Video Banner
‫פֿון רעדאַקציע

טאַקע די וואָך איז עס אַרויסגעבראַכט געוואָרן פֿאַר דער וועלט אויף אַ קול: די סערבישע פּראָווינץ קאָסאָוואָ האָט דער­קלערט איר אומאָפּהענגיקייט. אויף דער אייראָפּעיִשער מאַפּע האָט זיך באַוויזן נאָך איין נײַ לענדעלע. די שׂימחה איז גרויס, אָבער, ווי עס ווערט באַטאָנט אין ס‘רובֿ מערבֿ­דיקע צײַטונגען, וועט נאָך דעם פֿריי­לעכן קערמעשל קומען אַ "גלאָבאַלע אויס­ניכ­טערונג". וואָס מיינט עס?


פּאָליטיק
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דאָס פֿאַרכּישופֿטע ראָד פֿון טעראָר און רעוואַנש, איז דער נאַטירלעכער אָנט­רײַבער פֿון מלחמה. טעראָר און נקמה, און ליקווידאַציעס און ווידער נקמה — דאָס אַלץ דינט ווי דער ברענשטאָף, וואָס הייצט אָן די אַטמאָספֿער, פֿאַרשאַרפֿט די סיכסוכים און אַנטוויקלט בײַ די פֿײַנטלעכע אָדער צעקריגטע צדדים די מאָטיוואַציע צו לייזן זייערע קאָנפֿליקטן נאָר מיט כּוח.

דער איצטיקער צושטאַנד אין מיטעלן מיזרח קאָן ווערן פֿאַרגליכן, להבֿדיל, צו די נישט זעלטענע פֿאַלן פֿון אָנווענדן כּוח קעגן דאָקטוירים און קראַנקנשוועסטער אין די שפּיטעלער:


טעאַטער
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
סצענע פֿון דער פֿאָרשטעלונג "נײַ־ירושלים"

אַזוי ווי איך בין קילאָמעטערס ווײַט פֿון פֿילאָסאָפֿישע טראַקטאַטן; נישט נאָר פֿון די גריכישע, נאָר אויך פֿון די אייגענע, צווישן זיי — ברוך (בענעדיקט) שפּינאָזאַ — דעם גערודפֿטן, דעם אויסגעוואָרצלטן און פֿאַרטריבענעם פֿון דער ייִדישער קהילה אין אַמסטערדאַם. דער אמת איז, אַז עס איז גאַנץ אוממעגלעך צו פֿאַרשטיין דעם פּראָצעס פֿון געדאַנקען־גאַנג און פֿילאָסאָפֿישע אויספֿירן פֿון אַזאַ דענקער ווי ברוך שפּינאָזאַ נישט וויסנדיק פֿון וואַנען ער שטאַמט, ווער ער איז,


פּובליציסטיק, קהילה־לעבן
שמעון וואַראָנקער, דער דירעקטאָר פֿון דער דרום־בראָנקסער מלוכה־שול 22, בעת אַ פּעדאַגאָגישן סעמינאַר, אָרגאַניזירט פֿון דער Cahn Fellows Program, דעם 18טן אָקטאָבער 2007

קלאַרק קענט, דער פֿיקטיווער פּאַרשוין פֿון די "סופּערמאַן"־קאָמיקס און פֿילמען, פֿירט אַ טאָפּלט לעבן. ווי אַ רעפּאָרטער אין אַ צײַטונג־ביוראָ, טראָגט ער אַן אָנצוג מיט ברילן, און זעט אויס ווי אַלע אַנ­דערע אָנגעשטעלטע. אָבער באַלד ווי ער דערוויסט זיך פֿון אַן ערנסטער סכּנה פֿאַר דער געזעלשאַפֿט, טוישט ער זײַן אָנצוג אויף אַ העלדישן בלאָען קאָסטיום מיט אַ רויטער פּעלערינע, פֿאַרוואַנדלט זיך אין אַ סופּערמאַן און פֿליט צו ראַטעווען די אומבאַהאָלפֿענע.


ליטעראַטור

(המשך פֿון פֿריִערדיקן נומער)

— וואָס זשע שווײַגסטו, רייטשעל? — האָט די מאַמע ווידער געפֿרעגט, שוין ווי אַ פֿאָרוואָרף.

רייטשעל האָט אויפֿגעציטערט, אָבער נישט פֿון דער מאַמעס שטאָכיקן פֿרעג; זי האָט דערזען איר האַנט ליגן אויפֿן טאַטנס און האָט זי גיך אַ שלעפּ געטאָן צוריק, ווי איר הויט וואָלט אָנגעטראָפֿן עפּעס אויף אַ שטעכלקע. זי האָט שטיל געזאָגט, קוקנדיק דער מאַמען גלײַך אין די אויגן אַרײַן:


פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

בײַם אָנהייב פֿון דער הײַנטיקער פּרשה ווערט דערציילט, אַז דער אייבערשטער האָט געהייסן משה רבינו צו זאַמלען פֿון יעדן דערוואַקסענעם ייִד אַ האַלבן זילבערנעם שקל (אַ געוויסע מאָס), פֿאַרן משכּן. דאָס געזאַמלטע זילבער האָט אויך געדינט ווי אַ מיטל איבערצוציילן די ייִדן. מ׳האָט געמוזט מנדבֿ זײַן דווקא אַזאַ סכום זילבער — נישט מער און נישט ווייניקער.