- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
ווי אַזוי איז די רעליגיעזקייט פֿון אַמעריקאַנער ייִדן פֿאַרבונדן מיט זייער וועלטלעכער הצלחה, דאָס הייסט מיט זייערע דערגרייכונגען אין געשעפֿט, אַרבעט וכ׳? אַזאַ פֿראַגע האָבן פֿאַר זיך געשטעלט האַריעט און משה האַרטמאַן, און אין דעם מאַרץ-העפֿט פֿון Journal of the Scientific Study of Religion קען מען זיך באַקענען מיט די רעזולטאַטן פֿון זייער פֿאָרשונג. דעם רוישטאָף פֿאַרן אַרטיקל האָבן זיי גענומען פֿון דעם פּרטימדיקן אויספֿרעג, וואָס מע האָט אין די יאָרן 2000 און 2001 דורכגעפֿירט צווישן די אַמעריקאַנער ייִדן. די האַרטמאַנס האָבן אויסגעקליבן נאָר אַזעלכע רעספּאָנדענטן, וועלכע זײַנען געווען דערוואַקסענע מענטשן, 25—64 יאָר אַלט, געבוירן געוואָרן בײַ ייִדישע עלטערן, אויפֿגעהאָדעוועט ווי ייִדן און זיך געהאַלטן פֿאַר ייִדן. בסך-הכּל, האָבן זיי געפֿונען נייטיקע דאַטעס פֿאַר אַרום אַ טויזנט מאַנצבילן און אַ טויזנט פֿרויען. מיט 55 יאָר צוריק, דעם 25סטן פֿעברואַר 1956, האָט ניקיטאַ כרושטשאָוו איבערגעראַשט די דעלעגאַטן פֿונעם 20סטן פּאַרטיי-צוזאַמענפֿאָר מיט אַ רעדע, וועלכע האָט אַנטפּלעקט אייניקע פֿאַרברעכנס פֿון סטאַלינס רעזשים. אין עטלעכע וואָכן אַרום איז דער טעקסט פֿון דער "געהיימער" רעדע געוואָרן אַ סוד אויף גאַנץ בראָד, לכל-הפּחות, אין אויסלאַנד. אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד וועט מען אים פֿאַרעפֿנטלעכן נאָר אין 32 יאָר אַרום, כאָטש מיטגלידער פֿון דער קאָמוניסטישער פּאַרטיי האָבן געהאַט אַ מעגלעכקייט צו הערן עס בעת "פֿאַרמאַכטע" פֿאַרזאַמלונגען. צווישן די קרבנות פֿון סטאַלינס גזלנישע מעשׂים האָט כרושטשאָוו ניט אָנגערופֿן די ליקווידאַציע פֿון ייִדישע אינסטיטוציעס און דאָס אויסהרגענען פֿון די ייִדישע קולטור-טוער. מיר ווייסן ניט פּינקטלעך, פֿאַר וואָס ער האָט עס פֿאַרשוויגן. מע קען עס פֿאַרטײַטשן ווי אַ סימן, אַז די סאָוועטישע רעגירונג האָט ניט געוואָלט ווידער אויפֿשטעלן אַזעלכע אינסטיטוציעס. מיט אַזאַ כּוונה איז בעסער געווען צו מאַכן בכלל אַ שווײַג מכּוח די ייִדישע ענינים. און דאָך, אין גאַנצן פֿאַרשווײַגן עס האָט זיך ניט אײַנגעגעבן. אַ געוויסע ראָלע האָט דעמאָלט געשפּילט אין דעם דער "פֿאָרווערטס", בפֿרט דער זשורנאַליסט לעאָן קרישטאָל. די צײַטן פֿון דער גרויסער עליה, בפֿרט פֿון דעם געוועזענעם סאָוועטן-פֿאַרבאַנד, איז שוין אַן ענין פֿאַר היסטאָריקער און סאָציאָלאָגן. הײַנט קומען אויך טויזנטער לײַט פֿון יענע מקומות, בערך 7.5 טויזנט זײַנען אָנגעקומען אין דעם פֿאַרגאַנגענעם יאָר, אָבער פֿון דער צוטריטלעכער אינפֿאָרמאַציע איז גאָר ניט קלאָר, אויף וויפֿל זיי קענען בכלל זײַן באַשריבן מיטן טערמין "עולים". איינער אַזאַ "עולה" האָט דעם זומער פֿאַרבראַכט אַ וואָך בײַ אונדז אין ענגלאַנד. זייער אַ וווילער יאַט, אַ קינד פֿון אַן אַלטן חבֿר מײַנעם. ער איז אַוועק פֿון אוקראַיִנע מיט אַ פּאָר יאָר צוריק, נאָכן פֿאַרענדיקן אַן אוניווערסיטעט, און האָט זיך באַזעצט אין ישׂראל. אַ פֿעיִקער פּראָגראַמיסט, האָט ער זיך זייער גוט אײַנגעאָרדנט. אָבער מיט ישׂראל האָט דער יונגערמאַן, אין תּוך אַרײַן, זייער ווייניק קאָנטאַקטן. ער איז, פֿאַקטיש, ניט קיין ייִד — נאָר איין זיידע זײַנער, מײַן חבֿרס פֿאָטער, איז געווען אַ ייִדישער. קיין העברעיִש קען ער נאָך אַלץ כּמעט ניט, ווײַל די אַרבעט ווערט געפֿירט אין גאַנצן אויף ענגליש, בשותּפֿות מיט אַן אַמעריקאַנער פֿירמע, און נאָך דער אַרבעט דרייט ער זיך צווישן רוסיש-רעדנדיקע פֿרײַנד. דאָס דאָרף קאַטין אין דער סמאָלענסקער געגנט פֿון רוסלאַנד האָט געגעבן דעם נאָמען איינעם פֿון די פֿאַרברעכנס פֿונעם סטאַליניסטישן רעזשים — די פּלאַנמעסיקע הריגה פֿון אַריבער צוואַנציק טויזנט פּוילישע אָפֿיצירן. די דאָזיקע מיליטערלײַט זײַנען אַרײַנגעפֿאַלן אין געפֿענקעניש אין סעפּטעמבער 1939, נאָך דער סאָוועטישער אינוואַזיע אויף פּוילן, אָרקעסטרירט לויטן מאָלאָטאָוו-ריבענטראָפּ-פּאַקט. דער ציל פֿון דער מאַסן-הריגה, אין פֿרילינג-זומער 1940, איז געווען צו ליקווידירן דעם טראַכטנדיקן שיכט פֿון דער פּוילישער באַפֿעלקערונג; דאָס הייסט, די מענטשן, וועלכע וואָלטן ניט מסכּים געווען צו דינען געטרײַ די קאָמוניסטן. טערקן זעט מען אין דײַטשלאַנד אומעטום. מיט אַ וואָך צוריק האָב איך פֿאַרבראַכט דרײַ טעג אין בערלין, וווּ צווישן די 3.5 מיליאָן הויפּט־שטאָטישע תּושבֿים וווינען נאָענט צו 120 טויזנט טערקן (וואָס פֿאַלט, אַגבֿ, מער אָדער ווייניק צונויף מיט דער צאָל ייִדן, וועלכע זײַנען געקומען פֿון דעם געוועזענעם סאָוועטן-פֿאַרבאַנד און האָבן זיך באַזעצט אין בערלין). די טערקן אַרבעטן אין פֿאַרשיידענע אַנשטאַלטן און געשעפֿטן; אָבער די טענה צו זיי בלײַבט תּמיד די זעלבע, דהײַנו: זיי אינטעגרירן זיך שוואַך אין דעם דײַטשישן הויפּט־שטראָם. דאָס טערקישע זײַטל אין דער דײַטשישער דעמאָגראַפֿישער געשיכטע האָט זיך אָנגעהויבן מיט 49 יאָר צוריק, ווען דײַטשלאַנד און טערקײַ האָבן דעם 30סטן אָקטאָבער 1961 אונטערגעשריבן אַן אָפּמאַך, וועלכער האָט דערלויבט צו רעקרוטירן טערקישע אַרבעטער פֿאַר דער גיך וואַקסנדיקער דײַטשישער עקאָנאָמיע. מאָדנע און, אַ פּנים, וויכטיקע פּראָצעסן קומען פֿאָר אין די באַציִונגען צווישן רוסלאַנד און ווײַסרוסלאַנד. ס׳איז גאָר ניט קלאָר, צי ווײַסרוסלאַנד איז בכּוח אויסצולעבן עקאָנאָמיש אָן דער שטיצע, וועלכע די מדינה באַקומט פֿון רוסלאַנד, דער עיקר — דורך נידעריקע פּרײַזן אויף נאַפֿט און גאַז. די דאָזיקע שטיצע האָט ווייניק צו טאָן מיט אַלטרויִזם. רוסלאַנד נייטיקט זיך אין דעם ווײַסרוסישן דרך פֿאַר זײַן עקספּאָרט פֿון נאַפֿט און גאַז אין אייראָפּע. ווײַסרוסלאַנד איז ניט ווייניקער, און אפֿשר אַפֿילו מער, וויכטיק פֿאַר רוסלאַנד ווי די "ברידערלעכע מדינה", וווּ מע רעדט די זעלבע שפּראַך און וווּ, בכלל, די גאַנצע קולטור איז זייער ענלעך אויף דער רוסישער. די זומערדיקע שׂרפֿה אין יאָר 1972 האָט זיך מיר גוט פֿאַרגעדענקט. איך האָב דעמאָלט אַ חודש צײַט פֿאַרבראַכט אין לענינגראַד (די שטאָט האָט נאָך, פֿאַרשטייט זיך, געטראָגן דעם סאָוועטישן נאָמען), געוווינט מיט עטלעכע אַנדערע סטודענטן אין אַ בוידעם-שטיבל אין סאַמע צענטער, וווּ אַפֿילו בײַ נאַכט איז געווען ווי אין אַ שוויצבאָד. פֿון לופֿטקילערס איז ניט געווען וואָס צו רעדן. אין גערעדטן רוסיש פֿון יענער צײַט האָט מען אַפֿילו ניט גענוצט קיין ווערטער, וועלכע באַשרײַבן די קילער־סיסטעמען. אין האַרבסט 1941 האָבן די דײַטשן געשאַפֿן אַ שול פֿאַר עס־עס-מערדער, וועלכע מע האָט רעקרוטירט צווישן געפֿאַנגענע סאָוועטישע זעלנער. די שול, Ubungslager SS, האָט זיך געפֿונען אויף דער טעריטאָריע פֿון אַ צוקער-זאַוואָד, אין טראַווניקי, וואָס געפֿינט זיך ניט ווײַט פֿון דער פּוילישער שטאָט לובלין. די דאָזיקע שול האָט צוגעגרייט עטלעכע טויזנט לײַט (מע האָט זיי אָפֿט מאָל גערופֿן "טראַווניקיס"), וואָס האָבן דערנאָך געטרײַ געדינט די דײַטשן, בפֿרט ווי שומרים אין קאָנצענטראַציע-לאַגערס. איינער פֿון די "טראַווניקיס", איוואַן דעמיאַניוק, ווערט איצט געמישפּט אין מינכן. זשורנאַליסטן טענהן שוין לאַנג וועגן דעם שרעקלעכן זומפּ, אין וועלכן עס געפֿינט זיך די גאַנצע מיליטערישע אָפּעראַציע אין אַפֿגאַניסטאַן. ניט געקוקט אויף אַלע באַמיִונגען און די טויזנטער מיליטער־לײַט, געשיקט אַהין צוליב אַ נעפּלדיק פֿאָרמולירטן ציל, ווערט דער מצבֿ נאָר ערגער און ווײַזט ניט קיין סימנים פֿון פֿאַרבעסערן זיך. אָבער די אַמעריקאַנער, בריטישע און אייניקע אַנדערע מלוכישע פֿירער פֿאַלן בײַ זיך ניט אַראָפּ (אָדער מאַכן אַן אָנשטעל, אַז אַלץ איז גוט) און האַלטן אין איין רעדן וועגן "איבערגעבן" אַלץ אין די הענט פֿון דער אַפֿגאַנישער אַרמיי, כאָטש מע זעט ניט, ווי אַזוי די דאָזיקע אַרמיי קען קאָנטראָלירן דאָס לאַנד. ס׳איז דאָך גוט באַוווּסט, אַז מחוץ דער הויפּטשטאָט, קאַבול, האָט די רעגירונג פֿון פּרעזידענט קאַרזײַ זייער אַ קליינע השפּעה. דעם 28סטן יוני 1940, מיט 70 יאָר צוריק, האָט רומעניע געמוזט זיך צעשיידן מיט בעסאַראַביע און בוקאָווינע. בעסאַראַביע איז געוואָרן אַ טייל פֿון דער רוסישער אימפּעריע נאָך דער טערקיש-רוסישער מלחמה אין 1806—1812, אָבער נאָך דער ערשטער וועלט-מלחמה און דער רעוואָלוציע אין רוסלאַנד האָט דעם שטח איבערגענומען רומעניע. אידעאָלאָגיש, האָט מען דעמאָלט געטענהט, אַז די מאָלדאָוואַנער און די רומענער האָבן מיט זיך פֿאָרגעשטעלט איין פֿאָלק. איך האָב שוין אין משך פֿון צוויי חדשים ניט געהאַלטן אין די הענט קיין "לעבעדיקן" נומער פֿון "ניו-יאָרק טײַמס" צי פֿון אַן אַנדער אַמעריקאַנער צײַטונג. אָבער דורך אינטערנעץ קען איך, פֿון דער אַנדערער זײַט פֿון אַטלאַנטיק, אַרײַנקוקן אין דעם אינהאַלט פֿון דער ניו-יאָרקער פּרעסע. אפֿשר דאַכט זיך עס מיר פֿון דער ווײַטנס, אָבער בײַ מיר האָט זיך דערווײַל געשאַפֿן אַ מיינונג, אַז אין ענגלאַנד האָט מען זיך אַפֿילו מער ווי אין אַמעריקע פֿאַראינטערעסירט מיט דעם מנין לײַט, וועלכע ווערן באַשולדיקט אין שפּיאָנירן (אָדער, לכל-הפּחות, זײַן גרייט צו שפּיאָנירן) לטובֿת רוסלאַנד. דעם באַגריף פֿון "בלוטיקן זונטיק" אַסאָציִיִרט מען מיט עטלעכע טרויעריקע געשעענישן, וואָס זײַנען פֿאָרגעקומען אין פֿאַרשיידענע תּקופֿות און פֿאַרשיידענע לענדער. אין רוסלאַנד איז עס, פֿאַרשטייט זיך, דער זונטיק דעם 9טן (אָדער דעם 22סטן, לויטן מאָדערנעם קאַלענדאַר) יאַנואַר 1905, ווען די צאַרישע אַרמיי האָט געשאָסן אין אַ פֿרידלעכער דעמאָנסטראַציע. אין בריטישן און אירלענדישן היסטאָרישן זכּרון איז עס גאָר אַן אַנדער טאָג — דער 30סטער יאַנואַר 1972, ווען בריטישע זעלנער פֿון אַ פּאַראַשוטיסטן-רעגימענט האָבן גענומען שיסן אין אירלענדיש-קאַטוילישע דעמאָנסטראַנטן. |