Video Banner
‫פֿון רעדאַקציע

ווער זשע איז אין ישׂראל די "פֿינפֿטע קאָלאָנע"?

די פּרעסטיזשפֿולע יערלעכע קאָנפֿערענץ אין הרצליה האָט שוין אַרויסגעבראַכט פֿאַר דער געזעלשאַפֿט נישט ווייניק סענסאַציע־אַנטפּלעקונגען. צווישן זיי, האַלטן מיר, איז אויך דער אויפֿטריט פֿונעם באַקאַנטן געלערנטן דן שופֿטן (שופֿטאַן), אַ מומחה אין געביט פֿון ייִדן־פּאַלעסטינער באַציִונגען בײַם חיפֿהר אוניווערסיטעט.


פּאָליטיק
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דער צושטאַנד פֿון נישט-מלחמה — נישט שלום, אין וועלכן מדינת־ישׂראל געפֿינט זיך און אַנטוויקלט זיך זינט איר אויפֿקום, צווינגט זי צו לעבן צווישן דראָונגען און וואָרענונגען אין די "אָטעם-פּויזעס" צווישן איין מלחמה און דער אַנדערער. עס איז פֿאַר קיינעם קיין חידוש נישט: אַ מדינה פֿון עקסטרעמע קאָנטראַסטן — פֿון דרויסן און פֿון אינעווייניק.


קהילה־לעבן
רונית מילאָ מיט קובי ארד, אַ ישׂראלדיקער מוזיקער

וווּ קען מען הײַנט־צו־טאָג געפֿינען אַ שפּרודלדיקן, מוזיק־באַגלייטן קלוב, וווּ כּמעט אַ העלפֿט פֿון די פֿאַרזאַמלטע זענען פֿליסיקע ייִדיש־רעדער אונטער 30 יאָר?

"טשאָלנט", אַרויסגערעדט בײַ דער חבֿרה ווי TSHULnt, טרעפֿט זיך יעדן דאָנערשטיק אויפֿדערנאַכט, פֿון 10:00 ביז בערך 2:30 פֿאַרטאָג, אויפֿן דריטן גאָרן פֿון דער "מילינערי־שיל" — אַן אַלטער בנין אין דער אַמאָליקער קליידונג־געגנט, אין מאַנהעטן. דער צימער איז אַ ביסל אָפּגעלאָזן, אין פֿאַרגלײַך מיט די אַנדערע לאָקאַלן אין מאַנהעטן, אָבער פֿון דער אַנדערער זײַט — צאָלט מען דאָ נישט קיין אַרײַנטריט־געלט.


פּאָליטיק
פֿון אַבאַ גפֿן (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
אַ מאַניפֿעסטאַציע אין תּל־אָבֿיבֿ, וווּ מע האָט גערופֿן צו באַפֿרײַען די דרײַ געפֿאַנגענע צה״ל־סאָלדאַטן

דרײַ ישׂראל־סאָלדאַטן געפֿינען זיך אין די הענט פֿון טעראָריסטן. גלעד שליט — בײַ "כאַמאַס", אלדד רגבֿ און אהוד גאָלדוואַסער — בײַ "כעזבאָלאַ". דערצו, ווייסט קיינער נישט, וווּ עס געפֿינט זיך דער פּילאָט רוֹן אַרד, וועלכער איז פֿאַרשוווּנדן געוואָרן דעם 16טן אָקטאָבער, 1986.


ייִדיש־וועלט
פֿון גענאַדי עסטרײַך (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

"אַז איר וועט קוקן וועט איר זען, אַז אַלע הײַנטיקע ייִדישע צײַטונגען און זשורנאַלן, וועכנטלעכע און מאָנאַטלעכע, פֿאַרמאָגן אַ 'שפּאַנענדע מעשׂה אין פֿאָרזעצונגען’. אין צוגאָב וועט איר הײַנט טרעפֿן אַ ריזיקע צאָל ביכלעך פֿון פֿיקטיווע געשעענישן אויף אַלע שפּראַכן — העברעיִש, ייִדיש, ענגליש א.אַ.וו. די 'מאַסעס’ [מעשׂיות] האָבן נישט קיין הענט און קיין פֿיס, נישט געשטויגן נישט געפֿלויגן, הייבט זיך ניט אָן און לאָזט זיך נישט אויס. אָבער דאָס איז נישט דער עיקר פּראָבלעם. דער פּראָבלעם איז אַז עס קוקט ניטאַמאָל אויס אמת! דאָס נישט-געשטויגנקייט שפּריצט אײַך אין די אויגן ווי פֿון אַ פֿײַער-פּאָמפּ."


תּורה־געדאַנק
פֿון ה. מאַניעווסקי
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די ערשטע מצוה, וואָס דער אויבערשטער האָט אָנגעזאָגט די ייִדן ווערנדיק אַ פֿאָלק, איז די מצוה פֿון מקדש זײַן די חדשים, און די מצוה דערשײַנט אין אונדזער פּרשה אין דעם פּסוק (יב, ב): "החודש הזה לכם ראָש חדשים, ראשון הוא לכם לחדשי השנה" — אָט דער חודש, ניסן, איז דער "קאָפּ" פֿון די חדשים, ער איז דער ערשטער פֿון די חדשים פֿון יאָר. דערמיט האָט דער אויבערשטער אויפֿגעפֿאָדערט די ייִדן אײַנצוטיילן די חדשים און צו באַשטימען דעם ראָש־חודש פֿון יעדן מאָנאַט דורך עדות, וואָס האָבן געזען דעם מולד פֿון דער לבֿנה, וועלכע קומען צום בית־דין און זיי, דער בית־דין, באַשטימען און הייליקן דעם ראָש־חודש פֿון יעדן מאָנאַט.