- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
ניו־יאָרק (ייִט״אַ) — שעלי פֿײַן, אַ 63־יאָריקער מאַן, האָט די פֿאַרגאַנגענע וואָך, דינסטיק בײַנאַכט, פֿאַרשפּרייט אויף אַ פּאָפּולערן ניו־יאָרקער בלאָג זײַן אינפֿאָרמאַציע און אַ רוף, צו העלפֿן די געליטענע פֿונעם הוראַגאַן "סענדי". אין דער פֿרי, ווען פֿײַן האָט זיך אויפֿגעוועקט, האָט ער געפֿינען 163 ענטפֿערס אויף זײַן רוף. צוזאַמען מיט אַנדערע פֿרײַוויליקע אַקטיוויסטן, פּרוּווט ער צו אָרגאַניזירן אַ גרופּע צו העלפֿן די אָרטיקע עוואַקואַציע־צענטערס. פֿײַן האָט איבערגעגעבן, אַז די ניו־יאָרקער ייִדישע קהילה האָט זייער אַקטיוו רעאַגירט אויף דער קאַטאַסטראָפֿע. אַ סך שילן, ייִדישע אָרגאַניזאַציעס און אַ סך יחידים האָבן פֿאָרגעלייגט זייער הילף. פֿײַנס גרופּע האָט געשיקט דאָקטוירים, כּדי צו העלפֿן די געליטענע פֿונעם הוראַגאַן. די העלפֿער פֿאַרשפּרייטן שפּײַז, בגדים און שפּילעכלעך פֿאַר קינדער. צענדליקער טויזנטער ניו־יאָרקער אין אַלע פֿינף ראַיאָנען פֿון דער שטאָט האָבן נאָך נישט קיין עלעקטריע און באַהייצונג, ווײַל דער הוראַגאַן האָט צעשיידיקט אַ גרויסן טייל פֿון דער שטאָטישער אינפֿראַסטרוקטור. אַ סך אײַנוווינער זענען עוואַקויִרט געוואָרן אין צײַטווײַליקע מיקלט־פּלעצער אָדער בלײַבן אין דער היים אָן שפּײַז און אַנדערע נויטיקע באַדערפֿענישן. פֿאַראַכטאָגן מיטוואָך, האָט די אָרגאַניזאַציע "אורי וצדק" — אַן אָרטאָדאָקסישע ייִדישע גרופּע, וועלכע פֿאַרנעמט זיך מיט די ענינים פֿון סאָציאַלן יושר, צעטיילט שפּײַז און אַנדערע נייטיקע מאַטעריאַלן אויף די גאַסן פֿון ניו־יאָרק. 45 וואָלונטירן האָבן זיך אָפּגערופֿן אויף "אורי וצדקס" אינטערנעץ־רוף. יעל קעלער, אַ פֿאָרשטייערין פֿון דער אָרגאַניזאַציע, האָט דערציילט, אַז די באַטייליקטע אין דער הילף־מיסיע האָבן מיטגעבראַכט מיט זיך עלעקטרישע קעשענע־לעמפּלעך און געשטאַנען גלײַך אויף די גאַסן, פֿאָרלייגנדיק אַלעמען וואַסער צו טרינקען. אַ טייל פֿאַרבײַגייער האָבן געטענהט, אַז זיי האָבן נישט קיין ליכט אין שטוב. די וואָלונטירן האָבן זיך אויפֿגעהויבן מיט די געליטענע אין די פֿינצטערע דירות און זיי געהאָלפֿן אין שטוב. באָריסן האָב איך באַגעגנט מיט אַ טאָג פֿאַרן הוראַגאַן און אין עטלעכע טעג אַרום, ווען דאָס לעבן האָט זיך אין אַ היפּשער מאָס אומגעקערט צום נאָרמאַלן שטייגער. ער איז געווען איינער פֿון די תּושבֿים פֿון מײַן הויז (פֿון בערך 200 דירות), וואָס האָבן זיך ניט עוואַקויִרט, ניט געקוקט אויף אַלע שטרענגע אינסטרוקציעס מצד דער שטאָטישער מאַכט. אין דער אמתן, האָב איך אויך תּחילת ניט געוואָלט אַוועקגיין, אָבער דער אויסזען פֿונעם ים און דער ווילדער ווינט האָבן מיך איבערצײַגט מער, ווי די ווערטער פֿונעם ניו־יאָרקער מייאָר בלומבערג. פֿאַר וואָס זשע זײַנען מײַנע שכנים פֿאַרבליבן? אפֿשר האָבן זיי ניט געהאַט אַזעלכע וואַרעמע מענטשן, ווי מײַנע פֿרײַנד, בײַ וועלכע איך האָב פֿאַרבראַכט צוויי טעג "אין עוואַקואַציע". אייניקע לײַט זײַנען ניט אַוועק, ווײַל זיי האָבן ניט געגלייבט, אַז דער מצבֿ וועט ווערן אַזוי ערנסט — מע האָט דאָך פֿאַראַיאָרן רעלאַטיוו גרינג איבערגעלעבן דעם הוראַגאַן "אײַרין". אַ צאָל מענטשן זײַנען ניט אַוועק צוליב זייערע הינט און קעץ. אַ שכנה האָט זיך געקלאָגט ניט אַזוי אויף אירע אייגענע שוועריקייטן, ווי אויף די מאַטערנישן פֿון איר קאַץ, וועלכע האָט ניט געקענט, נעבעך, פֿאַרשטיין, פֿאַר וואָס זי קען ניט טרינקען וואַסער פֿונעם קראַנט — אַזוי איז זי צוגעוווינט געוואָרן עס צו טאָן. פֿון זיצן אַזוי לאַנג אין דער היים און קוקן אויף די פֿיר ווענט, הערן נאָר ווי דער ווינט ווויעט כּסדר און דער רעגן קלאַפּט אין פֿענצטער, קען מען טאַקע משוגע ווערן. נאָר צום גליק, האָב איך געהאַט וואָס צו לייענען: אויף מײַן שרײַבטיש ליגט אַ טוץ וויכטיקע וויסנשאַפֿטלעכע ביכער, וואָס וואַרטן איך זאָל זיי נעמען אין דער האַנט אַרײַן און רעצענזירן פֿאַרן "פֿאָרווערטס". איך האָב שוין לאַנג בדעה געהאַט די ביכער צו לייענען, און איצט איז סוף־כּל־סוף געקומען די געלעגנהייט. אָבער באַלד ווי איך האָב גענומען דאָס ערשטע בוך אין האַנט, אָפּגעבלאָזן דעם שטויב, וואָס איז געלעגן אויף אים נאָך פֿיל חדשים, און אָנגעהויבן לייענען די הקדמה, וווּ דער מחבר באַדאַנקט די טויזנטער מענטשן וואָס זײַנען אים געקומען צו הילף אין אַלע ביבליאָטעקן און אַרכיוון פֿון דער וועלט, ווי אויך זײַנע קאָלעגן־פּראָפֿעסאָרן, וואָס די שמועסן מיט זיי האָבן אַזוי באַרײַכערט זײַן פֿאָרשונג, און זײַן געטרײַ ווײַב און קינדער, וואָס האָבן אים אויסגעהאַלטן אין משך פֿון די אַלע יאָרן וואָס ער האָט געהאָרעוועט אויף דעם בוך, נעבעך; און נאָך און נאָך ביז די אויגן מײַנע האָבן שוין גענומען זיך פֿאַרמאַכן פֿון מידקייט און איך האָב באַשלאָסן צו רעצענזירן עפּעס אַנדערשס. די מעלדונג אין אַ צײַטונג אין פּראָווידענס, ראָד־אײַלאַנד, מיט עטלעכע וואָכן צוריק, איז געווען געווידמעט די נישט־ייִדישע פֿרויען, וועלכע האָבן חתונה געהאַט מיט ייִדישע מענער און מסכּים געווען צו דערציִען די קינדער ווי ייִדן, כאָטש זיי אַליין זענען נישט גרייט זיך מגייר צו זײַן. אין אַ צײַט ווען דער פּראָצענט געמישטע חתונות באַטרעפֿט 50%, איז דער פֿענאָמען — נישט־ייִדישע מאַמעס, וועלכע דערציִען קינדער ווי ייִדן — הײַנט געוואָרן גאַנץ פֿאַרשפּרייט. דער ציל פֿונעם מוטערס־קרײַז, באַקאַנט בלע״ז ווי The Mothers Circle, איז צו דערקלערן די פֿרויען וועגן דעם באַטײַט פֿון די ייִדישע טראַדיציעס (שבת, יום־טובֿים, אאַז״וו), און זיי צו געבן עמאָציאָנעלע שטיצע פֿאַר זייער באַשלוס אויפֿצוכאָווען ייִדישע קינדער. די קרײַזן, וועלכע געפֿינען זיך הײַנט אין צענדליקער שטעט איבער די פֿאַראייניקטע שטאַטן און קאַנאַדע, זענען אַ טייל פֿון אַ ריי פּראָיעקטן געגרינדעט און דורכגעפֿירט פֿונעם "ייִדישן קירובֿ־אינסטיטוט" (Jewish Outreach Institute), אויך באַקאַנט מיט די ראשי־תּאבֿות JOI — אַן אָרגאַניזאַציע וואָס באַמיט זיך אַרײַנצוציִען אין דער ייִדישער קהילה יענע מיטגלידער פֿון געמישטע חתונות, וועלכע ווערן אָפֿט איגנאָרירט. ס׳רובֿ פֿון די שילן, וואָס באַטייליקן זיך אין די מוטערס־קרײַזן, זענען פֿון די ליבעראַלע שטראָמען פֿון ייִדישקייט, ווי רעפֿאָרם, רעקאָנסטרוקציאָניסטיש און "ריניואַל". לויט דער רעפֿאָרם־באַוועגונג, ווערן די קינדער פֿון אַ ייִדישן טאַטן פֿאַררעכנט פֿאַר ייִדן, אַפֿילו אויב די מאַמע איז נישט קיין ייִדישע. די אָרטאָדאָקסישע און קאָנסערוואַטיווע ייִדן האַלטן זיך בײַם דין, אַז קינדער פֿון אַ נישט־ייִדישער מאַמען זענען נישט קיין ייִדן. פֿון דעסטוועגן, האָבן געוויסע קאָנסערוואַטיווע שילן לעצטנס אויך געגרינדעט מוטערס־קרײַזן פֿאַר די משפּחות מיט נישט־ייִדישע מאַמעס, האָט אַמאַנדע קאַלעצקי, די פּירסום־דירעקטאָרין פֿון JOI, געזאָגט דעם "פֿאָרווערטס". "די דאָזיקע קאָנסערוואַטיווע סינאַגאָגעס זעען, ווי עס האַלט אין איין פֿאַלן בײַ זיי די מיטגלידערשאַפֿט, און ווען זיי באַמערקן וויפֿל משפּחות קומען אין דער רעפֿאָרם־סינאַגאָגע, ווילן זיי עס שוין אויך פּרוּוון." ישׂראל אַגאָל. "איך וויל לעבן"; וואַדים אַגאָל. "אַזוי האָט מען געלעבט". מאָסקווע׃ אַגראַף, 2011 דער דאָזיקער באַנד איז כּולל צוויי מעמואַרן׃ די זכרונות פֿונעם חשובֿן סאָוועטישן ביאָלאָג און גענעטיקער ישׂראל אַגאָל וועגן זײַנע קינדער־יאָרן אין באָברויסק פֿאַר דער רוסישער רעוואָלוציע; און די זכרונות פֿון זײַן זון, וואַדים אַגאָל, וואָס איז אויך געוואָרן אַ מומחה אין מיקראָ־ביאָלאָגיע, וועגן זײַן טאַטן און זײַן אייגענער יוגנט. דער פֿאָטער איז אַרעסטירט און צעשאָסן געוואָרן אין 1937, בעת דער זון האָט געמאַכט אַ בכּבֿודוקע אַקאַדעמישע קאַריערע און לעבט עד־היום אין מאָסקווע. די הײַנטיקע פּרשה הייבט זיך אָן מיט שׂרהס טויט. די תּורה דערציילט אונדז, אַז זי איז ניפֿטר געוואָרן בײַ 127 יאָר און באַערדיקט געוואָרן אין חבֿרון, אין דער מערת־המכפּלה, וועלכע אַבֿרהם אָבֿינו האָט אָפּגעקויפֿט בײַ עפֿרון החתּי. ווײַטער ווערט דערציילט ווי אַבֿרהמס באַדינער, אליעזר, האָט געפֿונען דעם שידוך פֿאַר יצחקן. |