- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
די לייענער פֿון אונדזער צײַטונג האָבן געוויס נישט געהערט וועגן דער ייִדישער אָרגאַניזאַציע, וואָס טראָגט דעם קלינגעוודיקן נאָמען "וועלט־קאָנגרעס פֿון דעם רוסיש־רעדנדיקן ייִדנטום". ס‘איז אַוודאי נישט קיין נײַעס, אַז די ייִדן פֿונעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד און איצט אימיגראַנטן אין פֿאַרשיידענע לענדער, באַצייכנט מען אומעטום ווי "רוסישע". ס‘רובֿ פֿון די "רוסישע" פֿאַרדריסט עס: "סטײַטש, דאָרטן האָט מען אונדז געקרוינט ווי ׳זשידעס׳, און איצט, נאָכן פֿאַרלאָזן דעם ׳גן־עדן׳, זײַנען מיר געוואָרן — רוסישע." אַז מען רעדט, דעררעדט מען זיך; אַז מען שיסט — דערשיסט מען זיך. צי איז שוין די 60־יאָריקע, די דערוואַקסענע מדינת־ישׂראל, געקומען צו דער דאָזיקער איבערצײַגונג, און צי איז זי שוין גרייט צו באַצאָלן פֿאַר איר דעם ווייטיקלעכן, אָבער אומפֿאַרמײַדלעכן פֿאַרלאַנגטן פּרײַז? די גרויסע בשׂורה וועגן דער דערעפֿענונג, אָדער "באַנײַונג", פֿון די שלום־געשפּרעכן מיט סיריע בײַ דער טערקישער פֿאַרמיטלונג, וואָס דער פּרעמיער אהוד אָלמערט האָט פֿאָרגעשטעלט ווי אַ היסטאָרישע ווענדונג אין דעם ישׂראל־אַראַבישן קאָנפֿליקט — איז אויפֿגענומען געוואָרן אין לאַנד מיט אַ פּלאָנטער פֿון געפֿילן. צווייטער טייל — לעמבעריק רופֿט די שטאָט ווי איר ווילט — אויף פּויליש — לוואָוו, אויף דײַטש — לעמבערג, אויף אוקראַיִניש — לוויוו, אָדער אויף ייִדיש — לעמבעריק — בלײַבט זי די זעלבע גאַליצישע שטאָט, וועלכע האָט געשפּילט אַזאַ וויכטיקע ראָלע אין דער ייִדישער קולטור־געשיכטע. אַ דאַנק דער הילף פֿון יוסף זיסעלס, אַ טשערנאָוויץ־געבוירענער, וועלכע וווינט הײַנט אין קיִעוו און איז דער פֿאָרזיצער פֿונעם "ייִדישן אייראָ־אַזאַיאַטישן קאָנגרעס", די רוסישע ליטעראַטור שטאָלצירט מיט איר מיטפֿילעוודיקייט צו אַלע "דערנידעריקטע און באַליידיקטע", ווי עס שטייט אינעם טיטל פֿון דאָסטאָיעווסקיס אַ ראָמאַן. אָבער איינצײַטיק פֿאַרמאָגן די סאַמע באַרימטע רוסישע שרײַבער געוויסע סטערעאָטיפּן, בפֿרט ווען עס גייט אַ רייד וועגן אַנדערע נאָציאָנאַליטעטן. די פּאָליאַקן ווערן אָפֿטמאָל אויסגעמאָלט גדלותדיק און בגידהדיק, די דײַטשן זײַנען פֿלײַסיק, אָבער טעמפּ אויפֿן שׁכל. דער סאַמע פֿרעמדער און געפֿערלעכער סטערעאָטיפּ איז דער ייִדישער, וועלכער ווערט אַנאַליזירט אין דעם נײַעם בוך פֿון יעלענאַ קאַץ וועגן דרײַ רוסישע קלאַסיקער: ניקאָלײַ גאָגאָל, פֿיאָדאָר דאָסטאָיעווסקי און איוואַן טורגעניעוו. אַ פֿאָרשער, וואָס באַשעפֿטיקט זיך מיט פֿראַגן פֿון מיזרח-אייראָפּעיִשער ייִדישער געשיכטע אין 20סטן יאָרהונדערט, "שטויסט זיך אָן" געוויינטלעך אויף דעם נאָמען פֿון דובֿ-בער סלוצקי. בײַ מיר זײַנען אויך געווען ניט ווייניק "באַגעגענישן" מיט סלוצקין — בײַם פֿאָרשן אי די פֿאַר-סאָוועטישע תּקופֿה אי די געשעענישן נאָך דער רעוואָלוציע אין 1917. למשל, ווען איך האָב געגרייט די מאַטעריאַלן פֿאַר אַן אַרטיקל מכּוח דעם ייִדישן דעמאָגראַף, עקאָנאָמיסט און זשורנאַליסט יעקבֿ לעשצינסקי, האָב איך זיך דערוווּסט, אַז סלוצקי האָט בשעתּו אַראָפּגעפֿירט לעשצינסקין פֿון דעם "גלײַכן וועגן", פֿונעם גאַנג פֿונעם עלטערן דור. דער אייבערשטער האָט געהייסן משה רבינו אין מידבר-סיני איבערצוציילן די ייִדן. דער חומש "במדבר", וועלכן מיר הייבן אָן לייענען די וואָך, איז פֿול מיט חשבונות, און ווערט אָנגערופֿן "ספֿר הפּקודים" — "דער ספֿר פֿון חשבונות". אין דער ענגלישער און אַנדערע ניט-ייִדישע איבערזעצונגען הייסט ער אויך "צאָלן" ("Numbers"). אויב די הײַנטיקע פּרשה האָט צו טאָן מיט חשבונות, פֿאַרוואָס הייבט זי זיך אָן מיטן וואָרט "מידבר"? אין די אַנדערע ערטער אינעם חומש ווערט געוויינטלעך נישט דערקלערט בפֿירוש, |