Video Banner
‫פֿון רעדאַקציע

דער באַקאַנטער זאָג, וואָס מע שרײַבט צו דעם פֿירער פֿונעם וועלט־פּראָלעטאַריאַט, וולאַדימיר לענין, אַז "ס׳איז ווייניק צו פֿאַרכאַפּן די מאַכט, שווערער איז די מאַכט אײַנהאַלטן" — איז געוואָרן אין רוסלאַנד באַזונדערס אַקטועל איצט, פֿאַר די וואַלן אין דער "דומע" — רוסלענדישער פּאַרלאַמענט. פֿאַר וואָס אַזוי? — קאָן מען פֿרעגן, — ס׳איז דאָך קלאָר, אַז אין רוסלאַנד פּראַוועט מיטן לאַנד נישט די "דומע", נאָר דער פּרעזידענט וולאַדימיר פּוטין.


פּאָליטיק
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דער מיטעלער מיזרח האָט צו "פֿאַרדאַנקען" זײַן וויכטיקער פּאָליטישער ראָלע און זײַן הויכן געאָפּאָליטישן סטאַטוס ווי דער ברויזנדיקער וווּלקאַן און פאָקוס פֿון דעם פּאָליטישן וועלט-יאַריד — אין זכות פֿון דעם, וואָס ער "זיצט" אויפֿן פּולווער-פֿאַס פֿון דער פּאָליטישער און מאַטעריעלער ענערגיע. זינט אָבער די וועלט האָט אָנגעהויבן זוכן נײַע מקורות און נײַע אַלטערנאַטיוועס פֿאַר אָט די ביידע ענערגיעס, האָט זיך דער פּאָליטישער סטאַטוס פֿון דעם ראַיאָן אַ היפּשן וואַקל געטאָן.


אײראָפּע
פֿון סערגאָ בענגעלסדאָרף (מאָלדאָווע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
סערגאָ בענגעלסדאָרף מיט זײַן פֿרוי אינאַ

ערבֿ־ראָש־השנה איז אין דער חב״ד־שיל, וואָס געפֿינט זיך אין קעשענעוו אויף דער גאַס אָנגערופֿן לכּבֿוד דער ליובאַוויטשער באַוועגונג, פֿאָרגעקומען די הויפּט־אונטערנעמונג. אָנגעפֿירט האָט מיט איר דער הויפּט־רבֿ פֿון מאָלדאָווע, הרבֿ זלמן־לייב אַבעלסקי. ער פֿירט אָן מיט דער קהילה שוין 15 יאָר. סײַ דער אונטערשטער גאָרן אין דער שיל און סײַ דער אייבערשטער — דער ווײַבערשער — זײַנען געווען פֿול געפּאַקט. ייִדן, יום־טובֿדיק אויסגעפּוצט, האָבן זיך געוווּנטשן אַ גוט, געזונט יאָר.


ייִדיש־וועלט
פֿון מרדכי דוניץ (ירושלים)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין דעם פֿאַרגאַנגענעם חודש תּמוז תשס"ז, (יולי 2007), איז דערשינען אין תּל־אָבֿיבֿ דער דריטער נומער פֿון דער צײַטשריפֿט "דווקא". אין געוויינלעכע, געמיטלעך־רויִקע און קילע טעג, וואָלט די דערשײַנונג פֿון דער דאָזיקער צײַטשריפֿט געדאַרפֿט אויפֿגענומען ווערן מיט גרויס סאַטיספֿאַקציע, ניט נאָר אין די ליטעראַרישע ישׂראל־קרײַזן, נאָר אויך אין דער ייִדיש־מחנה, וואָס זאָרגט זיך וועגן דער אַלגעמיינער מערכה פֿון ייִדיש און ייִדישער קולטור אין אונדזער מדינה.


חורבן
פֿון מישע לעוו (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
כאַשע בערקאָוויטש

ס'איז האַלבטאָג. די זון ברענט אויף ניט אויסצוהאַלטן. מענטשן, וואָס וווינען אין לאַנד פֿופֿציק יאָר און מער דערציילן, אַז אַזאַ הייסער זומער געדענקט זיך זיי ניט. און טאַקע, דער פֿרילינג איז נאָך ניט פֿאַרבײַ און אין ירושלים, אין שאָטן, האָט דער טערמאָמעטער באַוויזן +340, און אין דער וווּנדערלעכער קוראָרט־שטאָט אילת — +440.

דאָס מאָל האָבן אונדזערע סינאָפּטיקער פֿאַרפֿריִער געוואָרנט, אַז דער וועטער וועט זײַן אַ הייסער, אַ טרוקענער און אַפֿילו דערקלערט, אַז אַזאַ "מכּה" שיקט אונדז ניט אַבי ווער, נאָר די מיטעלע טראָפּאָספֿער, וואָס געפֿינט זיך 5—6 קילאָמעטער העכער פֿון אונדז.


פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אינעם ייִדישן לוח זענען פֿאַראַן צוויי יום-טובֿים, וואָס זייער עיקר-באַדײַט האָט צו טאָן מיט קבלת-התּורה: שבֿועות און שׂמחת-תּורה. שבֿועות — דער טאָג, ווען דאָס ייִדישע פֿאָלק האָט באַקומען די תּורה בײַם באַרג סיני — איז בעצם אַ "ניכטערער" יום-טובֿ; אַ סך ייִדן שלאָפֿן נישט די גאַנצע שבֿועות-נאַכט און קאָנצענטרירן זיך אויפֿן לערנען תּורה, כּדי זוכה צו זײַן צו אַ נײַער "פּערזענלעכער מתּן-תּורה", צו דערגרייכן אַ נײַע השׂגה אין לערנען.