Video Banner
‫פֿון רעדאַקציע
פֿון

לעצטנס, איז פֿאַרעפֿטלעכט געוואָרן דער באַריכט פֿונעם אַמעריקאַנער מלוכה־דעפּאַרטאַמענט, וווּ רוסלאַנד ווערט באַשולדיקט אין ברעכן די מענטשנרעכט. ווי עס ווײַזן אָן די עקספּערטן, האָט זיך דער מצבֿ אין דעם געביט שטאַרק פֿאַרערגערט אין משך פֿונעם לעצטן יאָר...

ממש די וואָך איז אין מאָסקווע ווידער אומגעקומען אַ זשורנאַליסט פֿון דער ליבעראַלער צײַטונג "קאָמערסאַנט". זײַן נאָמען איז איוואַן סאַפֿראָנאָוו. ווי עס דערקלערט די פּאָליציי, איז סאַפֿראָנאָוו באַגאַנגען זעלבסטמאָרד — זיך אַראָפּגעוואָרפֿן פֿונעם פֿינפֿטן שטאָק.


פּאָליטיק

וועלכער ייִד קען דען נישט דעם פֿאָלקסטימלעכן אַנעקדאָט וועגן דעם רבֿ, וואָס האָט געגעבן גערעכט, לויט דער ריי, יעדן איינעם פֿון די צוויי צעקריגטע צדדים, און ווען זײַן שמשׂ האָט אים אויפמערקזאַם געמאַכט, אַז עס קען דאָך נישט זײַן, אַז ביידע זאָלן זײַן גערעכט — האָט דער רבֿ געענטפֿערט: אויך דו ביסט גערעכט...


פּובליציסטיק
פֿון מרדכי דוניץ (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
דער קאַנאַדער פֿילמאָגראַף שׂימחה יאַקובאָוויטש, אינעם קבֿר אין תּלפּיות, וווּ עס ליגן אפֿשר די ביינער פֿון ישו הנוצרי

דאָס בוך "דער קאָד פֿון דאַ ווינטשי", וואָס איז דערשינען מיט עטלעכע יאָר צוריק, וווּ עס ווערט געשילדערט דאָס לעבן פֿון ישו־הנוצרי און די ערשטע עטאַפּן פֿון קריסטנטום, איז איבערגעזעצט געוואָרן אין צענדליקער שפּראַכן (אויך אין עבֿרית) און איז געווען אַ בעסטסעלער אין דער גאָרער וועלט.

האָליוווּד האָט פּראָדוצירט אַ פֿילם באַזירט אויף דעם סצענאַר פֿון דעם דאָזיקן בוך, וואָס האָט אַרײַנגעבראַכט די פּראָדוצירער הונדערטער מיליאָנען.


ייִדיש־וועלט
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן
בעת דער אונטערנעמונג אין "לייוויק־הויז"

דעם 4טן מערץ, פּורים, איז אין אַ יום-טובֿדיקער שטימונג פֿאָרגעקומען די דערעפֿענונג פֿונעם נײַעם צוויי־שפּראַכיקן ייִדיש-עבֿרית דערציִונג־צענטער — "קינדערוועלט" — אינעם "לייוויק־הויז", תּל־אָבֿיבֿ. אַרום צוואַנציק קינדער צוזאַמען מיט זייערע עלטערן און עטלעכע זיידע-באָבעס זענען זיך צונויפֿגעקומען אין אַ נײַ-רעמאָנטירט אָרט, וווּ קליינע קינדער און יוגנטלעכע קאָנען זיך שפּילן, פֿאַרווײַלן און באַקומען אַ דערציִונג אין גײַסט פֿון דער ייִדישער שפּראַך און קולטור.


ליטעראַטור

(‫המשך פֿון פֿריִערדיקן נומער)

7

שׂרוניע איז שוין געלעגן אין בעט, צוגעדעקט מיט אַ וואַרעמער געשטעפּטער קאָלדרע, וואָס זי האָט געבראַכט פֿון "דאָרטן". און ווידער איז איר אויסגעקומען דעמאָלט, בײַם אײַנפּאַקעווען דעם באַגאַזש, אויסצוהערן פֿון איר הויזגעזינד שטעכיקע מבֿינות: "ווער דאַרף אין ישׂראל האָבן אַזאַ וואַרעמע זאַך?!" און אַז מע דאַרף נישט, האָט בײַ זיך געטראַכט שׂרוניע, קאָן מען דען אַזוי זיך וואַרפֿן מיט אַזאַ קאָלדרע? די קאָלדרע האָט דאָך אָפּגעהיט זייער ביידנס נאָענטשאַפֿט, שׂרוניעס און דודס; וויפֿל סודות האָט זי פֿאַרדעקט און אָפּגעהיט? וויפֿל שרעקן אויסבאַהאַלטן? און איצט טיילט שׂרוניע מיט דער אַלטער קאָלדרע איר עלנטקייט און אירע דערמאָנונגען.


תּורה־געדאַנק
פֿון ה. מאַניעווסקי
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין אונדזער פּרשה דערציילט די תּורה וועגן דעם ׳חטא העגל׳ — די זינד פֿון מאַכן און בוקן זיך צו אַ גאָלדענער קאַלב — וואָס אין דעם זײַנען די ייִדן געשטרויכלט געוואָרן נאָך דעם ווי זיי האָבן מקבל געווען די תּורה אויפֿן הר סיני. און אין דער זעלבער פּרשה דערשײַנט אויך דער דרך ווי צו מתקן זײַן דעם חטא — דער אָנזאָג, אַז ייִדן זאָלן געבן אַ ׳מחצית השקל׳ פֿאַר השי״ת.