- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
די געשעענישן אין צפֿון־אַפֿריקע און אין מיטעלן מיזרח וואָלט מען געקאָנט הײַנט אָפּשאַצן מיט איין וואָרט — עס ברענט! די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָט זיך אויסגעצייכנט נאָך דערמיט, וואָס אין דעם דאָזיקן פֿײַער האָבן זיך אַרײַנגעוואָרפֿן אויך די מערבֿדיקע מיליטערישע כּוחות. געשען איז עס נאָך דעם, ווי אינעם זיכערהייט־ראַט בײַ דער "יו־ען" איז אָנגענומען געוואָרן דער באַשלוס צו שטיצן די רעוואָלטירטע. אמת, נישט אַלע לענדער־מיטגלידער האָבן געזאָגט זייער קאַטעגאָרישן "יאָ", אָבער קיינער האָט אויך נישט געזאָגט — "ניין". רוסלאַנד איז בפֿירוש געווען צווישן די געציילטע לענדער, וואָס האָבן זיך אָפּגעהאַלטן, דאָס הייסט, נישט געזאָגט "יאָ" און נישט געזאָגט "ניין". אָבער אַפֿילו אַזאַ פּאַרעווער באַשלוס וועגן ליביע האָט אין רוסלאַנד גופֿא אַרויסגערופֿן סתּירות, און קודם־כּל, צווישן די צוויי ערשטע קעפּ — דעם פּרעזידענט דמיטרי מעדוועדיעוו און פּרעמיער־מיניסטער וולאַדימיר פּוטין. מה רעש? אין יעדן דעמאָקראַטישן לאַנד קאָן דער פּרעזידענט האָבן איין מיינונג און זײַן רעגירונג — אַ היפּוכדיקע מיינונג. אָבער נישט אין רוסלאַנד! פּורים האָט זיך אָנגעהויבן דאָס יאָר שבת־צו־נאַכטס אין דער היים, אין בראָנקס, וווּ מײַן מאַמע און איך האָבן צוזאַמען געלייענט די מגילה אויף ייִדיש לויט יהואשס איבערזעצונג — נישט אומזיסט זאָגט מען "אַ לאַנגע מגילה"! מיר האָבן זיך דערמאָנט אין די מדרשים וואָס מײַן טאַטע פֿלעג צוגעבן בײַם דערציילן די מגילה; פּרטים וואָס געפֿינען זיך נישט אין דער מגילה בכּתבֿ, נאָר אין דער "מגילה בעל־פּה". טייל מדרשים, ווי למשל, אַז אסתּר המלכּה איז געווען אַ גרינע, האָט מאַנגער אַרײַנגענומען אין זײַן שאַפֿונג. מיט מײַן טאָכטער אסתּרל בין איך געפֿאָרן צו דער יערלעכער פּורים־שׂימחה פֿון דער גרופּע "ייִדן פֿאַר ראַסן־ און עקאָנאָמישן יושר". אין די פֿריִערדיקע יאָרן האָט מען די שׂימחה אָפּגעהאַלטן בשותּפֿות מיטן "אַרבעטער־רינג" אינעם "אַרבעטער־רינג"־בנין אויף דער 33סטער גאַס אין מאַנהעטן. דעם בנין, וואָס איז אויך געווען דער לאַנג־יאָריקער אַדרעס פֿונעם "פֿאָרווערטס", האָט מען פֿאַרקויפֿט סוף 2010, האָט מען געדאַרפֿט געפֿינען אַן אַנדער לאָקאַל — אַ קאַטוילישער קלויסטער, "סאַנקט צעציליע", אין דער פּוילישער געגנט פֿון ברוקלין, גרינפּוינט. אַ גוטער לערער ווייסט, אַז ס׳איז תּמיד מער עפֿעקטיוו זיך צו לערנען פֿון לעבעדיקע געשעענישן, איידער פֿון אַ בוך. סאָניע פֿינקעל, אַן אַמעריקאַנער ייִדישע לערערין, פֿאַרשטייט דאָס איצט זייער גוט, נאָך דעם ווי זי האָט מיט צוויי וואָכן צוריק איבערגעלעבט די שרעקלעכע ערד־ציטערניש אין יאַפּאַן. סאָניע, וואָס איז געבוירן געוואָרן אינעם געוועזענעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד און דערצויגן אין ברוקלין, איז געפֿאָרן קיין טאָקיאָ אָנהייב־מאַרץ ווי אַ פּריוואַטע לערערין פֿון דרײַ קינדער־אַקטיאָרן, 9, 10 און 12 יאָר אַלט, אין אַן אַמעריקאַנער טעאַטער־טרופּע. דער פּלאַן פֿון דער טרופּע איז געווען צו שפּילן צוויי וואָכן לאַנג אינעם אָנגעזעענעם "טאָקיאָ אינטערנאַציאָנאַלן טעאַטער", און דערנאָך האָט סאָניע געהאָפֿט אַליין צו מאַכן אַ טור איבערן לאַנד. בעת אַן עקסקלוסיוון אינטערוויו מיטן "פֿאָרווערטס", האָט סאָניע דערקלערט, אַז פֿונעם ערשטן טאָג האָבן די יאַפּאַנער געמאַכט אַ געוואַלדיקן רושם אויף איר. "נישט געקוקט אויף דער גרויסער צאָל אויטאָס און מענטשן אויף די גאַסן, איז געווען ריין, רויִק, קיינער האָט נישט געטראָמבעט מיטן אויטאָ־האָרן; כ׳האָב זיך געפֿילט אַזוי ווי אויף אַן אַנדער וועלט," האָט זי באַמערקט.
Samuel Heilman and Menachem Friedman.
אין אַ שיינער מעשׂה "אַ שקלאָווער לבֿנה אויף אַרבאַט" דערציילט דער סאָוועטישער ייִדישער שרײַבער שמואל גאָדינער די לעבנס־געשיכטע פֿון אַן עלטערן ליובאַוויטשער חסיד, וואָס פֿאַרקויפֿט פּאַפּיראָסן אויף דער מאָסקווער גאַס. דער חסיד דערמאָנט זײַן באַזוך בײַם רבין, וואָס איז אָקערשט אַרויסגעשיקט געוואָרן פֿון סאָוועטן־פֿאַרבאַנד קיין ריגע׃ "רבי, — זאָג איך צו אים, — מאָסקווע פֿאַרלאַנגט איר זאָלט דאָ בלײַבן, מיר זאָלן ניט זײַן אָפּגעשיידט פֿון אײַך. ענטפֿערט ער מיר׃ — זאָג מאָסקווע, אַז איך וויל זיי זאָלן זײַן מיט מיר. גשמיות איז בלאָטע און אין רוחניות איז ניט שײַך אָפּגעשיידט." די דאָזיקע דערציילונג איז אָנגעשריבן געוואָרן אין 1928, גלײַך נאָך דעם אַרעסט און עמיגראַציע פֿונעם זעקסטן ליובאַוויטשער רבי, ר׳ יוסף יצחק. דאָס איז געווען די צײַט, ווען אַ סאָוועטישער שרײַבער האָט נאָך געמעגט דערמאָנען אַזעלכע ענינים אין דרוק, און דערצו נאָך מיט אַן איראָנישן שמייכל. דעם רבינס ווערטער, "גשמיות איז בלאָטע און אין רוחניות איז ניט שײַך אָפּגעשיידט", פֿאַרסך־הכּלען די אידעע, וואָס וועט שפּעטער ווערן דער יסוד סײַ פֿון דער פֿילאָסאָפֿיע, סײַ פֿון דער פּראַקטישער טעטיקייט פֿון דער חב״ד־באַוועגונג. דאָס איז נישט געווען קיין פּורים־שפּיל, כאָטש עס האָט זיך אָפּגעשפּילט מער אָדער ווייניקער אין די טעג פֿון פּורים. דאָס איז געווען אַן אַכזריותדיקע שדים־שפּיל פֿון אַלע בייזע אונטערערדישע און איבערערדישע רוחות פֿון דער צעווילדעוועטער נאַטור — און אָן מאַסקעס. לויט אַלע סימנים האָט אונדזער דור, צוזאַמען מיט דעם דור פֿון אונדזערע קינדער און אייניקלעך, דעם טרויעריקן זכות צו לעבן אין אַן עפּאָכע פֿון גראַנדיעזע היסטאָרישע אויפֿטרייסלונגען. ווי דירעקט באַטייליקטע אין אָט דער דראַמע, אָדער ווי אירע אומבאַוווּסטזיניקע עדות אָדער קרבנות, און נישט האָבנדיק נאָך די גענוגנדיקע פּערספּעקטיוו פֿון צײַט, זענען מיר נישט מסוגל זי, ווי געהעריק, אָפּצושאַצן. נישט באַוויזן זיך אַרומצוזען נאָך דעם סאָציאַל־געזעלשאַפֿטלעכן שטורעם אין דער אַראַבישער וועלט, און גלײַך דערפֿילט די קלעפּ פֿון דער נאַטור־סטיכיע. די גלאָבאַליזאַציע האָט זיך אויסגעשפּרייט אויך אויף דער נאַטור. איצט שטייט די וועלט אַ צעטומלטע קעגנאיבער די ניט דערוואַרטע עווענטועלע נאָכפֿאָלגן פֿון דעם פֿאָרגעקומענעם אוניווערסאַלן צונאַמי. אין די לעצטע צוויי פּרשיות האָבן מיר באַטראַכט, ווי אַזוי דער אינדיווידועלער דרך פֿון אַ יחיד קומט אין "רעזאָנאַנס" מיט דעם ג־טלעכן רוף פֿון הימל. בעצם, זענען צווישן די דאָזיקע צוויי מינים גײַסטיקע אימפּולסן נישטאָ קיין סתּירה. למשל, ווען אַ פּאָעט אָדער אַ קינסטלער האָט אַ גרויסן טאַלאַנט, זאָגט מען, אַז ער האָט אַ ג־טס גאָב. דאָס הייסט, אַז די גרעסטע אָריגינעלקייט און אייגנאַרט פֿון עמעצנס קונסט ווערט אויפֿגענומען ווי אַ הימלישע אַנטפּלעקונג. די זעלבע זאַך איז אויך אמת, ווען סע גייט אַ רייד וועגן דבֿרי־תּורה. צום בײַשפּיל, ווערן רבי נחמן בראַצלעווערס "סיפּורי־מעשׂיות" אָנערקענט ווי אַ מוסטער פֿון אָריגינעלער ליטעראַרישער מײַססערשאַפֿט, און סײַ ווי די טיפֿסטע סודות־התּורה, וואָס קומען פֿון די העכסטע רוחניותדיקע וועלטן. די שעפֿערישע אָריגינעלקייט קלינגט ווי אַן אויסדרוק פֿון דער מענטשלעכער אינדיווידועלער אומאָפּהענגיקייט; די נבֿואה איז, פּונקט פֿאַרקערט, אַ רעזולטאַט פֿון אַ טיפֿן ביטול־היש, ווען אַ מענטש זאָגט זיך אָפּ פֿון זײַן "איך" און פֿאָלגט דאָס ג־טלעכע קול. און פֿאָרט, זעען מיר אָפֿט, אַז ס׳איז ממש איין זאַך. |