- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
יאָ, צוליב לעגאַלע טעמים ווייסן מיר ניט דעם נאָמען פֿון דעם ייִנגל, כאָטש זײַן ענין איז איצט אין צענטער פֿון ייִדישן לעבן אין ענגלאַנד, ווי אויך מחוץ דעם לאַנד. איך בין זיכער, אַז די לייענער פֿון "פֿאָרווערטס" געדענקען די געשיכטע, ווי אַזוי זײַנע עלטערן האָבן געפּרוּווט אים אײַנאָרדערן פֿאַר אַ תּלמיד אין דער לאָנדאָנער "ייִדישער פֿרײַער שול". ניט צו הערן צי ניט צו לייענען וועגן דעם האָט, דאַכט זיך, געקענט נאָר אַ מענטש, וואָס האָט פֿאַרבראַכט אין אַ קאָמע דאָס פֿאַרגאַנגענע יאָר. ניט לאַנג צוריק איז אין אַמעריקע אַרומגעפֿאָרן אַ דעלעגאַציע פֿון רוסישע פֿונקציאָנערן, וואָס באַשעפֿטיקן זיך מיט אימיגראַציע. מיט דער דאָזיקער גרופּע האָט קאָמאַנדעוועט אַ גענעראַל — די צווייטע לויטן ראַנג פֿיגור אין דער אימיגראַציע-דינסט פֿון רוסלאַנד. מיכאַיִל טיורקין, אַזוי הייסט דער גענעראַל, האָט צום סוף פֿון דער נסיעה גערעדט פֿאַרן ניו-יאָרקער זשורנאַליסטישן עולם וואָס שרײַבט אויף רוסיש. מיט אַ צײַט צוריק בין איך געווען אין שוועדן און האָב גערעדט דאָרטן מיט אַ היגן זשורנאַליסט, וואָס באַשעפֿטיקט זיך מיטן גורל פֿון די ציגײַנער אין הײַנטיקער אייראָפּע. האָט ער מיר געזאָגט, אַז דאָס וואָרט אַליין "ציגײַנער" האַלט מען הײַנט שיִער ניט ווי פֿאַר אַ באַליידיקונג. נוצן מוז מען "ראָמאַ" — אַזוי איז עס איצט אָנגענומען געוואָרן. גלייב איך ניט, אַז אין ייִדיש האָט זיך "ראָמאַ" שוין פֿעסט אײַנגעוואָרצלט, דערפֿאַר דערקלער איך עס דאָ. איך בין ניט באַקאַנט מיט אַנאַטאָלי מוטשניק, וואָס איז אַ תּושבֿ פֿון דער באַרימטער אוקראיִנישער שטאָט פּאָלטאַווע. אָבער זײַן מאַנקאָליע זעט אויס זייער מאָדנע — איך וואָלט מורא געהאַט צו פֿירן געשעפֿטן מיט אַזאַ מענטש. שטעלט זיך פֿאָר: פּאַן מוטשניק האָט אַ מאה דיפּלאָמען, וואָס האָט אים באַזאָרגט מיט אַן אָרט אינעם גינעס-בוך פֿון רעקאָרדן. קיין געלערנטער איז ער, אייגנטלעך, ניט. צוריק גערעדט, קיין געלערנטער יאָגט זיך ניט נאָך צענדליקער דיפּלאָמען. די אינטערנעץ איז אַ מעכטיקער פֿאָרום, בתוכם — צי בפֿרט — אין אַזאַ לאַנד ווי רוסלאַנד, וווּ די פּרעסע און טעלעוויזיע זײַנען מערסטנטייל לאָיאַל דער רעגירונג. אָבער דער YouTube איז אָפֿן פֿאַר אַלעמען. האָט אַ פּאָליציאַנט פֿון דרום-רוסלאַנד, אַלעקסיי דימאָווסקי, פֿאַרשריבן זײַנע אָפֿענע ווענדונגען צום פּרעמיער-מיניסטער וולאַדימיר פּוטין. ער רעדט וועגן קאָרופּציע, וואָס איז אַ קאָלאָסאַלע פּראָבלעם אין לאַנד בכלל און צווישן די פּאָליציאַנטן בפֿרט. דער אָפֿיציר טענהט, אַז דאָס געהאַלט אַליין פֿון די פּאָליציאַנטן (אַרום פֿיר-פֿינף הונדערט דאָלאַר אַ חודש) שטופּט זיי אונטער צו נעמען כאַבאַר. מײַנע אייניקלעך האָבן אַן אוקראַיִנישע ניאַניע. בײַ זיך, אין מערבֿ-אוקראַיִנע, האָט זי געאַרבעט ווי אַ לערערין פֿון רוסיש, כאָטש זי רעדט די שפּראַך מיט אַ היפּשן אַקצענט און שטעלט אַרײַן ניט ווייניק אוקראַיִנישע ווערטער. איך קען אוקראַיִניש גאַנץ גוט, אָבער אייניקע אירע ווערטער דערקען איך דווקא דורך ייִדיש. למשל, ווען זי זאָגט "נאַדאָלוזשיטי", ווייס איך, אַז דאָס מיינט דאָס זעלבע ווי דער ייִדישער ווערב "נאַדאָלוזשען" — "אָניאָגן", "דערגרייכן דאָס זעלבע מיט אַ צײַט שפּעטער". אינעם ערשטן דריטל פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט איז דײַטשלאַנד געוואָרן אַן אינטערנאַציאָנאַלער צענטער פֿון ייִדישן לעבן און קולטור. דורך דײַטשלאַנד זײַנען געליגן די וועגן פֿון ייִדישער עמיגראַציע פֿון מיזרח קיין מערבֿ; דאָ האָבן זיך געפֿונען וויכטיקע געזעלשאַפֿטלעכע און קולטורעלע אינסטיטוציעס, און די דײַטשישע שפּראַך האָט געדינט ווי די אינטערנאַציאָנאַלע "ייִדישע" שפּראַך, אַזוי ווי ענגליש הײַנט. אין דער לעצטער צײַט האָט דײַטשלאַנד ווידער פֿאַרנומען דאָס חשובֿע אָרט אויף דער ייִדישער מאַפּע, ניט נאָר אַ דאַנק דער נײַער אימיגראַציע פֿון דעם געוועזענעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, נאָר אויך ווי אַ נײַער צענטער פֿון ייִדישע פֿאָרשונגען. דעם 23סטן אויגוסט 1915 האָט די רוסישע סאָציאַליסטישע צײַטשריפֿט "סאָציִאַל-דעמאָקראַט" פֿאַרעפֿנטלעכט וולאַדימיר לענינס אַרטיקל "וועגן דעם לאָזונג פֿון אַ פֿאַראייניקטע שטאַטן פֿון אייראָפּע". לענין האָט געטענהט, אַז דעם דאָזיקן רעאַקציאָנערן געדאַנק האָט מען געדאַרפֿט אָפּוואַרפֿן כּל-זמן קאַפּיטאַליזם האָט ניט אויפֿגעהערט צו הערשן אין אייראָפּע. אָבער אַפֿילו סטראַטעגיש האָט ער פֿאַר סאָציאַליסטן ניט געזען קיין זין אין אַזאַ פֿאַראייניקונג, מחמת דער ציל האָט דאָך געמוזט בלײַבן אַן אַנדערער — אַ פֿאַראייניקטע שטאַטן פֿון דער גאָרער וועלט. מער פֿון אַ יאָר איז אַדורך זינט דער אויגוסט-מלחמה צווישן גרוזיע און רוסלאַנד, אַזוי אַז די וווּנדן זײַנען נאָך פֿריש פֿון ביידע זײַטן. און די באַשולדיקונגען אויך. ווער איז שולדיק? ווער האָט דעמאָלט אָנגעהויבן דעם מיליטערישן קאָנפֿליקט? ווי אַזוי האָט זיך עס אַנטוויקלט? אויף אָט די און אַנדערע פֿראַגעס פּרוּווט ענטפֿערן דער 1,100־זײַטיקער באַריכט, וועלכן עס האָט צוגעגרייט אַ קאָמיסיע פֿון דער אייראָפּעיִשער פֿאַראייניקונג. דער פֿאַרגאַנגענער סעפּטעמבער-חודש איז געווען ממש אָנגעזעטיקט מיט געשעענישן אין אינטערנאַציאָנאַלן פּאָליטישן לעבן. ס׳איז גענוג זיך דערמאָנען וועגן דער גענעראַל-אַסאַמבלעע פֿון די פֿאַראייניקטע נאַציעס, מיט צענדליקער פּרעזידענטן, פּרעמיער-מיניסטאָרן און מלכים קאָנצענטרירט אין איין אָרט, און די פּיטסבורגער צונויפֿקומעניש פֿון די פֿירער, וואָס האָבן פֿאָרגעשטעלט די צוואַנציק פֿירנדיקע מדינות. דער עקאָנאָמישער קריזיס האָט בולט — און ווייטיקדיק — געוויזן, ווי ענג זײַנען אַלע פֿאַרבונדן. פֿאַראַיאָרן, אין נאָוועמבער, קורץ נאָך די פּרעזידענט־וואַלן אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, האָב איך פֿאַרבראַכט עטלעכע טעג אין פּאַריז. אויף די גאַסן פֿון דער שטאָט האָט זיך ממש געוואָרפֿן אין די אויגן די צאָל פּאָרטרעטן פֿון באַראַק אָבאַמאַ — ער האָט פֿון אַלע זײַטן געקוקט אויף די פּאַריזער אײַנוווינער און, אַזעלכע ווי איך, פֿאַרבײַפֿאָרער. אין מײַן פֿאָטאָ־אַפּאַראַט האָט זיך פֿון יענע טעג אָפּגעהיט אַ בילד, וואָס איך האָב געמאַכט שוין אויפֿן צפֿון-וואָקזאַל, Gare du Nord, פֿון וואַנען אַ באַן האָט מיך אַריבערגעפֿירט קיין לאָנדאָן. איך שרײַב עס נאָך דעם דורכקוקן, מיט אַ פֿאַרשפּעטיקונג פֿון עטלעכע טעג, אַ דאָקומענטאַלן פֿילם, וואָס די רוסישע טעלעוויזיע האָט געוויזן דעם 31סטן אויגוסט. דער פֿילם הייסט "צי האָט סטאַלין געקענט אָפּשטעלן היטלערן?" דער ציל פֿון אָט דעם "ווערק", ווי אויך פֿון אַ סך פּובליקאַציעס אין רוסישע צײַטונגען, איז אַ קלאָרער, דהײַנו: ריינצוּוואַשן סטאַלינען און, בכלל, דעם סאָוועטישן רעזשים; צו ווײַזן, אַז סטאַלין האָט, נעבעך, פּשוט קיין ברירה ניט געהאַט ווי זיך צונויפֿרעדן מיט היטלערן. ער האָט באַשלאָסן עס צו טאָן, מחמת ענגלאַנד, פֿראַנקרײַך און פּוילן האָבן יאָר-אײַן יאָר-אויס געשפּילט אַ מיאוסע שפּיל פֿון פּרוּוון אָנרייצן דײַטשלאַנד קעגן דעם סאָוועטן-פֿאַרבאַנד. |