּורה־טראַדיציע זעט מען אויך אין בילדער פֿונעם 19טן יאָרהונדערט אין מיזרח־אייראָפּע. אָבער הײַנט, וועלכער טאַטע, אָדער מאַמע, וועט דערלאָזן זייער קינד אַרומשפּאַצירן מיט אַן אָנגעצונדן ליכטל לעבן אַ פּאַפּירענער פֿאָן? דאָס איז אַ משל פֿון אַ מינהג פֿון דער "אַלטער היים", וואָס איז אויסגעשטאָרבן אין דער "נײַער היים" צוליב די בײַטנדיקע פֿאָדערונגען פֿון דער געזעלשאַפֿט; אָבער לכּבֿוד דעם פֿריילעכן יום־טובֿ שׂימחת־תּורה שאַפֿן זיך כּסדר נײַע טראַדיציעס. אין איין רעקאָנסטרוקציאָניסטישער סינאַגאָגע אין ניו־יאָרק האָט מען אײַנגעפֿירט די טראַדיציע פֿון צעוויקלען אין גאַנצן די ספֿר־תּורה. אַן ערך 40 מענטשן אין אַ קרײַז האַלטן די תּורה און דער ראַבינער ווײַזט אָן פֿאַר די קינדער אין מיטן, וווּ פֿאַרשיידענע סדרות געפֿינען זיך אויף אין דעם לאַנגן הייליקן פּאַרמעט. די חז״ל זאָגן, אַז תּורה האָט 70 "פּנימער" — פֿאַרשיידענע שיכטן פֿון באַדײַט. על־פּי־חסידות, ווערט יעדעס "פּנים" צעטיילט אויף אומצאָליקע פּערזענלעכע מדרגות פֿון השׂגה. אינעם פֿאַרגאַנגענעם יאָר האָבן מיר כּסדר געשטרעבט אָפּצולערנען אַ סאָציאַלן לימוד פֿון די פּרשיות. הײַיאָר וועלן מיר זיך מער פֿאָקוסירן אויף די פּסיכאָלאָגישע "פּנימער" פֿון דער תּורה — אין באַהעפֿט מיט די סאָציאַלע ענינים. די חסידישע רביים דערקלערן, אַז אַלע מעשׂיות אינעם גאַנצן תּנ״ך בלײַבן אייביק אַקטועל, ווײַל זיי זענען מרמז אויף די אינערלעכע פּראָצעסן, וואָס קומען פֿאָר אין דער מענטשלעכער נשמה. אַפֿילו אַזעלכע נעגאַטיווע געשעענישן, ווי מלחמות און קאַטאַסטראָפֿעס, שפּילן זיך אויס אין די קריטישע מאָמענטן פֿון אונדזער לעבן. מיר מוזן פֿירן אַ געראַנגל מיט דער יצר־הרע, וואָס ציט דעם מענטשן צו פֿירן זיך עגאָיִסטיש און צו פֿאַרנעמען זיך מיט נאַרישע זאַכן אַנשטאָט צו שטרעבן צו אַנטפּלעקן דעם ג־טלעכן שורש פֿונעם מענטש, פֿון דער מענטשהייט, און פֿון דער גאַנצער וועלט. דער גרויסער מקובל רבי יהודה־לייב אַשלג דערקלערט אין זײַנע ספֿרים, אַז עגאָיִזם איז די עיקר־פּראָבלעם אין אונדזער לעבן. |