- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
מיט קאַדאַפֿי האָט די וועלט פֿאַרענדיקט. דאָס הייסט נאָך אָבער נישט, אַז אין ליביע איז שטיל געוואָרן און דאָס לעבן האָט זיך דאָרט אײַנגעלאַדיעט. וואָס יאָ, פֿאַרגעסן האָט מען אויף אַ צײַט אין איראַן, מיט זײַן נוקלעאַרער פּראָגראַם. ווי זאָגט מען, מ’האָט געהיילט דעם קאָפּ, האָט געכאַפּט דער מאָגן. נאָך דעם באַריכט פֿון דער אינטערנאַציאָנאַלער אַגענטור בײַ דער "יו־ען" פֿון אַטאָמישער ענערגיע, האָט דער מערבֿ זיך ווידער אויפֿגעכאַפּט און אָנגעשפּיצט דעם אויפֿמערק: "אוי־וויי, די אַיאַטאָלעס שטוקעווען טאַקע צונויף אַ נוקלעאַרע באָמבע!" ישׂראל, וואָס איז דאָס ערשטע לאַנד אויף צו ווערן פֿאַרניכטעט אין דער רשימה פֿון טעהעראַן, האָט ביז אַהער נישט געשוויגן און וועט אויך ווײַטער נישט שווײַגן. פּרעזידענט שמעון פּערעס האָט לעצטנס דערקלערט אין זײַן אינטערוויו מיט דער CNN, אַז "איראַן איז דאָס איינציקע לאַנד אין דער וועלט, וואָס דראָט אָפֿן אומצוברענגען אַן אַנדער לאַנד". און נאָך: "ישׂראל איז אַ טייל פֿון דער אַלגעמיינער וועלט־משפּחה און וויל נישט נעמען אויף זיך דאָס אַחריות צו לייזן אַליין די איראַנישע פּראָבלעם. ירושלים דערוואַרט צו זען, וואָס די וועלט־פֿירער, וועלכע האַלטן אין איין צוזאָגן עפּעס צו טאָן ממשותדיקס קעגן איראַן, וועלן טאַקע עפּעס טאָן!" דער ישׂראל־פּרעזידענט האָט אויסגעדריקט די מיינונג פֿון זײַן לאַנד. וואָס זשע טראַכטן טאַקע די אַנדערע "מיטגלידער" פֿון דער "וועלט־משפּחה"? צו שפּילן הײַנט ייִדיש טעאַטער, דאַרף מען האָבן אָדער אַ סך געלט, אָדער אַ סך אַמביציע. דער "נײַער ייִדישער רעפּערטואַר־טעאַטער", האָט אַ סך אַמביציע. פֿאַרשטייט איר שוין, אַז מיט קיין געלט שמעקט דאָרט נישט. און נאָך: אפֿשר הייבט זיך טאַקע אַ נאָרמאַלער טעאַטער אָן פֿון אַ הענגער, אָבער נישט דער "רעפּערטואַר־טעאַטער". איין קלייניקייט, דער טעאַטער האָט נישט קיין אייגענע וואַנט צוצוקלאַפּן צו איר דעם הענגער. שוין אָפּגערעדט פֿון אַ דאַך. שפּילט ער אין דער שיל "בית־אמת", אין ברוקלין. פֿון דעסטוועגן, האָט דער דאָזיקער טעאַטער מזל, ווײַל בראָש אים שטייט דוד מאַלדעלבאַום — אַן אַקטיאָר, רעזשיסאָר, דירעקטאָר; ער פֿאַרנעמט אויך אַלע אַנדערע שטעלעס און פּאָסטנס, וואָס יעדער טעאַטער פֿאַרמאָגט. דוד מאַנדעלבאַום איז אַ טיפּישער ייִדישער טעאַטער־מענטש. ער איז תּמיד אין זוכענישן — שאַפֿערישע, אַדמיניסטראַטיווע, פֿינאַנציעלע — און אַז מע זוכט, טרעפֿט זיך, אַז מע געפֿינט. אַזוי האָט ער געפֿונען נאָך פֿינף טאַלאַנטירטע מענטשן: דעם רעזשיסאָר משה יאַסור, דעם קלאַרנעטיסט דמיטרי סלעפּאָוויטש און די אַקטיאָרן יעלענאַ שמואלסאָן, רפֿאל גאָלדוואַסער, שיין בייקער — און זיי אַלע האָבן אויפֿגעפֿירט די פֿאָרשטעלונג "אַגענטן", לויט שלום־עליכם. אייגנטלעך, קומט דער געדאַנק אַרויס פֿון רפֿאל גאָלדוואַסער, דער גרינדער און אָנפֿירער פֿון אַן אַנדער ייִדישן טעאַטער אין שטראַסבורג, פֿראַנקרײַך — דער "לופֿטעאַטער". רפֿאל גאָלדוואַסער געהערט אויך צו די טעאַטער־מענטשן, וואָס עס ליגט זיי אין לעבן צו שפּילן דווקא ייִדיש־טעאַטער. און ס׳איז נאָך פֿריש אין זכּרון זײַן מאָנאָ־פֿאָרשטעלונג, וווּ ער האָט גלענצנדיק אויפֿגעפֿירט "דער גילגול פֿון אַ ניגון", אויפֿן סמך פֿון י. ל. פּרצס דערציילונג.
Film Ahead of Time, דאָס היסטאָרישע בילד, וואָס מיר האָבן פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט, איז אין אַ היפּשער מאָס געשאַפֿן געוואָרן דורך די זשורנאַליסטישע באַריכטן און פֿאָטאָגראַפֿישע אימאַזשן. צווישן די חשובֿע זשורנאַליסטן פֿונעם פֿאַרגאַנגענעם יאָרהונדערט פֿאַרנעמט רות גרובער, וואָס האָט ניט לאַנג צוריק אָפּגעמערקט איר הונדערטסטן געבוירנטאָג, אַ ספּעציעל אָרט. געבוירן אין ברוקלין אין אַ ייִדיש־רעדנדיקער משפּחה, האָט זי שוין צו פֿופֿצן יאָר אָנגעהויבן אירע קאָלעדזש־שטודיעס אינעם ניו־יאָרקער אוניווערסיטעט. שפּעטער האָט זי זיך דערמאָנט, ווי אויף דער ערשטער לעקציע האָט דער פּראָפֿעסאָר פֿון דײַטש געמאַכט אַ ספּעציעלע דערקלערונג פֿאַר די ייִדישע סטודענטן: "אויב עמעצער פֿון אײַך האַלט, אַז דײַטש איז פּונקט דאָס זעלבע וואָס ייִדיש און עס וועט זײַן גרינג צו לערנען, האָט איר אַ טעות. אײַער קענטעניש אין ייִדיש קאָן קאַליע מאַכן אײַער דײַטש. דאָס בעסטע איז צו פֿאַרגעסן באַלד אַלץ, וואָס איר קענט אין ייִדיש!". רות האָט זיך געחידושט׃ "ווי קאָן איך פֿאַרגעסן ייִדיש, וואָס איך האָב זיך געלערנט בײַ מײַן באָבען?" — אָבער אין גיכן האָט זי באַמערקט, אַז איר ייִדיש ווערט אַלץ מער דײַטשמעריש. אַזוי האָט זיך אָנגעהויבן איר ליבע מיט דער דײַטשער קולטור (און אויך מיט דעם פּראָפֿעסאָר פֿון דײַטש). נאָכן פֿאָרלייענען ווערן מיד די ווערטער אין די ביכער, זיי גאַרן אַ שטילקייט אין שײַן פֿון בליִענדיקע קאַמינען, אין אַ צימער וואָס פֿליסטערט מיט זײַדענער אַנונג. (פֿונעם ליד "לייענענדיק פֿון מײַן בוך") איינער פֿון די צונעמען פֿונעם ניו־יאָרקער ייִדישן/העברעיִשן פּאָעט גבֿריאל פּרײַל איז געווען, "דער מלך פֿון ניו־יאָרק"; ער האָט גוט געקענט די שטאָט, און בפֿרט, וווּ עס געפֿינען זיך די קאַפֿע־הײַזער. דאָרטן פֿלעגט ער זיך אָפֿט טרעפֿן מיטן ייִנגערן דור שרײַבער און "יוגנטרופֿניקס" אין די 1970ער און 1980ער יאָרן. זײַן חוש פֿאַר הומאָר האָט אים אויך באַליבט געמאַכט בײַ אונדז. נישט געקוקט אויף זײַן קינדיש, נאַיִוון אויסערלעכן כאַראַקטער, האָט ער מיט חכמה און וויסן געקענט אַרומרעדן די ייִדישע און וועלט־ליטעראַטור; נישט נאָר געקענט, נאָר געוואָלט שמועסן וועגן דעם. לויטן "לעקסיקאָן", איז גבֿריאל פּרײַל געבוירן געוואָרן אין 1910. אָבער לויט אַן אַנדער מקור — אין אויגוסט, 1911. וועלן מיר די דאָזיקע דאַטע אָננעמען און בײַ דער געלעגנהייט פֿון 100 יאָר נאָך זײַן געבוירן ווערן, אים דערמאָנען. אין די 1980ער יאָרן האָב איך מיט אים געמאַכט אַן אינטערוויו אין זײַן בראָנקסער דירה; אַ וווינונג נישט סתּם אין בראָנקס, נאָר אין דרום־בראָנקס — דעמאָלט אַ "וועלט־באַרימטע" געפֿערלעכע געגנט, וווּ קוים אַ מנין ייִדן האָט נאָך דאָרט געוווינט. אין דער דירה זענען געווען צעוואָרפֿן זײַנע ביכער און פּאַפּירן — אַ כּלל, אַ בחורישער לעבן־שטייגער, און אַ בחור איז ער געבליבן ביז זײַן פּטירה אין 1993. ווי אַזוי ער איז געוואָרן אַ ייִדישער פּאָעט צום סוף פֿון די 1930ער יאָרן האָט ער באַשריבן אַזוי: הגם די הײַנטיקע פּרשה הייסט "חיי־שׂרה" — "שׂרהס לעבן" — ווערט דאָס לעבן פֿון שׂרה אמנו, דער עיקר, באַשריבן פֿריִער אין דער תּורה. בײַם אָנהייב פֿון דער איצטיקער סדרה, גיט אונדז די תּורה צו וויסן, אַז שׂרה איז געשטאָרבן בײַ 127 יאָר. ווײַטער ווערט דערציילט, ווי אַזוי אַבֿרהם אָבֿינו האָט געקויפֿט אַ שטח לאַנד אין חבֿרון, כּדי צו באַערדיקן זײַן ווײַב אין דער באַרימטער מערת־המכפּלה. דערנאָך קומט אַ דערציילונג וועגן דעם, ווי אַזוי אַבֿרהם האָט געזוכט אַ געהעריקן שידוך פֿאַר זײַן זון, יצחק. אַבֿרהמס באַדינער, אליעזר, איז געגאַנגען קיין אַרם־נהרים — די געגנט, וווּ עס האָבן געוווינט אַבֿרהמס קרובֿים. אליעזר האָט געבעטן דעם אייבערשטן צו ווײַזן אים אַ סימן: אויב אַן אָרטיק מיידל, ווען ער בעט בײַ איר וואַסער צו טרינקען בײַם ברונעם, וועט אויך פֿאָרלייגן צו געבן וואַסער פֿאַר זײַנע קעמלען — מוז זי זײַן יצחקס ריכטיקע באַשערטע. באַלד נאָך אליעזרס בקשה, איז צום ברונעם געקומען רבֿקה — די טאָכטער פֿון בתואל, אַבֿרהמס פּלימעניק — און האָט פֿאָרגעלייגט וואַסער אליעזרן און זײַנע קעמלען. אויפֿן וועג צו אַבֿרהמען, האָט רבֿקה געטראָפֿן יצחקן, וועלכער האָט דעמאָלט געדאַוונט אין אַ פֿעלד; זיי האָבן געפֿעלן איינע דעם צווייטן און באַשלאָסן חתונה צו האָבן. די פֿישעלעך אין וואַסער, בײַ זיי איז שוין פֿיל בעסער, בײַ זיי איז נישט קיין אונטערשייד, פֿון קלענער ביז צום גרעסער. (אַ ייִדיש פֿאָלקסליד) אַזוי האָט אונדזער שכן אין בראָנקס, צוניע רײַמער, געזוננגען ווען מען איז זיך צונויפֿגעקומען פֿרײַטיק־צו־נאַכטס בײַ אונדז. דעמאָלט האָבן מיר געגעבן אַ שמייכל בײַ דער סטראָפֿע, ווײַל, אַז בײַ די פֿיש זאָל נישט זײַן "קיין אונטערשייד פֿון קלענער ביז צום גרעסער", איז אַוודאי נישט אמת. דער פֿאָלקלאָר־פּראָפֿעסאָר וואָלפֿגאַנג מידער האָט אַפֿילו אָנגעשריבן אַ לענגערע אַרבעט וועגן דעם פֿאָלקלאָר־מאָטיוו פֿון גרויסע פֿיש וואָס עסן קליינע פֿיש. אָבער אויף אַ מעשׂה — און אַ פֿאָלקסליד — פֿרעגט מען נישט קיין קשיא. פֿיש אין אונדזערע פֿאָלקסלידער באַווײַזן זיך פֿון צײַט צו צײַט, און נישט אַלע מאָל צום גוטן. מײַן באָבע האָט געזונגען אַ באַלאַדע פֿון אַ דערטרונקענעם חתן, און אין איין סטראָפֿע זינגט זי: |