- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
עס איז גוט באַקאַנט, אַז די רוסישע ייִדן האָבן זיך שטאַרק געהאַלטן בײַ זייער גלויבן. פֿונדעסטוועגן, האָבן זיי זיך צומאָל געשמדט, ווער אונטער דעם דרוק פֿון רדיפֿות און גזירות, ווער צוליב קאַריערע, און ווער צוליב ליבע. אייניקע פֿון זיי האָבן דערגרייכט די סאַמע הויכע פֿענצטער פֿון דער רוסישער אַריסטאָקראַטיע און ביוראָקראַטיע. ניט זעלטן האָבן זיי געוואָלט העלפֿן זייערע אַמאָליקע ייִדישע ברידער און אַפֿילו געהאַלטן זיך אַליין פֿאַר ייִדן. אין אויגוסט איז מיר אויסגעקומען צו פֿאַרברענגען אַ פּאָר וואָכן אין בערלין. כ'בין געקומען אַהין נאָך אַ פֿינף-יאָריקן איבעררײַס, און איך מוז זאָגן, אַז די שטאָט איז מיר נאָך מער געפֿעלן געוואָרן. ס'איז אַ ריזיקער כּרך, וווּ עס בלײַבט אַ היפּש ביסל פּראָווינציעלער רויִקייט, מע ווערט ניט דאָרטן אַזוי אויסגעמאַטערט ווי, אַ שטייגער, אין ניו-יאָרק, מאָסקווע צי לאָנדאָן. דערצו האָב איך ליב צו לייענען דײַטשישע צײַטונגען — מע פֿילט זייער אָפֿט אַ הויכן ניוואָ פֿון זשורנאַליזם און אַ דרך-ארץ פֿאַרן אינטעלעקטועלן ניוואָ פֿונעם לייענער. די וואָס האָבן געהאַט די זכיה צו זײַן אין דעם פֿלעמישן טייל פֿון בעלגיע און באַזוכן אַנטווערפּען, געדענקען אַוודאי די געגנט, לעבן דער צענטראַלער אײַזנבאַן-סטאַנציע, וווּ עס האָבן זיך איינס צום אַנדערן צוגעטוליעט קרעמלעך מיט סחורה מער אָדער ווייניקער די זעלבע — בריליאַנטן. כ׳געדענק, אַז איך האָב געקוקט אויף דעם און ניט געקענט פֿאַרשטיין, אויף וועמען די אַלע געשעפֿטן זײַנען אויסגערעכנט געוואָרן. אָבער איך בין ניט קיין מבֿין אויף אַזעלכע זאַכן. איך האָב זיך עפּעס פֿאַרפּלאָנטערט מיט דער עקאָנאָמיע: מע קען ניט געפֿינען קיין קלאָרע דערקלערונג פֿון דעם קריזיס, וואָס האָט — ניט אויף קאַטאָוועס — אַרומגעכאַפּט אַמעריקע און די גאַנצע וועלט. נאָך מער, מע שרײַבט, אַז עס זײַנען דאָ "פֿאַרשיידענע" מיינונגען וועגן די סיבות פֿון אָט די קרעדיט-אויסשעפּענישן און בענק-פּלאַצענישן. ס'איז שווער צו זאָגן, ווי אַזוי די גרוזינישע באַפֿעלקערונג באַציט זיך איצט צו דער סאַאַקאַשווילי-רעגירונג, נאָר לעצטנס האָט מען גענומען הערן אַנדערע מיינונגען, פֿון דער אָפּאָזיציע, וועלכע האָט אַ נדר געטאָן צו שווײַגן בעת דער הייסער פֿאַזע פֿונעם קאָנפֿליקט מיט רוסלאַנד. ס'איז קלאָר, אַז גאָר ניט אַלע קלײַבן נחת פֿון די פֿירער, וועלכע האָבן פֿאַרפֿירט דאָס לאַנד אין אַזאַ טעמפּן ווינקל. אָבער קיין פּרטים פֿון דער שטימונג אין דער גרוזינישער געזעלשאַפֿט זײַנען דערווײַל ניט באַוווּסט. אַ קאָמפּליצירטן מאָמענט לעבט הײַנט איבער די וועלט בכלל און די פֿאַראייניקטע שטאַטן בפֿרט. די עקאָנאָמיע אַנטוויקלט זיך גאָר ניט אַזוי, ווי עס וואָלט זיך געוואָלט. באַזונדערס שטורעמט אין דעם פֿינאַנציעלן סעקטאָר, וואָס שטעלט אַ שטעמפּל אויף אַלע איבעריקע געביטן. ס'איז דאָך גאָר אַ שלעכטער סימן, אויב די אַמעריקאַנער רעגירונג מישט זיך אַרײַן און הייבט אָן ראַטעווען, דורך אַ פֿאַקטישער נאַציאָנאַליזאַציע, ריזיקע פֿינאַנציעלע אונטערנעמונגען. און דאָס טוט דווקא די רעגירונג, וואָס באַרימט זיך מיט איר פֿילאָסאָפֿיע פֿון מינימיזירן די מלוכישע ראָלע אין וויכטיקע עקאָנאָמישע ענינים. גרוזינישע ווײַנען פֿאַרקויפֿט מען ניט, בדרך-כּלל, אין געוויינטלעכע מערבֿדיקע געשעפֿטן. אין ניו-יאָרק, לאָנדאָן, תּל-אָבֿיבֿ צי בערלין קען מען עס זייער גרינג קריגן אין די רוסישע קראָמען. האָב איך ניט לאַנג צוריק טאַקע געקויפֿט אַ פֿלעשל "קינזמאַראַולי" — איך האָב זיך דערמאָנט, אַז מיט אַזאַ ווײַן האָט מען זיך פּאָסמאַקעוועט אויף אונדזער חתונה, וואָס איז געווען אין מאָסקווע מיט אַריבער דרײַ יאָרצענדליק צוריק. אָבער איצט, נאָך אַ לאַנגן איבעררײַס, איז געווען מאָדנע צו טרינקען דעם דאָזיקן ווײַן. עס האָט אַ טעם, וואָס איז זייער ספּעציפֿיש צי אַפֿילו אויסטערליש און איז אויסגערעכנט אויף די יחידי-סגולה וואָס האָבן עס ליב. ס'איז אַן אַלטע מעשׂה, צוגעטראַכט, אַ פּנים, דורך די מאַרקסיסטן, אַז דער פּראָסטער, אָרעמער המון רעאַגירט שאַרפֿער אויף די אַנטפּלעקונגען פֿון סאָציאַלן אומיושר. אמת, די זעלבע מאַרקסיסטן פֿלעגן שאַפֿן קרײַזלעך — גרופּקעס האָרעפּאַשניקעס בראָש מיט אַן אינטעליגענטן סאָציאַליסט, וועמעס פֿונקציע איז געווען צו דערקלערן דעם אומיושר. די דאָזיקע אינטעליגענטנע מענער און פֿרויען זײַנען אָפֿט מאָל געווען פֿון פֿאַרמעגלעכע צי אַפֿילו רײַכע משפּחות און האָבן געפֿילט דעם אומיושר מער טעאָרעטיש איידער פּראַקטיש. אַ סך פּאָליטיקער און סתּם בשׂר-ודמס, בפֿרט אין אייראָפּע, האָבן גרינגער אָפּגעעטעמט נאָך דעם אַנומלטיקן באַשלוס פֿונעם טערקישן קאָנסטיטוציע-געריכט ניט צו פֿאַרבאָטן די פּאַרטיי פֿון "יושר און אַנטוויקלונג", וואָס איז זינט 2002 דער רעגירנדיקער פּאָליטישער כּוח אין לאַנד. אָבער די טערקישע געזעלשאַפֿט בלײַבט צעטיילט צווישן דעם טראַדיציאָנעל-מוסולמענישן עולם און די וועלטלעכע, אייראָפּעיִזירטע לײַט, דער עיקר שטאָטישע, וועלכע האָבן מורא, אַז די רעליגיע שפּילט אַלץ אַ גרעסערע ראָלע אין לאַנד, וווּ די קאָנסטיטוציע פֿאַרטיידיקט די סעקולערע ווערטן. מיט פֿינף חדשים צוריק, דעם 17סטן פֿעברואַר, האָט קאָסאָוואָ איינזײַטיק — דאָס הייסט אָן אַ הסכּמה מצד סערביע — פּראָקלאַמירט, אַז עס האַלט זיך פֿאַר אַן אומאָפּהענגיק לאַנד. אַזאַ באַשלוס איז אונטערהאַלטן (און אַפֿילו סטימולירט) געוואָרן דורך די פֿאַראייניקטע שטאַטן, דײַטשלאַנד, גרויס-בריטאַניע און אַ צאָל אַנדערע מדינות. עד-היום האָבן אַריבער פֿערציק לענדער אָנערקענט דעם דאָזיקן אַקט. אין דער דאָזיקער צאָל גייען אַרײַן 20 פֿון די 27 מיטגלידער פֿון דער אייראָפּעיִשער פֿאַראייניקונג. ניט לאַנג צוריק האָב איך גערעדט מיט אַ באַיאָרנטן פּראָפֿעסאָר פֿון פֿראַנקרײַך, וואָס איז געבוירן געוואָרן אין בעסאַראַביע און האָט ניט פֿאַרגעסן זײַן מאַמע-לשון. פּלוצעם האָט ער אַ זאָג געטאָן אויף רוסיש: Если враг не сдается – его уничтожают! ("אויב דער שׂונא קאַפּיטולירט ניט —פֿאַרניכטעט מען אים!") און ער האָט דערקלערט, אַז דער דאָזיקער סאָוועטישער לאָזונג האָט זיך אין זײַן זכּרון אײַנגעקריצט, ווײַל די דאָזיקע ווערטער זײַנען געשטאַנען געשריבן אין אַ סך ערטער פֿון זײַן היים-שטעטל, ווען אַהין איז אַרײַן די רויטע אַרמיי בײַם אָנהייב פֿון דער צווייטער וועלט-מלחמה. רומעניע שאַפֿט ניט ווייניק קאָפּווייטיקן פֿאַר אַנדערע לענדער. למשל, דורך שאַפֿן אַ מעגלעכקייט פֿאַר בירגער פֿון אַנדערע לענדער צו באַקומען רומענישע פּעסער. צוליב דעם מוזן די אויסלענדער צי זייערע עלטערן (צי אַפֿילו די עלטערן פֿון זייערע עלטערן) שטאַמען פֿון רומעניע. די בעלנים צו האָבן אַ רומענישן פּאַס דאַרפֿן אויך קענען רומעניש. אויף אַזאַ אופֿן מעגן ווערן רומענישע בירגער הונדערטער טויזנטער מאָלדאָוואַנער, אוקראַיִנער (בפֿרט פֿון בוקאָווינע), ווי אויך ישׂראלים וכ׳. |