Video Banner
‫פֿון רעדאַקציע

די פֿראַגע פֿון איינגעשלעכטלעכע חתונות איז שוין לאַנג אַרויף אויפֿן סדר־היום פֿון אונדזער געזעלשאַפֿט. אַן אַנדער זאַך, וואָס די געזעלשאַפֿט גופֿא מאַכט זיך אָדער כּלא־ידע, אָדער פֿאַראורטיילט, אָדער באַמיט זיך צו געפֿינען אַ פּשרה. לעצטנס, איז די פֿראַגע דירעקט געשטעלט געוואָרן אויך דעם אַמעריקאַנער פּרעזידענט, באַראַק אָבאַמאַ, ווי אַזוי ער פּערזענלעך באַציט זיך צו איינגעשלעכטלעכע חתונות? — און ער האָט איינדײַטיק געענטפֿערט פּאָזיטיוו. מעגלעך, אַז ס׳איז אַ קאָניונקטור־ענטפֿער פֿאַר די וואַלן, אָבער ס׳איז אויך אַ ריזיקע, וואָס קאָן אים קאָסטן אַ היפּשע צאָל שטימען.
צווישן אונדזערע לייענער זײַנען, פֿאַרשטייט זיך, דאָ מענטשן, וואָס האַלטן זיך בײַ פֿאַרשיידענע קוקווינקלען, וואָס שייך איינגעשלעכטלעכע חתונות און באַציִונגען. געוויס, עס זײַנען פֿאַראַן אויך לייענער, וואָס געהערן צו אָט דער סעקסועלער מינאָריטעט־גרופּע, אָדער צום "שבֿט", ווי זיי רופֿן עס.
"צום באַדויערן, איז דאָס [איינגעלשלעכטלעכע חתונות — רעד.] אַ סענסיטיווער ענין צווישן די פֿרײַנד, — שרײַבט אונדזער אַ לייענערין, — דערפֿאַר וואָס די געזעלשאַפֿט און די לאַנד-רעגירונג אָנערקענען ניט חתונות צווישן מענטשן פֿונעם זעלבן מין. מע שאַצט אָפּ נאָר די חתונות צווישן אַ מאַן און אַ פֿרוי, אָבער ווען אַ פֿרוי מיט אַ פֿרוי, אָדער אַ מאַן מיט אַ מאַן האָבן חתונה, אָנערקענט מען דאָס ניט אויף דעם זעלבן אופֿן. אַזעלכע פּאָרפֿעלקער באַקומען ניט די מער ווי 1000 לעגאַלע בענעפֿיטן, וואָס אַנדערע באַקומען פֿון חתונה-האָבן; שוין אָפּגערעדט פֿון ווערן אָנערקענט אין דער אַלגעמיינער געזעלשאַפֿט."


געזעלשאַפֿט

מרדכי יונגרײַס קומט צום פֿאַרהער פֿון מאיר דאַסקאַלאָוויטש אינעם ברוקלינער קרימינעלן געריכט פֿאַראַכטאָגן מאָנטיק
ווי עס זאָגן שוין יאָרן לאַנג די פּסיכאָלאָגן, עקזיסטירט סעקסועלע באַלעסטיקונג בײַ יעדער רעליגיע, ראַסע, עטנישער גרופּע און עקאָנאָמישן קלאַס. אָבער אין פֿאַרגלײַך מיט ס׳רובֿ גרופּעס, וווּ מע מוטיקט הײַנט די געליטענע און זייערע משפּחות איבערצוגעבן וועגן דעם דער פּאָליציי, און וווּ יעדער לערער, דאָקטער, קעמפּ־דירעקטאָר און סאָציאַלער אַרבעטער איז על־פּי־געזעץ מחויבֿ צו שטעלן אַ רעפּאָרט צו דער פּאָליציי, אויב זיי זענען חושד, אַז אַ קינד איז באַלעסטיקט געוואָרן (בלע״ז רופֿט מען די עדות mandated reporters), איז דאָס אין די חסידישע און אַנדערע חרדישע קרײַזן בכלל נישט אָנגענומען.
פֿאַרקערט, אויב אַ חסיד טיילט יאָ מיט דער פּאָליציי, פֿאַררעכנט מען אים פֿאַר אַ מוסר; מע רודפֿט אים און זײַנע קרובֿים, און מע דראָט אַרויסצוּוואַרפֿן זײַנע קינדער פֿון דער שול אָדער ישיבֿה. טאַקע דערפֿאַר זענען כּמעט די איינציקע, וועלכע האָבן ביז איצט יאָ דערציילט דער פּאָליציי וועגן פֿאַלן פֿון סעקסועלער באַלעסטיקונג געווען יענע, וועלכע זענען שוין "אַראָפּ פֿון דרך", און מוזן זיך מער נישט רעכענען מיט דער מיינונג פֿון דער קהילה. בײַ די ייִדן, וועלכע לעבן נאָך אין דער חסידישער געזעלשאַפֿט, איז די סכּנה און די שרעק פּשוט צו גרויס.
מרדכי יונגרײַס האָט אָבער נישט קיין מורא. נאָכן דערוויסן זיך, אַז זײַן גײַסטיק צוריקגעשטאַנען קינד איז במשך פֿון אָנדערטהאַלבן־יאָר רעגלמעסיק סעקסועל באַלעסטיקט געוואָרן פֿון אַ 27־יאָריקן ייִד אין דער מיקווה, האָט דער 38־יאָריקער יונגרײַס באַשלאָסן צו דערציילן דער פּאָליציי, און הײַנט גיט ער בפֿרהסיא אָן זײַן אייגענעם נאָמען. מע האָט אים שוין אינטערוויויִרט אויף די נײַעס פֿון "סי־בי־עס", און די פֿאַרגאַנגענע וואָך, האָט די "ניו־יאָרק טײַמס" דערציילט זײַן ביטערע געשיכטע אין אַ פּרטימדיקן אַרטיקל וועגן די רדיפֿות, וואָס די חסידישע עסקנים פֿירן דורך קעגן די חסידים, וואָס דערציילן דער פּאָליציי וועגן די פֿאַלן פֿון סעקסועלער באַלעסטיקונג אין די חרדישע קרײַזן.


געזעלשאַפֿט
פֿון עדי מהלאל (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

מײַקל וואַלצער בעת זײַן שליסלטאָן-רעדע. בײַם טיש זיצט פּראָפֿעסאָר דזשאַק דזשייקאָבס, איינער פֿון די הויפּט-אָרגאַניזאַטאָרן פֿון דער קאָנפֿערענץ
ייִוו״אָ, דער ייִדישער וויסנשאַפֿטלעכער אינסטיטוט, האָט אין 1964 צום ערשטן מאָל אָרגאַניזירט און צונויפֿגעזאַמלט מומחים פֿון דער גאָרער וועלט צו באַהאַנדלען די טעמע פֿון ייִדן און די "לינקע". שוין דעמאָלט, פֿלעגט מען באַוווּנדערן דעם פֿענאָמען, ווי אַזוי עס איז מעגלעך, אָדער ווי צו דערקלערן די אומפּראָפּאָרציאָנעל־גרויסע באַטייליקונג סײַ פֿון די ייִדן אין די "לינקע" אַלגעמיינע באַוועגונגען, סײַ די טעטיקייט פֿון אַ היפּש ביסל "לינקע" ייִדישע באַוועגונגען, ווי למשל, דער "בונד" און "לינקע פּועלי-ציון".
"די לינקע האָבן דעמאָלט איבער דער וועלט געבליט און געצוויט", — האָט דערציילט פֿאַרן עולם אין ייִוואָ דער געלערנטער עזראַ מענדלסאָן (העברעיִשער אוניווערסיטעט, ירושלים); דעמאָלט, בעת ער איז אויפֿגעטראָטן בײַ דער קאָנפֿערענץ פֿון 1964, איז ער אַלט געווען 23 יאָר. "מיר האָבן אין יענער צײַט נאָך באַטראַכט ישׂראל ווי אַ סאָציאַליסטישע מדינה", האָט ער קרעכצנדיק צוגעגעבן.
נו, די צײַטן בײַטן זיך. עס קומט דאָס יאָר 2012 און אָט איז די טעמע צוריק אַרויף אויפֿן סדר־היום. יעדנפֿאַלס, פֿאַר די באַטייליקטע פֿון דער אינטערנאַציאָנאַלער ייִוו״אָ־קאָנפֿערענץ מיטן טיטל "ייִדן און די לינקע". זי איז פֿאָרגעקומען דעם 7טן און 8טן מײַ.
אינטערעסאַנט איז געווען צו זען ווי אָט די טעמע ציט צו זיך צו אי די "לינקע" פֿאָרשער (אָדער לכל-הפּחות אַזעלכע, וואָס באַטראַכטן זיך אַליין ווי אָנהענגער פֿון די קרײַזן), אי די נעאָ-קאָנסערוואַטיווע פֿאָרשער. עס זעט טאַקע אויס, אַז איינע פֿון די באַליבטסטע טעמעס בײַ דער צווייטער גרופּע איז די באַטייליקונג פֿון די ייִדן אין די קאָמוניסטישע פּאַרטייען. זיי באַטראַכטן די דערשײַנונג ווי אַ פֿאַרקריפּלטע אין דער געשיכטע בכלל, אָדער ווי האַרווי קלער (עמאָרי־אוניווערסיטעט), וועלכער האָט וועגן דעם גערעדט, האָט דערקלערט צום סוף פֿון זײַן רעדע: "די ייִדישע קאָמוניסטן האָבן אַ סך וואָס צו אַנטשולדיקן זיך!". זײַן רעפֿעראַט אַליין האָט ער געווידמעט דער טעמע "ייִדן אין דער אַמעריקאַנער קאָמוניסטישער פּאַרטיי".


ליטעראַטור

דער אָפּשטאַם פֿונעם וואָרט "אַלמאַנאַך" איז אומבאַקאַנט, אָבער מען איז זיך משער, אַז דאָס וואָרט נעמט זיך פֿון אַראַביש — "אַל מאַנאַך" — און באַטײַט "דער קלימאַט". אינעם פֿאַל פֿונעם נײַעם נומער "ירושלימער אַלמאַנאַך: צײַטשריפֿט פֿאַר ליטעראַטור, קולטור און געזעלשאַפֿטלעכע פּראָבלעמען" תּשע״ב", נומער 29, פּאַסט דער דאָזיקער טײַטש, ווײַל דער אַרומנעמיקער באַנד שפּיגלט אָפּ דעם קלימאַט פֿון דער הײַנטיקער ייִדישער קולטור. אין די כּמעט 500 זײַטן וועט איר געפֿינען אַ שאַפֿונג — אָדער פֿון פּאָעזיע, פּראָזע אָדער עסיי — פֿון יעדן ווינקל און ווינקעלע אין אונדזער ייִדיש־לאַנד: אויסטראַליע, אייראָפּע (מערבֿ־, מיזרח־ און רוסלאַנד), אַמעריקע און ישׂראל. גאַנץ "קעקעלע (ק״ק) קהל" באַטייליקט זיך אין דער צײַטשריפֿט, רעדאַקטירט פֿונעם פּראָפֿעסאָר און פּאָעט דובֿ־בער קערלער, וועלכער לערנט אינעם אינדיאַנאַ־אוניווערסיטעט אין בלומינגטאָן. ער האָט איבערגענומען די רעדאַקציע נאָך דער פּטירה פֿון זײַן טאַטן, דעם פּאָעט און גרינדער פֿונעם "אַלמאַנאַך", יוסף קערלער, ז״ל.
וווּ קע מען הײַנט בכלל לייענען ווערק אויף ייִדיש, סײַ בעלעטריסטיק, סײַ וויסנשאַפֿטלעכע? דער "פֿאָרווערטס" באַמיט זיך אָפּצודרוקן וויפֿל די צײַטונג קאָן, אָבער לענגערע ווערק פּאַסן זיך נישט אַרײַן אינעם צײַטונג־פֿאָרמאַט. זײַנען געבליבן די ניו־יאָרקער זשורנאַלן "די צוקונפֿט", "אויפֿן שוועל" און, פֿון צײַט צו צײַט, דער פּאַריזער "גילגולים", וואָס איז בפֿירוש פֿאַר נײַע שאַפֿונגען. אויף דער אינטערנעץ קען מען אויך לייענען קורצע ווערק אויף פֿאַרשיידענע וועבזײַטן, אָבער מען איז נאָך נישט צוגעוווינט צו לייענען דאָרטן לענגערע שאַפֿונגען. פֿאַרקערט, דער געדולט צו לייענען תּוכיקע שריפֿטן אויף דער אינטערנעץ ווערט קירצער און קירצער.


ליטעראַטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דער כאַרקאָווער פּאָעט איליאַ ריסענבערג
דער כאַרקאָווער פּאָעט איליאַ ריסענבערג האָט זיך שוין קונה-שם געווען צווישן די שעצער פֿון דער נײַער רוסישער דיכטונג. זײַן פּאָעטישער סטיל לאָזט זיך ניט באַשרײַבן דורך די באַקאַנטע באַגריפֿן׃ אַוואַנגאַרד, מאָדערניזם, נעאָ־קלאַסיק, סענטימענטאַליזם. ריסענבערג שאַפֿט אַן אייגענע פּאָעטישע וועלט, וואָס נעמט אַרײַן עלעמענטן פֿון ביז גאָר פֿאַרשידענע שפּראַכלעכע און קולטורעלע שיכטן. ער מישט די גערעדטע רוסישע און אוקראַיִנישע שפּראַך מיט אַרכאַיִשער רוסישער לעקסיק, מיט די אימאַזשן פֿון תּנ״ך, חסידות און קבליסטישע ספֿרים. אויף שריט און טריט טראַכט ער אויס נײַע ווערטער, וואָס זײַנען צומאָל פֿאַרשטענדלעך, צומאָל נישט. דערבײַ באַנוצט ער זיך כּסדר מיט אַלטמאָדישע פּאָעטישע פֿאָרמען, וואָס דערמאָנען די רוסישע דיכטונג פֿונעם אַכצנטן יאָרהונדערט.
אין אַפּריל איז ריסענבערג באַלוינט געוואָרן מיט דער "רוסישער פּרעמיע", אַ ליטעראַרישע אויסצייכענונג פֿון דער באָריס־יעלצין־פֿונדאַציע. די דאָזיקע פּרעמיע איז באַצוועקט פֿאַר רוסיש־שפּראַכיקע ליטעראַטן, וועלכע וווינען מחוץ די גרענעצן פֿון דער רוסישער פֿעדעראַציע. אָפֿיציעל האָט ריסענבערג פֿאָרגעשטעלט אוקראַיִנע, אָבער ער איז געקומען אויף דער צערעמאָניע אין אַ סאַמעטענער יאַרמולקע און געהאַלטן אַ דרשה וועגן גאָט. מען האָט אים אויך פֿאַרבעטן צו לייענען זײַנע לידער אין עטלעכע מאָסקווער באָהעמישע קלובן. מען קאָן אים זען און הערן אין קורצע סוזשעטן אויפֿן יו־טיוב, ווי ער איז אין גאַנצן פֿאַרטאָן אין לייענען זײַנע לידער בעת דער עולם אַרום אים האַלטן אין איין עסן, טרינקען און אַרומוואַלגערן זיך.


ליטעראַטור
פֿון גענאַדי עסטרײַך (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אוקראַיִנע איז אַ גרויס לאַנד. כ’ווייס עס ניט בלויז טעאָרעטיש — כ’בין דאָרטן געבוירן און אויסגעוואַקסן געוואָרן. מיט ייִדישער געשיכטע איז דאָרטן, דאַכט זיך, דורכגעזאַפּט יעדער ווינקל, יעדער שטיין. פֿון צײַט צו צײַט רעד איך (דורך "סקײַפּ") מיט מײַן קיִעווער פֿרײַנד יעפֿים מלמד, וואָס איז אַ מומחה אין אַרכיוואַלע ענינים. דערציילט ער מיר וועגן די אוצרות, וואָס ווערן אָפּגעהיט אין פֿאַרשיידענע אַרכיוו-זאַמלונגען פֿון לאַנד. אָבער דער סוף איז דערווײַל אַזאַ: קיין באַלעבאַטישע ייִדישע היסטאָריקער האָט דאָס לאַנד ניט. איך מיין אַזעלכע לײַט, וואָס דרוקן זייערע אַרבעטן אין הויפּטשטראָמיקע אַקאַדעמישע צײַטשריפֿטן אָדער אין אַקאַדעמישע פֿאַרלאַגן. מע דערציילט מיר וועגן גראַדויִר-סטודענטן, וואָס שנײַדן זיך אויף גוטע געלערנטע, אָבער דערווײַל איז עס ניט מער ווי אַ פּאָטענציאַל.
איך שרײַב די דאָזיקע נאָטיצן מײַנע אין סאַן-דיעגאָ, וווּ כ’האָב זיך אויפֿגעכאַפּט זייער פֿרי, לויט דער ניו-יאָרקער צײַט. געקומען בין איך אַהער אויף אַן אינטערנאַציאָנאַלער קאָנפֿערענץ מכּוח באָגדאַן כמעלניצקי (וועגן איר וועל איך שרײַבן באַזונדער), וועמענס דענקמאָל אָדער גאַס, צי ביידע זאַכן, געפֿינט מען אין יעדער אוקראַיִנישער שטאָט. ער איז דאָך אין אוקראַיִנע ווי טעאָדאָר הערצל, להבֿדיל, אין ישׂראל. אָבער אין דער פּראָגראַם זע איך ניט קיין אָנטיילנעמער פֿון אוקראַיִנע. וועגן ייִדישע ענינים אַרום כמעלניצקי, סײַ אין די צײַטן פֿון די גזירות תּ״ח תּ״ט סײַ אין די שפּעטערדיקע יאָרן, וועלן רעדן געלערנטע פֿון ענגלאַנד, ישׂראל און צפֿון-אַמעריקע. איך פֿאַרטײַטש עס ווי אַ סימן, אַז די אָרגאַניזאַטאָרן האָבן קיינעם ניט געפֿונען, וואָס זאָל זיך אויסטויגן אויף אַזעלכע זאַכן אין אוקראַיִנע גופֿא.