Video Banner
‫פֿון רעדאַקציע

אויב עמעצער וועט אײַך פֿרעגן, ווי אַזוי קאָן אַזוי זײַן, אַז צוויי ייִדן זאָלן האָבן דרײַ מיינונגען, שיקט אים אָפּ קיין ישׂראל; דאָרט, אין דער רעגירונג אין איין מיניסטאָרן־קאַבינעט בראָש מיטן פּרעמיער־מיניסטער נתניהו, קאָן דער שוץ־מיניסטער האָבן זײַן אייגענע פּאָליטיק און דער אויסערן־מיניסטער — אַן אַנדער פּאָליטיק. וואָס שייך דעם פּרעמיער־מיניסטער גופֿא, האָט ער אויך זײַן אייגענע פּאָליטיק, אָבער ער איז מיט איר נישט תּמיד מסכּים.
למשל, אָט האָט ער פֿונאַנדערגעלאָזט די אַזוי גערופֿענע פּלעסנער־קאָמיסיע צו לייזן סוף־כּל־סוף די פֿראַגע, וואָס צו טאָן מיט די ישיבֿה־בחורים: צי נעמען זיי אין דער מיליטער, אָדער נישט נעמען? און אָט באַשליסט שוין דער "ליכּוד", אין שפּיץ מיט דעם זעלבן בנימין נתניהו, ווידער זיך אומצוקערן צו דער פֿראַגע און צו שאַפֿן אַ נײַע קאָמיסיע, וואָס זאָל די דאָזיקע אָנגעווייטיקטע פֿראַגע לייזן.
צי קען זי טאַקע געלייזט ווערן, בײַ אַזאַ קעגנערשאַפֿט מצד די חרדישע פּאַרטייען, איז שוין אַן אַנדער זאַך; אָבער דער אַנדערער טייל פֿון דער ישׂראל־געזעלשאַפֿט — פֿאָדערט: "אַלע בירגער מוזן טראָגן דעם עול אויף זיך!", "נישטאָ קיין אויסנאַמען!" די איבער 30 טויזנט דעמאָנסטראַנטן פֿון מיליטער־רעזערוויסטן און אינוואַלידן האָבן עס בפֿירוש געפֿאָדערט בעת דער שבתדיקער דעמאָנסטראַציע אין תּל־אָבֿיבֿ.
די חרדישע מנהיגים סטראַשען אַרויסצופֿירן אויף די גאַסן אַ מיליאָן מענטשן קעגן דעם באַשלוס. און זײַט רויִק, זיי וועלן עס דורכפֿירן, אויב נתניהו וועט ווידער נישט איבערטראַכטן און פֿונאַנדערלאָזן שוין די נײַ־געשאַפֿענע קאָמיסיע.


געזעלשאַפֿט

4. סוף־וואָך אויסטראַליע

זײַן ערשטע פּאָעטישע לידער־זאַמלונג, אַרויסגעלאָזט אין אויסטראַליע אין די סוף 1940ער, האָט יאָסל בירשטיין אָנגערופֿן "אונטער די פֿרעמדע הימלען". אין מײַן פֿילם וועגן דעם שרײַבער "יאָסל בירשטיין: אַ קוש אין ירושלים", דערקלערט ער אַזאַ נאָמען דערמיט, וואָס די זאַטע אויסטראַלישע ערד איז אים אפֿשר געווען נישט פֿרעמד, אָבער די הימלען — יאָ פֿרעמד. אין די אָנהייב 1950ער האָט יאָסל מיט זײַן פֿרוי און טעכטערל פֿאַרלאָזט דאָס לאַנד פֿון "שאָף און רינדער" און איז עולה געווען קיין ישׂראל.
אין דער זעלבער צײַט זײַנען אין אייראָפּע געזעסן אויף זייערע מאָגערע וואַנדער־וואַליזקעס טויזנטער ייִדן, וואָס האָבן געחלומט צו עמיגרירן קיין אויסטראַליע. אַ טייל פֿון זיי האָט זיך אײַנגעגעבן אָנצוקומען עק וועלט און זיך דאָ באַזעצן. הײַנט וווינען אינעם לאַנד אַרום 140 טויזנט ייִדן; פֿאַר זיי איז דער אויסטראַלישער הימל געוואָרן אַ היימישער דאַך איבערן קאָפּ.
אין משך פֿון די אַן ערך דרײַ וואָכן איז ראַיען און מיר נישט איין מאָל אויסגעקומען צו הערן גוטע ווערטער וועגן דעם לאַנד און מענטשן, וועגן אַ "רויִק לעבן", און אַז דעם אויבנאָן פֿונעם אויסטראַלישן שטייגער־לעבן פֿאַרנעמען צוויי זאַכן — דער אויסטראַלישער פֿוסבאָל און ביר. דעם אויסטראַלישן ביר האָב איך פֿאַרזוכט, אָבער אין פֿוסבאָל האָט זיך מיר נישט אײַנגעגעבן צו שפּילן, כאָטש אין אַ דיסקוסיע וועגן "ספּאָרט אין דער ייִדישער פּרעסע" איז מיר אויסגעקומען זיך צו באַטייליקן; און געשען איז עס בעת דעם סוף־וואָך אויסטראַליע.


געזעלשאַפֿט

אין פֿעברואַר, בעת זײַן וויזיט אינעם "מייאָ־קליניק" אין מינעסאָטע, האָט הרבֿ שמואלעוויטש זיך אָפּגעשטעלט אין דער "בית־מדרש גבֿואה" אין לייקוווּד, ניו־דזשערזי. אויפֿן בילד: הרבֿ שמואלעוויטש (מיטן שטעקן) אין לייקוווּד, באַגלייט פֿון זײַן געהילף, בערל ווײַטמאַן.
הרבֿ רפֿאל שמואלעווישט, אַ באַרימטער ראש־ישיבֿה פֿון דער "מירער ישיבֿה" אין ירושלים, איז לעצטנס באַקאַנט געוואָרן צוליב אַ גאָר אַנדער סיבה: ער איז דער ערשטער פּאַציענט פֿון ALS, בײַ וועמען דער געזונט־מצבֿ האָט זיך ממשותדיק פֿאַרבעסערט.
ALS, וואָס איז מער באַקאַנט ווי "לו געריגס קראַנקייט", איז אַ זעלטענע קראַנקייט פֿון די נערוון־קעמערלעך אינעם מוח און חוט־השדרה, וועלכע קאָנטראָלירן די באַוועגונג פֿון די מוסקלען. לו געריג, דער באַרימטער בייסבאָל־שפּילער פֿון די "יענקיס", איז געשטאָרבן דערפֿון אין 1941 צו 37 יאָר.
די אויסזיכטן פֿאַר ALS-פּאַציענטן זענען, בדרך־כּלל, נישט קיין גוטע: די מוסקלען ווערן בײַ זיי אַלץ מער און מער אײַנגעשרומפּן, און ווי אַ פּועל־יוצא, ווערט זיי אַלץ שווערער צו גיין, רעדן, אַראָפּצושלינגען און אַפֿילו צו אָטעמען. מיט דער צײַט ווערן זיי פּאַראַליזירט און ס׳רובֿ פֿון זיי שטאַרבן. אַן אויסנאַם איז דער באַקאַנטער פֿיזיקער, סטיווען האָקינג, וועלכער לײַדט פֿון זייער אַ פּאַמעלעך־פּראָגרעסירנדיקן פֿאַל פֿון ALS, שוין כּמעט 50 יאָר. הגם ער איז פּאַראַליזירט פֿון קאָפּ ביז די פֿיס, פֿונקציאָנירט זײַן מוח ווי פֿריִער, און אין 2009 האָט ער באַקומען דעם "פּרעזידענטישן פֿרײַהייט־מעדאַל" — די בכּבֿודיקסטע פּרעמיע אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן.
צווישן 20,000 און 30,000 מענטשן אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן לײַדן הײַנט פֿון ALS, און יעדעס יאָר באַקומען 5,600 מענטשן אַזאַ דיאַגנאָז. די וויסנשאַפֿטלער ווייסן נאָך נישט, צי די סיבות פֿון דער קראַנקייט זענען גענעטישע, צי באַווירקט פֿון דער סבֿיבֿה. ביז איצט האָבן די דאָקטוירים נישט געקאָנט אויסהיילן אָדער אָפּשטעלן די אַנטוויקלונג פֿון דער געפֿערלעכער קראַנקייט. דאָס איינציקע וואָס זיי האָבן יאָ געקאָנט טאָן איז פֿאַרפּאַמעלעכן די קראַנקייט און פֿאַרגרינגערן די ווייטיקן דורך פֿאַרשידענע מעדיקאַמענטן.


קולטור
פֿון לייזער בורקאָ (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דער רעזשיסאָר דוד אונגער
עס טרעפֿט זיך ניט זעלטן, אַז ווען אַ קינסטלער מאַכט פֿון עמעצן אַ פּאָרטרעט, זעט דער פּאָרטרעט אויס שענער פֿונעם מענטשן. די אַלע קנייטשן אינעם גערונצלטן פּנים האָט מען אויסגעגלעט, די קרומע נאָז — אויסגעגלײַכט. ס׳רובֿ מענטשן, וואָס מע האָט זיי אויף אַזאַ אופֿן פֿאַרשענערט און פֿאַרבעסערט, וועלן זיך געוויס ניט באַקלאָגן. אַזוי אויך קען אונדזער ייִדיש־וועלט האָבן נאָר איין טענה צו דעם פֿראַנצויזישן דאָקומענטאַר־פֿילם "נײַע ייִדישע קולטור" — די כּלה איז צו שיין!
אַזאַ פֿײַן בילד פֿון דער הײַנטיקער ייִדישער קולטור האָט נאָך קיינער ניט געמאַכט. דער רעזשיסאָר, דוד אונגער, וואָס האָט געשריבן דעם סצענאַר צוזאַמען מיט דער באַקאַנטער ייִדישער ליטעראַטור־פֿאָרשערין רחל ערטל, האָט געוווּסט זיך אָפּצוהיטן פֿון די אַלע שאַבלאָנען און דעם נאָסטאַלגישן סענטימענטאַליזם, וואָס דער עולם ריכט זיך צו זען, ווי באַלד עס רעדט זיך וועגן ייִדיש. צום ערשטן מאָל זעען מיר דאָ ייִדיש ווי אַ שפּראַך פֿון יונגע אַוואַנגאַרדיסטישע קינסטלער, אין דער מוזיק, אין טעאַטער, פֿילם, פּאָעזיע, ווי אויך אין דער מאָלערײַ. דאָ זעט מען, אַז ייִדיש איז ניט אַלט און אויסגעדראָשן, נאָר נײַ, סאָפֿיסטיקירט, אין דער מאָדע. די גרויסשטאָטישע לאַנדשאַפֿט פֿון וואָלקן־קראַצערס און ניו־יאָרקער גאַסן באַגלייטן אַ שטראָם פֿון מאָדערניסטישע מאָלערײַען און עקספּערימענטאַלער מוזיק. די קינסטלער אַליין ברענגען זייער מערקווערדיקע פּערספּעקטיוו און פֿרישע געדאַנקען אין אויסצוגן פֿון אינטערוויוען. דער דאָזיקער צוגאַנג פֿאָרצושטעלן ייִדיש איז אין גאַנצן נאָוואַטאָריש; ס׳איז אַליין אַ ראַדיקאַלער אַקט און אַ גרויסער אויפֿטו צו גיין קעגן די אײַנגעשטעלטע סטערעאָטיפּן, וואָס הערן ניט אויף צו ברענגען שאָדן.


געזעלשאַפֿט

רבי שמואל־יעקבֿ קאַן, דער מנהיג פֿון "תּולדות אַבֿרהם־יצחק"
לויט אַן אַרטיקל אויף דער פּאָפּולערער חרדישער וועבזײַט "נײַעס פֿון דער ישיבֿה־וועלט" (Yeshiva World News), האָט מען מיט אַ פּאָר וואָכן צוריק, דעם 28סטן יוני, איבערגעגעבן, אַז דער רבי פֿון "תּולדות אַבֿרהם־יצחק", אַ באַקאַנטע חסידישע גרופּע אין ארץ־ישׂראל, האָט דערקלערט אַ מלחמה קעגן די אַזוי־גערופֿענע "טרייפֿענע" צעל־טעלעפֿאָנען, וועלכע דערמעגלעכן צו שיקן טעקסט־מעלדונגען אָדער באַזוכן די אינטערנעץ.
דער רבי האָט געפּסקנט, אַז טאָמער געפֿינט מען אַזעלכע טעלעפֿאָנען בײַ די יונגע־לײַט אין זײַן כּולל, מעג מען זיי אָפּנעמען און צעברעכן; און אַפֿילו ווען מע געפֿינט אַזאַ מכשיר באַהאַלטן ערגעץ אין דער ישיבֿה, מעג מען עס טאָן אַפֿילו שבת. דעם בעל־הבית פֿונעם טעלעפֿאָן דאַרף מען נישט צאָלן קיין קאָמפּענסאַציע, ווײַל ער איז אַליין שולדיק אינעם האַלטן אַ פֿאַרבאָטענע
"שעדלעכע" זאַך.
דער מחבר פֿון די שורות האָט נישט לאַנג צוריק פֿאַרעפֿנטלעכט אַ רעפּאָרטאַזש וועגן דער אַנומלטיקער חרדישער אַסיפֿה קעגן דער אינטערנעץ און אַן אַרטיקל וועגן די תּולדות־אַהרנער חסידים, וואָס "תּולדות אַבֿרהם־יצחק", אָנגעפֿירט פֿון הרבֿ שמואל־יעקבֿ קאַן, איז איינע פֿון זייערע דרײַ צווײַגן.
אין דעם אַרטיקל וויל איך נישט שרײַבן קיין סאַרקאַסטישע קאָמענטאַרן. אַדרבה, הגם דער דאָזיקער פּסק — אויב דער אַרטיקל פֿון YWN גיט טאַקע איבער די גענויע אינפֿאָרמאַציע — איז זיכער אַן עקסטרעמער און קאָן גורם זײַן שׂינאה און היזק, ווײַזט ער אויף, אַז אַפֿילו די שטרענגסטע אולטראַ־חרדישע קהילות קוקן אויף דער הלכה גענוג בייגעוודיק, מיט אַ שעפֿעריש אויג — כאָטש אין דעם פֿאַל, צום באַדויערן, האָט די דאָזיקע שעפֿערישקייט זיך אויסגעדריקט אויף אַ נעגאַטיוון אופֿן.


פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אינעם חומש "במדבר" זענען פֿאַראַן דרײַ פּרשיות, וועלכע טראָגן נעמען פֿון געוויסע מענטשן: "קורח", "בלק" און "פּינחס".
קורח האָט אָרגאַניזירט אַ בונט קעגן משה רבינו, טענהנדיק, אַז אַלע ייִדן זענען גלײַך און פֿאָדערן נישט קיין היעראַרכישן פֿירער. ער אַליין האָט אָבער געוואָלט איבערנעמען די מאַכט איבערן גאַנצן ייִדישן פֿאָלק, און דערפֿאַר איז ער פֿאַרברענט געוואָרן אין אַ הימלישן פֿײַער.
פֿונדעסטוועגן, ווי עס שטייט אינעם מדרש, וועט קורח דינען ווי אַ כּהן־גדול בײַ תּחית־המתים. די חסידישע מפֿרשים דערקלערן, אַז קורחס עצם־געדאַנק קעגן היעראַרכיעס איז געווען אַ הייליקער, הגם ער איז געווען אויסגעמישט מיט פֿאַלשע כּוונות, און געהערט צו משיחס צײַטן, ווען די גאַנצע וועלט וועט טאַקע פֿאַרשטיין, אַז יעדער מענטש איז אוניקאַל און הייליק. אין זײַן תּקופֿה, האָט משה רבינו געמוזט אָרגאַניזירן די ייִדישע געזעלשאַפֿט אויף אַ נישט־אידעאַלן אופֿן, כּדי דער עולם זאָל עס קאָנען פֿאַרשטיין. הגם קורח איז געווען אַ סתּירותדיקע פֿיגור, האָט ער פֿאַרדינט פֿאַר זײַנע משיחישע געדאַנקען אַ פּרשה, וואָס טראָגט זײַן נאָמען.
די פֿאָריקע פּרשה, "בלק", טראָגט דעם נאָמען פֿון אַ נאָך מער סתּירותדיקן פּערסאָנאַזש. בלק איז געווען אַ קיניג פֿון מואבֿ, וועלכער האָט געוואָלט ברענגען די ייִדן אַ היזק און אַרויסגעוויזן אין דעם אַן אויסערגעוויינטלעכע דערפֿינדערישקייט. צוערשט, האָט ער געבעטן דעם באַרימטן כּישוף־מאַכער בלעם צו שעלטן דאָס ייִדישע פֿאָלק. בלעם האָט עס אָבער נישט געוואָלט דורכפֿירן, ווײַל דער אייבערשטער האָט אים נישט געלאָזט. אַדרבה, בלעם האָט אַרויסגעזאָגט אַ נבֿיאישע ברכה, וועלכע איז אַרײַן אינעם סידור — בײַם סאַמע אָנהייב פֿון דאַוונען אין דער פֿרי.