Video Banner
‫פֿון רעדאַקציע

דער עקאָנאָמישער און פֿינאַנציעלער קריזיס, וואָס האָט זיך פֿאַרשפּרייט איבער דער גאָרער וועלט, צווינגט די רעגירונגען זיך אַרומצוקוקן און זיך צופּאַסן צו די אומשטענדן פֿון דער קאָמפּליצירטער צײַט. צו מאַכן הײַנט געהעריקע אויספֿירן פֿון דעם דורכגעגאַנגענעם וועג און צו געפֿינען אַ ריכטיקן באַשלוס פֿאַרן ווײַטערדיקן, איז אפֿשר דאָס וויכטיקסטע אין דער הײַנטיקער סיטואַציע.


ייִדיש־וועלט, ליטעראַטור, קונסט
לאָלאַ, 1914: "שלום־עליכם בײַ זיך אין דער היים"

קיין אַנדערער ייִדישער שרײַבער האָט נישט איבערגעלאָזט אַזאַ השפּעה אויף דער אַלגעמיינער פּאָפּולער קולטור, ווי עס טראָגט אין זײַנע ווערק, שלום־עליכם. און וואָס איז דען דער חידוש: צי איז נישט געווען דער גאַנצער געדאַנק פֿון ניצן אַזאַ פּען־נאָמען, כּדי צו באַצייכענען דעם מחברס ציל פֿון ווערן אַ פּשוטער ייִד, נישט אַנדערש פֿון אַלע פֿאָלקס־טיפּן, וואָס ער האָט באַשריבן מיט זײַן פּען?


ייִדיש־וועלט, טעאַטער
"דאָס גרויסע געווינס" אין עדן־טעאַטער, סעקאָנד־עוועניו, ניו־יאָרק, 1960ער יאָרן. פֿון רעכטס: מרים קרעסין, סטאַן פּאָרטער, דוד אַפּאַטאָשו, ברוס אַדלער, דינה ציפּקין.

* נח פּרילוצקי (1882 — 1941) איז געווען אַן אַדוואָקאַט, ייִדיש־פֿאָרשער, פֿאָלקלאָריסט, לינגוויסט, קריטיקער, זשורנאַליסט און פּאָליטישער פֿירער פֿון די פּוילישע ייִדן צווישן די צוויי וועלט־מלחמות.

שלום־עליכם האָט זיך זײַנע באַליבטע ליטעראַרישע פֿאָרמען. לייענט די בריוועלעך פֿון מנחם־מענדלען און שיינע־שיינדל, מיט די מאָנאָלאָגן פֿון טבֿיה דעם מילכיקן, פֿון יענטע דער קוראָלאַפּניטשקע, פֿון דעם כּתרילעווקער בעל־עגלה, פֿון ייִד מיטן מאָגן — און אײַך מוז זיך וואַרפֿן אין די אויגן דאָס באַזונדערע אַרטיסטישע פֿאַרגעניגן, וואָס פֿילט זיך אין יעדער שורה פֿון די דאָזיקע שאַפֿונגען.


ייִדיש־וועלט, ליטעראַטור
שלום־עליכם און י. ד. בערקאָוויטש אין וויסבאַדען, זומער 1913

ווי אַזוי דער גרויסער ייִדישער שרײַבער שלום־עליכם האָט זיך אויפֿגעפֿירט אין זײַן היים. — געשילדערט פֿון זײַן איידעם, דעם באַוווּסטן שרײַבער י. ד. בערקאָוויטש.

"מײַן רעפּובליק" — אַזוי פֿלעגט שלום־עליכם רופֿן זײַן אייגענע היים. ער האָט דערמיט געוואָלט באַצייכענען אי דעם ליבעראַלן "רעפּובליקאַנישן" רעזשים, וואָס הערשט אין זײַן הויזגעזינד און גיט די מעגלעכקייט יעדן איינציקן מיטגליד צו באַוועגן זיך פֿרײַ, לויט זײַנע אײַנגעבוירענע אייגנשאַפֿטן און נייגונגען,


פּאָליטיק
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די אויפֿסנײַ־געוויילטע כּנסת — די 18טע לויט דער ריי — איז דערעפֿנט געוואָרן הײַנטיקע וואָך מיט 31 נײַע דעפּוטאַטן — אַ פֿערטל פֿון איר פּלענום, און מיט 21 פֿרויען — אַ פֿינפֿטל פֿון אים; די גרעסטע צאָל פֿרויען אין דער געשיכטע פֿון דער כּנסת. דאַקעגן צו דער רעגירונג, וועלכע דאַרף איצט אויפֿקומען, איז בראָש פֿון איר נאָמינירט געוואָרן דורך דעם מדינה־פּרעזידענט דער אָנפֿירער פֿון "ליכּוד", בנימין נתניהו. נישט ווײַל ער רעפּרעזענטירט, ווי עס איז געוויינלעך אָנגענומען אין דער פּאַרלאַמענטאַרישער פּראַקטיק,


פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

מיט צוויי וואָכן צוריק, אין דער פּרשה "יתרו", ווערט דערציילט, ווי די ייִדן האָבן מקבל געווען די תּורה אויפֿן באַרג סיני. דאָס גאַנצע פֿאָלק האָט באַקומען אויף אַ דירעקטן אופֿן די ערשטע צוויי געבאָט — צו גלייבן אין ג־ט, וואָס ער האָט זיי אויסגעלייזט פֿון דער מיצרישער שקלאַפֿערײַ, און נישט צו דינען די פֿאַלשע געטער. די עשׂרת־הדברות, בפֿרט די דאָזיקע צוויי מיצוות, זענען די עיקר־פּרינציפּן, אויף וועלכע עס "שטייט" די גאַנצע תּורה.