פּאָליטיק
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דער סאַודיער מיניסטער פֿון נאַפֿט, שייך אַלי אַל־נואַמי, האָט לעצטנס, בשעת אַ צוזאַמענטרעף פֿון די "אָפּעק"-לענדער, אַ זאָג געטאָן: "געדענקט, אַז די שטיין-תּקופֿה האָט זיך פֿאַרענדיקט ניט ווײַל דער פֿאַרצײַטיקער מענטש האָט אויסגעשעפּט דעם קוואַל פֿון שטיינער". דאָס איז געווען אַן ענטפֿער אויף די פֿאָדערונגען אויס­צואַרבעטן מער נאַפֿט. דער געדאַנק איז געווען אַ קלאָ­רער, דהײַנו: מע דאַרף זוכן סובסטיטוטן פֿאַר נאַפֿט.

געזעלשאַפֿט
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

מיט עטלעכע יאָר צוריק האָב איך זיך אינטערעסירט מיט אַ ייִדישן שרײַבער, וועגן וועלכן מיר האָט זיך אײַנגעגעבן צו געפֿינען זייער ווייניק אינפֿאָרמאַציע. אין עפּעס אַ מאָמענט האָב איך זיך דערפֿרייט, ווען אין אינטערנעץ איז אויסגעשוווּמען דער נאָמען פֿונעם שרײַבערס זון, אַן אַמעריקאַנער קינסטלער. אָבער קיין סך נחת האָט מיר דער קאָנטאַקט ניט געבראַכט — דער שרײַבער האָט זיך געגט מיטן קינסטלערס מוטער, ווען יענער איז נאָך געווען אַ קליין קינד, אַזוי אַז קיין צוגאָב-אינפֿאָרמאַציע האָב איך ניט באַקומען.

פּאָליטיק
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אַגרעסיווקייט איז אַ סימן-מובֿהק פֿונעם איצטיקן רוסלאַנד. די פּאָליטיקער גרויסן זיך אַפֿילו מיטן איבער­נעמען בירושה די מיליטאַנטישקייט פֿון דער רוסלענדישער אימפּעריע און פֿון דעם סאָוועטן-פֿאַרבאַנד. מע מאַכט אַ וועזן פֿון יעדן נצחון אין ספּאָרט און קולטור, כּדי אונטערוואַרעמען די נאַציאָנאַליסטישע געפֿילן פֿונעם פֿאָלק. מע האָט געוווּנען אין דעם וועלט-טשעמפּיאָנאַט אין האָקי (צום ערשטן מאָל אין משך פֿון די לעצטע 15 יאָר) — אַ יום-טובֿ! די פּעטערבורגער פֿוטבאָל-קאָמאַנדע "זעניט" האָט געוווּנען אַ וויכטיקן אייראָפּעיִשן פּריז — ווידער אַ מאָל יום-טובֿ,

פּאָליטיק
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אַן עקספּערימענט אין די ניו-יאָרקער שולן געפֿינט זיך איצט אין פֿאָקוס פֿון פּאָליטיקער, זשורנאַליסטן און פּעדאַגאָגן. דער עקספּערימענט כאַפּט אַרום 6,000 אָרעמע שוואַרצע און היספּאַנישע תּלמידים. דער אײַנפֿאַל איז אַזאַ: אַ תּלמיד קען פֿאַרדינען ביז 250 דאָלאַר אַ יאָר, טאָמער דאָס קינד ווײַזט גוטע רעזולטאַטן אין לערנען. דעם דאָזיקן פּראָיעקט האָט פֿאָרגעלייגט ראָלאַנד פֿרײַער, אַ 30־יאָריקער אַפֿריקאַניש-אַמעריקאַנער פּראָפֿע­סאָר פֿון האַרוואַרד-אוניווערסיטעט.

פּאָליטיק
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

מיט אַ פּאָר יאָר צוריק האָבן מיר, מײַן ווײַב און איך, געדונגען אַ דירה אין אַ ווילע, וואָס איז געשטאַנען אויפֿן ברעג פֿונעם אַדריאַטישן ים אין צפֿון-קראָאַטיע. די באַלעבאָסטע פֿון דער ווילע האָט אונדז געזאָגט, אַז ניט ווײַט פֿון דעם אָרט געפֿינט זיך דער צענטער פֿונעם דאָרף, מיט קראָמען וכד׳. אין דער פֿרי, ווען מיר זײַנען געקומען צו פֿאָרן אין דעם דאָזיקן דאָרף-צענטער, האָט זיך געוואָרפֿן אין די אויגן זײַן מערבֿ-אייראָפּעיִשקייט — עפּעס אַזוינס האָבן מיר שוין געזען אין כּלערליי אַנ­דערע לענדער: אין קאַפֿעען זיצן מענטשן, לייענען צײַטונ­גען, שמועסן, עסן. אין אַ פּאָר ווענט געפֿינען זיך מזומן-אויטאָמאַטן.

פּאָליטיק
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

"אין קיין לאַנד איז דאָס עסן נישט געווען פֿון אַזאַ וויכטיקייט, ווי אין דײַטשלאַנד נאָך דער [ערשטער וועלט] מלחמה-צײַט. די מענטשן, וועלכע האָבן יאָרנלאַנג אויסגעהונגערט זיך נאָך אַ ביסל פֿעטס און באַגנוגענען זיך געלאָזט מיט כּלערליי ערזאַץ-מיטלען, האָבן מיט אַ מאָדנער זשעדנעקייט נאָך דער מלחמה זיך געוואָרפֿן אויף שפּײַז. יעדער מאָלצײַט איז געפּראַוועט געוואָרן ווי אַ גרויסער יום-טובֿ. אינטעליגענטן, מענטשן פֿון העכסטער גײַסטיקייט, האָבן נישט געקאָנט אונטערדריקן אין זיך דעם קאַניבאַלישן חשק,

פּאָליטיק
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

צו דער צײַט, ווען ס׳וועט אַרויסגיין דער דאָזיקער נומער פֿון "פֿאָרווערטס", וועט רוסלאַנד שוין האָבן דעם נײַעם פּרעזידענט — דמיטרי מעדוועדיעוו. איך שרײַב עס פֿריִער פֿונעם 7טן מײַ, דעם טאָג פֿון איבערלייגן די לייצעס פֿון וולאַדימער פּוטינס הענט. אָבער גאָר ניט אַלע לייצעס וועט ער אָפּגעבן, ווײַל זייער אַ סך מאַכט פֿאַרבלײַבט בײַ אים: ער וועט קאָמאַנדעווען מיט דער רעגירונג, ער וועט אָנפֿירן מיט דער פֿירנדיקער פּאַרטיי "פֿאַראייניקט רוסלאַנד" (אָן ווערן איר מיטגליד!), און ער איז די פּאָפּולערסטע פּערזענלעכקייט אין לאַנד.

פּובליציסטיק, קהילה־לעבן
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די חב״ד־באַוועגונג, די איינציקע וואָס זוכט הײַנט־צו־טאָג צוצוציִען וואָס מער ייִדן, איז זייער אַקטיוו צווישן דעם רוסיש-רעדנדיקן עולם. דאָס קען מען זען אַפֿילו אין ניו-יאָרק. ערבֿ און בעת די יום-טובֿים ווערט די גאַנצע געגנט פֿון ברײַטאָן-ביטש פֿאַרפֿלייצט מיט יונגע חב״דני­קעס און חב״דניצעס, וואָס רעדן צו די פֿאַרבײַגייער אַן ערך אַזוי ווי עס טוען אויף די גאַסן אַזעלכע זאַכן די פּירסום-פֿאַרשפּרייטער פֿון כּלערליי מינים סחורה.

פּובליציסטיק
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
לעאָניד נעווזלין

אַלע, וואָס הערן זיך און קוקן זיך צו צו די גע­שעע­נישן אין ייִדישע אַקאַדעמישע קרײַזן אין דעם געווע­זענעם ראַטן-פֿאַרבאַנד, האָבן די טעג גרינגער אָפּגעאָטעמט: דער "אייראָפּעיִשער אוניווערסיטעט" אין פּע­טערבורג האָט באַקומען אַ דערלויבעניש זיך אומ­צוקערן אין זײַן לאָקאַל. עטלעכע חדשים האָט די דאָזיקע לערן-אינ­סטיטוציע געטרייסלט דער באַשלוס צו פֿאַר­מאַכן דעם לאָקאַל, ווײַל דער בנין, אויפֿגע­בויט מיט יאָרהונדערטער צוריק, האָט, כּלומרשט, ניט אָפּגעשפּיגלט די הײַנטיקע תּקנות פֿון פֿײַערלעשער.

פּאָליטיק
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די טעג האָב איך גערעדט מיט אַ סטודענט, וואָס האָט באַקומען אַ סטיפּענדיע צו שרײַבן אַ דאָקטאָר-אַרבעט אין ניו-יאָרק, אָבער ער איז ניט געווען זיכער, צי ער וועט קענען זיך דערלויבן דעם לוקסוס פֿון צאָלן אַזש טויזנט דאָלאַר אַ חודש פֿאַר אַ דירהלע, בשותּפֿות מיט אַן אַנדער סטודענט. דער געוועזענער ניו-יאָרקער גובערנאַטאָר עליאָט ספּיצער האָט, בלי-ספֿק, אַן אַנדער סקאַלע פֿון לוקסוס.

פּאָליטיק
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די נײַע תּקופֿה אין דער געשיכטע פֿון רוסלאַנד האָט איר "פֿאָטער" — מיכאַיִל גאָרבאַטשאָוו. אָבער גאָרבאַטשאָוו וואָלט ניט געקומען צו דער מאַכט אָן דעם "זיידע" — יורי אַנדראָפּאָוו. איצט ווייסן מיר שוין, אַז דער דאָזיקער לאַנג־יאָריקער פֿירער פֿון דעם סאָוועטישן "קאַ-גע-בע" (אָדער ווי די ענגליש-רעדנדיקע זאָגן עס "קיי-דזשי-בי") און, נאָך לעאָניד ברעזשנעווס טויט, דער פֿירער פֿון דער מלוכה אין משך פֿון 15 חדשים, איז געווען אַ 100־פּראָצענטיקער ייִד. דאָס הייסט, אַז ביידע זײַנע עלטערן זײַנען געווען ייִדן. אמת, חוץ דער דאָזיקער ביאָלאָגישער פֿאַרבינדונג, האָט ער קיין שײַכות צו ייִדישקייט ניט געהאַט.

פּאָליטיק
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

מאָנטיק האָט זיך אין רוסלאַנד אָנגעהויבן די אָפֿיציעלע וואַל-קאָמפּאַניע, כאָטש יעדעס קינד ווייסט שוין, אַז דער קומענדיקער פּרעזידענט וועט בלי-ספֿק זײַן דמיטרי מעדווע­דיעוו. קיין אַנדער סך-הכּל פֿון די פּרעזידענטישע וואַלן דעם 2טן מאַרץ קען פּשוט ניט זײַן. אַזוי פֿירט זיך עס שוין אין דעם נאָך-קאָמוניסטישן רוסלאַנד: באָריס יעלצין האָט איבער­געגעבן די לייצעס וולאַדימיר פּוטינען, און פּוטין גיט איצט איבער די זעלבע לייצעס אין די הענט פֿון דמיטרי מעדווע­דיעוו.