Video Banner
‫פֿון רעדאַקציע

דער נײַער, 44סטער אַמעריקאַנער פּרעזידענט, באַראַק כוסיין אָבאַמאַ, איז אײַנגעשוווירן געוואָרן דעם 20סטן יאַנואַר אין וואַשינגטאָן.

ס’האָבן אויף דעם טאָג אַרויסגעקוקט די אַמעריקאַנער און די גאַנצע וועלט, בתוכם די שׂונאים. אין זײַן געשטאַלט זוכט יעדער צו געפֿינען עפּעס, וואָס האָט אַ שײַכות צו אים פּערזענלעך: די קריסטן, ווײַל ער איז אַ קריסט פֿון זײַן מאַמעס צד; די מוסולמענער, ווײַל זײַן טאַטע איז געווען אַ מוסולמענער; די ייִדן — ווײַל ער איז דווקא נישט קיין ייִד; די שוואַרצע און ווײַסע — ווײַל ער איז אַ געמיש פֿון זײַן ווײַסער מאַמע און שוואַרצן טאַטן.


קונסט
מאַרק שאַגאַל: "לוי", ירושלימער פֿענצטער, 1962

לעבן דעם "קאָלומבוס־קרײַז" אין מאַנהעטן האָט זיך מיט עטלעכע יאָר צוריק שטילערהייט געעפֿנט אַ קליינער מוזיי — "דער מוזיי פֿאַר ביבלישער קונסט" — מיטן שליחות אַרויסצוהייבן די פֿאַרשיידענע פֿאַרבינדונגען צווישן קונסט, רעליגיע און דער ביבל — וואָס פֿאַר די גרינדער, נעמט אַרײַן סײַ דעם ייִדישן תּנ״ך, סײַ דעם קריסטלעכן "נײַעם טעסטאַמענט". לויט זייער פּירסום ווילן זיי "פֿאַרבינדן די באַקאַנטע רעליגיעזע אימאַזשן מיט זייערע געשיכטעס, נישט נאָר קוקן אויף דער קונסט עסטעטיש, נאָר אויך באַטראַכטן זי דורך די פּערספּעקטיוון פֿון מינהג, לעבן־שטייגער, קולטורעלן קאָנטעקסט, פֿונקציע און דעם באַטײַט פֿונעם ווערק, ווען עס איז געשאַפֿן געוואָרן.


ייִדיש־וועלט, קהילה־לעבן, געשיכטע
גרשון זאַלצמאַן (לינקס), דער פֿירער פֿונעם סקי״ף־קעמפּ, אין 1928. מאיר ראַק שטייט לינקס פֿונעם אַרײַנגאַנג, אָן אַ העמד

"אויפֿמערקזאַם! אויפֿמערקזאַם!"

מיט דעם וואָרט פֿלעג זיך אָנהייבן יעדע מעלדונג, וואָס האָט זיך געטראָגן פֿונעם הילכער אינעם זומער־לאַגער "קעמפּ המשך". אין אייראָפּע האָבן די ייִדיש־רעדער מסתּמא גיכער געניצט דאָס וואָרט "אַכטונג!", אָבער ס׳איז פֿאַרשטענדלעך פֿאַר וואָס אין "המשך" האָט מען דאָס וואָרט אויסגעמיטן. בײַ די גרינדער פֿון קעמפּ, וואָס אַלע האָבן איבערגעלעבט דעם חורבן, האָט "אַכטונג!" אפֿשר צו פֿיל דערמאָנט אין די באַפֿעלן פֿון די נאַצי־וועכטער.


ייִדיש־וועלט, ליטעראַטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

באָריס סאַנדלער,
"רויטע שיכעלעך פֿאַר רייטשעל".
ניו־יאָרק׃"פֿאָרווערטס־אויסגאַבע", 2008.


זינט איר סאַמע אָנהייב איז די ייִדישע ליטעראַטור אַלוועלטלעך אין איר מהות. הגם דאָס רובֿ ייִדישע שרײַבער שטאַמען פֿון מיזרח־אייראָפּע, זאַפּן זיי אין משך פֿון זייער שעפֿערישן לעבן אַרײַּן ביז גאָר פֿאַרשידענע קולטורעלע השפּעות. דער זכר פֿון דער אַלטער היים קומט אין באַריר מיט נײַע אײַנדרוקן און דערפֿאַרונגען;


ליטעראַטור
פֿון בערל מיזנבערג (‫אַמעריקע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אַ נײַער נאָמען: בערל מינזבערג

בערל מינזבערג איז געבוירן געוואָרן אין קיִעוו אין 1969; נאָך זײַענדיק אַ סטודענט פֿונעם שטאָטישן פּאָליטעכנישן אינסטיטוט, האָט ער זיך באַטייליקט אין דעם ייִדישן אַנסאַמבל "ניגונים". שפּעטער האָט ער אָנגעפֿירט מיט אַ ייִדישן כאָר און געווען אַ חזן אין דער קיִעווער שיל.

אין אַמעריקע איז בערל פֿון יאָר 1993. זיך געלערנט דאָ חזנות אינעם ישיבֿה־אוניווערסיטעט, און פֿינאַנצן — אינעם פּעיס־אוניווערסיטעט. וווינט אין ברוקלין, ניו־יאָרק.


פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

ווי עס ווערט דערציילט אין דער פֿאָריקער פּרשה, האָט פּרעה זיך אָפּגעזאָגט אויסצופֿירן משהס און אַהרנס בקשה צו לאָזן די ייִדן ברענגען קרבנות אינעם מדבר: "ווער איז אײַער ג-ט, אַז איך זאָל זיך צוהערן צו זײַן קול?".

ווי מיר האָבן עס באַהאַנדלט אינעם פֿריִערדיקן פּרשה־אַרטיקל, ווערט אין דער פֿאָריקער סדרה, "שמות", דערקלערט די סיבה, פֿאַרוואָס האָט דער באַשעפֿער אַ סך פֿאַרשיידענע נעמען.