Video Banner
‫פֿון רעדאַקציע

אין רוסלאַנד איז פֿאַרשפּרייט אַזאַ ווערטל: אַן אומגעבעטענער גאַסט איז ערגער פֿון אַ טאָטער. האָבן די טאָטערן זיך באַליידיקט און דערלאַנגט אַן אָנקלאָג אין דער "יו־ען". אין דער "יו־ען" האָט מען, ווי עס פֿירט זיך, לאַנג אַרומגערעדט די פּראָבלעם און באַשלאָסן, אַז זינט איצט זאָל דאָס ווערטל קלינגען אַזוי: אַן אומדערוואַרטער גאַסט איז בעסער פֿון אַ טאָטער.

אַנטקעגן וואָס האָבן מיר דערמאָנט דעם וויץ? טאַקע אַנטקעגן די אומפֿאַרבעטענע געסט; און נישט, חלילה, די טאָטערן.


פּובליציסטיק

אויף אַ שבתדיקער מאָלצײַט האָב איך לעצטנס געכאַפּט אַ שמועס מיט אַ פֿרומער פֿרוי, אַ מאַמע פֿון זעקס קינדערלעך, וועגן דעם ענין דערציִונג. זי האָט זיך געראַנגלט מיט דער פֿראַגע, אין וואָסער חרדישער ישיבֿה צו שיקן די קינדער, זיי זאָלן קריגן אַ פֿעסטן יסוד אין ייִדישקייט, אַרײַנגערעכנט די ייִדישע שפּראַך, אָבער גלײַכצײַטיק אויך קענען גיין אין קאָלעדזש און האָבן אַ פֿאַך, ווען זיי וואַקסן אויס. ס׳איז אײַנגעפֿירט בײַ די ישיבֿה־ייִדן, אַז די בחורים גייען נישט אָפֿט אין קאָלעדזש און זיי אַרבעטן אויך נישט, נאָר יאָרן לאַנג נאָך דער חתונה קוועטשן זיי די באַנק, זיצן און לערנען תּורה. זיכער, ברענגט דאָס גוואַלדיקע זכותים, די עלטערן און דער רבונו־של־עולם שעפּן פֿון דעם אַ סך נחת.


פּאָליטיק
דער נוקלעאַרער רעאַקטאָר אין דימונה

דער געדאַנק, אַז מדינת־ישׂראל דאַרף זיך באַזאָרגן מיט אַטאָמישע מעגלעכקייטן איז געבוירן געוואָרן מיט דער אַנטשטייונג פֿון דער מדינה. הינטער דעם דאָזיקן אַמביציעזן פּראָיעקט זענען געשטאַנען דרײַ מענטשן: פּרעמיער־מיניסטער פֿון ישׂראל דוד בן־גוריון, זײַן געהילף שמעון פּערעס און דער וויסנשאַפֿטלעכער פּראָפֿעסאָר ערנסט־דוד בערגמאַן. דער ישׂראלדיקער רעאַקטאָר איז אויפֿגעבויט געוואָרן אין 1958, לויט די פֿראַנצויזישע קענטענישן, אויפֿן יסוד פֿון אַן אָפּמאַך מיט פֿראַנקרײַך פֿון יאָר 1957. פּרעזידענט שאַרל דע־גאָל האָט אין 1960 פּרובירט צו צעשטערן דעם אָפּמאַך, אָבער ישׂראל האָט שוין צו יענער צײַט באַקומען אַלע נויטווענדיקע מאַטעריאַלן און פֿאַרענדיקט דאָס אויפֿבויען דעם רעאַקטאָר.


טעאַטער
סטיווען קונקען און לין קאָלינס אין אַ סצענע פֿון דער פּיעסע

ווען די מחברטע אילת וואַלדמאַן האָט אָנגעשריבן אין אַן עסיי, אַז זי האָט מער ליב איר מאַן ווי אירע קינדער, האָט די ווײַטערדיקע דיסקוסיע און קאָנטראָווערסיע געהאָלפֿן צו פֿאַרשפּרייטן איר נאָמען אין דער הײַנטיקער ליטעראַרישער געזעלשאַפֿט. אַפֿשר ווי אַן ענטפֿער צו אירע קריטיקער האָט זי אָנגעשריבן אַ רירנדיקן ראָמאַן "Love and Other Impossible Pursuits" [ליבע און אַנדערע אוממעגלעכע שטרעבונגען] אין וועלכן די ייִדישע הויפּט־העלדין, עמיליע, פֿאַרלירט אַן עופֿעלע אַ וואָך נאָך דעם, ווי עס ווערט געבוירן. די טראַגישע אַבֿדה נעמט איבער איר לעבן און צעשטערט די באַציִונג צווישן איר און איר מאַן.


ליטעראַטור

(‫המשך פֿון פֿריִערדיקן נומער)

5

אין גיכן נאָך פֿירוניען האָט אָנגעקלונגען איליק פֿון דײַטשלאַנד: די שוועסטער האָט אים געזאָגט, אַז איר געפֿעלט נישט ווי די מאַמע רעדט. שׂרוניע האָט זיך אײַנגעהערט אינעם זונס קול, און זיך געפּרוּווט פֿאָרצושטעלן זײַן פּנים. זי האָט נישט געזען איליקן שוין איבער זעקס יאָר. דער מחותּן מיט זײַן הויזגעזינד האָבן וועגן פֿאָרן קיין ישׂראל נישט געוואָלט הערן — אָדער אין אַמעריקע, אָדער אין דײַטשלאַנד. אין אַמעריקע איז נישט געווען ווער עס זאָל זיי אַרויסרופֿן, האָבן די דײַטשן געקראָגן אויף זיי רחמנות.


תּורה־געדאַנק
פֿון ה. מאַניעווסקי
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין אונדזער פּרשה איז דאָ דער אָנזאָג פֿון דער תּורה וועגן די אַכט ספּעציעלע בגדים, וואָס דער כּהן־גדול האָט געדאַרפֿט טראָגן; און דערבײַ קומען צוויי וואָרענונגען: א) אַז ער טאָר נישט טאָן די עבֿודה אין בית־המקדש אָן די אַכט בגדים; ב) אַז ער טאָר נישט אַרײַנגיין אין "קודש" (אין משכּן אָדער אין בית־המקדש) אָן די דרײַ בגדים — "חושן", "אפֿוד", "מעיל". אין דעם "חושן" זײַנען געווען אײַנגערעמט צוועלף איידלשטיינער, אויף וועלכע עס זײַנען געווען אויסגעקריצט די נעמען פֿון די צוועלף שבֿטים: ראובֿן, שמעון, לוי, יהודה אאַ״וו, און דער "חושן" איז געהאָנגען אַנטקעגן האַרץ פֿונעם כּהן־גדול.