- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
דער סקאַנדאַל אַרום דעם באַקאַנטן פּוילישן היסטאָריקער און פּאָליטיקער פֿון ייִדישן אָפּשטאַם בראָניסלאַוו גערעמעק איז אַ באַווײַז, אַז די פּאָסט־קאָמוניסטישע מיזרח־אייראָפּע איז אַרײַן אין אַ נײַער תּקופֿה פֿון איר געשיכטע. סײַ פֿון דער, און סײַ פֿון יענער זײַט פֿון דעם פּלויט, וואָס טיילט אָפּ די "דעמאָקראַטישע" מיטגלידער פֿונעם אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד פֿון זייערע פּאָסט־סאָוועטישע שכנים, האַלטן אין איין וואַקסן קאָנסערוואַטיווע, שאָוויניסטישע און אַנטי־ליבעראַלע שטימונגען. דער לאַנגער קאָנפֿליקט צווישן די צוויי צווײַגן פֿון מאַכט אין אוקראַיִנע האָט דעם צווייטן אַפּריל אָנגענומען אַ קריטישע פֿאָרעם. דער פּרעזידענט וויקטאָר יושטשענקאָ האָט באַשלאָסן צו צעלאָזן די אויבער־ראַדע (פּאַרלאַמענט) און באַשטימט נײַע וואַלן אויף דעם 27סטן מײַ. זײַנע קעגנער, מיט דעם פּרעמיער־מיניסטער וויקטאָר יאַנוקאָוויטש בראָש, טענהן, אַז דער דאָזיקער דעקרעט שטימט ניט מיט דער קאָנסטיטוציע, און זיי האָבן זיך באַקלאָגט אויף דעם פּרעזידענט אינעם אויבער־געריכט. די וואָרצלען פֿון דער שפּאַנונג צווישן דעם פּרעזידענט און דער "ראַדע" קומען אַרויס פֿון דער "אָראַנזש־רעוואָלוציע" פֿון 2004. מיט אַ צײַט צוריק בין איך געזעסן אין אַ קאַפֿע. מײַן חבֿר און איך האָבן געגעסן וואַרמעס. מיר ביידע זײַנען גראַדויִר-סטודענטן אין אָקספֿאָרדער אוניווערסיטעט. ער שרײַבט אַ דאָקטאָראַט וועגן דער אוראַלטער געשיכטע. איך לערן זיך אויף אַ מאַגיסטער אין העברעיִשע און ייִדישע לימודים. האָב איך אים דערציילט וועגן מײַן אינטערעס צו דער ייִדישער ליטעראַטור. אַ מאַנצביל, וואָס איז געזעסן בשכנות, האָט זיך צוגעהערט צו מײַנע ווערטער. נאָך אַ פּאָר מינוט האָט ער איבערגעריסן אונדזער שמועס. מיט אַ שמייכל, האָט ער אָנגעהויבן רעדן צו מיר אויף ייִדיש! ס'איז געווען ווידער אַ מאָל אַ סימן, אַז ייִדיש לעבט אין ענגלאַנד. די רעדע פֿון וולאַדימיר פּוטין אין מינכן בעת דער יערלעכער זיכערהייט־קאָנפֿערענץ האָט דערמאָנט דער וועלט, אַז די צײַטן פֿון דער "קאַלטער מלחמה" זײַנען נאָך ניט פֿאַרבײַ. צום ערשטן מאָל זינט דעם צעפֿאַל פֿונעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד האָט דער רוסישער פּרעזידענט גערעדט אַזוי שאַרף קעגן אַמעריקע. פּוטין האָט אָנגעהויבן זײַן רעדע פֿון אַן אַלגעמיינער דעקלאַרירונג׃ "מען קאָן ניט אָננעמען די וועלט מיט איין פּאָלוס פֿון מאַכט. אַזאַ מצבֿ איז זעלבסט־צעשטערעריש". געמיינט האָט פּוטין אַוודאי די סטראַטעגישע העגעמאָניע פֿון אַמעריקע אין דער וועלט־פּאָליטיק נאָך 1991.
אין דער אוקראַיִנישער שטאָט, וווּ איך בין אויסגעוואַקסן, איז געווען אַ רעסטאָראַן, וואָס האָט געהייסן "לאַכטי" — לויטן נאָמען פֿון דער שטאָט אין דרום-פֿינלאַנד. בכלל, דאָס פּיצינקע פֿינלאַנד האָט געשפּילט אַ ממשותדיקע ראָלע אין דער סאָוועטישער געשיכטע. די צוויי לענדער, וואָס האָבן געהאַט געפֿירט צווישן זיך בלוטיקע מלחמות, זײַנען נאָך דער צווייטער וועלט-מלחמה געוואָרן בוזעם-פֿרײַנד און געפֿירט אַ זשוואַוון מיסחר אין די יאָרן פֿון דער קאַלטער מלחמה.
היציקע מאָסקװער זשורנאַליסטן רעדן שױן װעגן אַ קומעדיקער מלחמה מיט גרוזיע. די סיבה? דער אַרעסט פֿון פֿיר רוסישע אָפֿיצירן אין טביליסי, װאָס די גרוזינישע רעגירונג באַשולדיקט זיי אין שפּיאָנירן לטובֿת רוסלאַנד. דעם פֿאַרגאַנגענעם זונטיק, בעת דער זיצונג פֿון רוסלאַנדס זיכערקײט־ראַט, האָט פּרעזידענט פּוטין אָנגערופֿן די דאָזיקע אַקציע "מלוכישער טעראָריזם" מצד גרוזיע. רוסלאַנד האָט עװאַקויִרט כּמעט אַלע דיפּלאָמאַטן מיט זײערע משפּחות, האָט אױפֿגעהערט אַרױסצוגעבן װיזעס פֿאַר גרוזינישע בירגער, און האָט אײַנגעפֿירט שטרענגע פּאָליציייִשע מיטלען, כּדי צו קאָנטראָלירן כּמעט אײן מיליאָן גרוזינער, װעלכע װױנען און אַרבעטן אין רוסלאַנד. דערבײַ דערקלערט מען אָפֿן, אַז אָט די אַלע אַקציעס האָבן אַ פּאָליטישן באַטײַט. לױט אַלע סימנים, נעמט מאָסקװע אױף די איצטיקע לאַגע זײער ערנסט. די בריטישע פּאָליטישע סיסטעם האָט אַ סך מעלות, אָבער אײן חסרון. זי פֿאַרמאָגט ניט קײן קלאָרן מעכאַניזם פֿון בײַטן דעם פּאָליטישן פֿירער. אין אונטערשיד צו אַנדערע דעמאָקראַטישע לענדער, װערט דער בריטישער פּרעמיער־מיניסטער ניט אױסגעװיילט דירעקט דורך דער באַפֿעלקערונג. דער פּאַרטײ־פֿירער װערט אױסגעקליבן דורך זײַן פּאַרטײ, און נאָר די פּאַרטײ קאָן בײַטן דעם פּרעמיער־מיניסטער, װען זי האַלט עס פֿאַר נײטיק. אַזױ אַרום קאָן דער בריטישער פּרעמיער־מיניסטער בלײַבן אױף זײַן שטעלע אַזױ לאַנג װי ער און זײַן פּאַרטײ װילן. |