- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
אין אונדזער פֿאָריקן לייט־אַרטיקל האָבן מיר דערמאָנט די טרויעריקע דאַטעס פֿון ייִדישן אומקום אינעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד, וווּ מיט 70 יאָר צוריק, אין די ערשטע חדשים פֿון דער דײַטשישער אינוואַזיע 1941, האָבן זיך אָנגעהויבן מאַסן־הריגות. צווישן די גרעסטע און הײַנט באַקאַנטסטע, קאָן מען אָנרופֿן די טראַגעדיע אין "באַבי־יאַר". וואָס שייך דער באַציִונג צו דעם הייליקן אָרט מצד דער מאַכט, וואָלט מען געקאָנט די 70 יאָר צעטיילן אויף צוויי תּקופֿות: די סאָוועטישע 50 יאָר, ביז 1991 און די אוקראַיִנישע — די לעצטע 20 יאָר. קיין גרויסע ענדערונגען אין דעם זין איז נישט צו באַמערקן, צוליב איין אַלגעמיינער טענדענץ: עס ווערט פֿאַרשוויגן די ייִדישע מערהייט, ווײַל אין באַבי־יאַר זײַנען "אומגעקומען נישט נאָר ייִדן"... ווי עס זאָל נישט זײַן, איז דעם 3טן אָקטאָבער פֿאָרגעקומען אין קיִעוו די טרויער־אַקאַדעמיע, געווידמעט דער דאַטע, אין וועלכער עס האָט זיך באַטייליקט אַ בכּבֿודיקע דעלעגאַציע פֿון ישׂראל, בראָש מיטן אויסערן־מיניסטער אַבֿיגדור ליבערמאַן. פֿון דער אוקראַיִנישער זײַט האָט דאָס לאַנד פֿאָרגעשטעלט דער פּרעזידענט פֿון אוקראַיִנע וויקטאָר יאַנוקאָוויטש. בלומען־קרענץ. רעדעס. אַ רעקוויעם־קאָנצערט אין דער נאַציאָנאַלער אָפּערע; דערנאָך — טרעפֿונגען, פֿאַרהאַנדלונגען אויף פֿאַרשידענע, לעבנס־וויכטיקע טעמעס — פּענסיע פֿאַר די איצטיקע ישׂראל־בירגער און געוועזענע בירגער פֿון אוקראַיִנע; בשותּפֿותדיקע פּראָיעקטן אין אינדוסטריע, עקאָנאָמיע, רעליגיע, מעדיצין וכּדומה. מיט איין וואָרט, ווי עס פֿירט זיך צווישן די רעגירונגען פֿון צוויי פֿרידלעכע לענדער. עס זעט אויס, אַז די צײַט איז געקומען צו שאַפֿן מוזיקאַלישע ווערק פֿאַר אונדזערע ייִדישע פֿרויען־פּאָעטן. סײַ די ברוקלינער פֿידלערין דבֿורה שטראַוס, סײַ דער רוסיש־ייִדישער זינגער פּסוי קאָראָלענקאָ זענען אין גאַנג פֿון פּראָיעקטן צו שאַפֿן מוזיק צו די ווערטער פֿון דער פּאָעטעסע קאַדיאַ מאָלאָדאָווסקי. בײַ דער זומער־פּראָגראַם "ייִדיש־זומער־ווײַמאַר" האָט דער מוזיקער אַלען בערן געשפּילט זײַנע נײַע קאָמפּאָזיציעס צו די לידער פֿון רחל קאָרן, רחל פֿישמאַן, רבֿקה באַסמאַן בן־חיים און שׂרה רייזען. די האָלענדישע זינגערין לוסעט וואַן־דען בערג האָט זיי לעצטנס רעקאָרדירט אויף איר קאָמפּאַקטל "יתומים." אינעם קאָמפּאַקטל "נאַכטיקע מוזיק" ״Nakhtike Muzik״ קען מען הערן אָריגינעלע מעלאָדיעס צו די טעקסטן פֿון דער דיכטערין רייזל זשיכלינסקי, געשאַפֿן פֿונעם דײַטשן קאָמפּאָזיטאָר דאַמיאַן מאַריאַ ראַב. די לידער ווערן פֿאָרגעשטעלט פֿון דער זינגערין סטעלאַ יורגענסאָן מיט דער גרופּע "מאַ פּיראָשקאַ", פֿון האַמבורג, דײַטשלאַנד. זשיכלינסקי איז שוין לאַנג אָנערקענט געוואָרן ווי איינע פֿון די בעסטע ייִדישע פּאָעטן אין אַמעריקע נאָכן חורבן, און ס׳איז אַוודאי אַ שאָד, וואָס מער מענטשן זענען נישט באַקאַנט מיט איר פּאָעזיע. אין די 1970ער און 1980ער יאָרן אין ניו־יאָרק, ביז זי האָט זיך באַזעצט אין קאַליפֿאָרניע לעבן איר זון, איז זי זעלטן געקומען אויף ייִדישע קולטור־אונטערנעמונגען און האָט זיך געהאַלטן אָפּגעזונדערט. צו זײַן אַ פּראָגרעסיווער ייִד אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן און נישט האָבן קיין אייגענע מיינונג מכּוח דעם, וואָס עס טוט זיך אין ישׂראל, איז אוממעגלעך. מע ראַנגלט זיך כּסדר מיט ישׂראל און מיט ציוניזם. אויף די קאַמפּוסן און אויף דער ייִדישער גאַס רעדט מען שטענדיק וועגן דעם. צי דאַרף מען אומבאַדינגט שטיצן ישׂראל, נישט געקוקט אויף דער פּאָליטיק, וואָס ס’ווערט געפֿירט דאָרטן? וואָס זאָל, למשל, טאָן אַ יונגער קריטיקער, ווען מע לייגט אים פֿאָר אַן אומזיסטע נסיעה אין דער ייִדישער מדינה אין די ראַמען פֿון דעם "תּגלית"־פּראָיעקט (אָדער "געבורטרעכט" אויף ענגליש)? ס’רובֿ מענטשן וואָלטן מסתּמא זיך געפֿרייט אויף דער מציאה און זיכער אויסגעניצט אַזאַ געלעגנהייט. שׂרה גלידען, אַ דרײַסיק־יעריקע אײַנוווינערין פֿון ברוקלין האָט זיך, פֿאַרשטייט זיך, אויך געפֿרייט. אָבער זי האָט באַשלאָסן ניט בלויז פֿאָרן, נאָר אויך אָנצושרײַבן אַ גאַנץ אויטאָביאָגראַפֿיש בוך וועגן דער איבערלעבונג. דאָס בוך, אונטער דעם טיטל "ווי צו פֿאַרשטיין ישׂראל אין 60 טעג אָדער ווייניקער" (How to understand ISRAEL in 60 days or less) געהערט צו דעם זשאַנער פֿון געמעל-ראָמאַן, וווּ דער גאַנצער סיפּור-המעשׂה ווערט באַגלייט מיט צייכענונגען. בעסער געזאָגט, דער טעקסט אַליין שפּילט די ראָלע פֿון דעם באַגלייטער פֿאַר די צייכענונגען. שׂרה גלידער דערציילט עס אַזוי: "מײַן צייכענונג-סטיל איז ניט רעאַליזם. די וואָס האָבן מיך אינספּירירט אויף דעם זענען, צום מערסטנס, די אייראָפּעיִשע (בפֿרט פֿראַנצויזישע) קאַריקאַטוריסטן; למשל, די טין-טין וויצבילדער פֿון דעם בעלגיער זשאָרזש רעמי (און מע באַמערקט גלײַך, אַז איר הויפּט-כאַראַקטער איז אַ מין ווײַבלעכע ווערסיע פֿון טין-טין — ע.מ.). אויב זיך נישט קאָנצענטרירן צו פֿיל אויף די גאָר קליינטשיקע פֿיזישע עלעמענטן, איז פֿאַרן לייענער זיך גרינגער צו אידענטיפֿיצירן מיט די כאַראַקטערן. איך האָב ניט געוואָלט, צום בײַשפּיל, אַז אַ מאַנצביל זאָל מיינען, אַז עס רעדט זיך וועגן אַ ראָמאַן פֿאַר פֿרויען צוליב דעם וואָס דער הויפּט-כאַראַקטער איז אַ פֿרוי." איך בין ערשט צוריקגעקומען פֿון דער פֿאָרשטעלונג וואָס מען שטעלט איצט אין "סיינט לוקס"־טעאַטער. עס געפֿינט זיך אויף דער 46סטער גאַס, נומ׳ 308 אין מאַנהעטן. דאָרט שפּילט מען אַ פּיעסע וועגן דער נאָענטער פֿרײַנדשאַפֿט צווישן דעם פּרעזידענט הערי ס. טרומאַן און זײַן נאָענטן חבֿר — עדי דזשייקאָבסאָן. די פֿאָרשטעלונג ווערט געשטעלט לכּבֿוד דער אַנטשטייונג פֿון מדינת־ישׂראל. מענטשן וואָס זײַנען אויפֿגעוואַקסן אין די פֿופֿציקער יאָרן האָבן געקענט אונדזער אַמאָליקן פּרעזידענט טרומאַן. עס ווײַזט זיך אַרויס אַז אין די הויכע קלאַסן איז ער דווקא נישט געגאַנגען, געווען אַ פּראָסט און פּשוטער בשׂר־ודם, אַ פּשוטער מענטש אָן פֿאָראורטיילן. ער האָט זיך אויסגעטויגט אין באַאַרבעטן די ערד און אַפֿילו געוואָרן אַ פֿאַרמער אין זײַן געבורט־שטעטל קענזעס־סיטי, מיזורי. ער האָט פּרובירט פֿאַרשיידענע מלאָכות, ביז ער האָט זיך אָנגעשטויסן אין עדין, דזשייקאָבסאָנען, הייסט עס (ריק גראָסמאַן). עדי איז אַ ייִד, אַ פֿאָלקסמענטש, אַ פּראָסט און פּשוטער פֿאָלקסמענטש וואָס אַזעלכע עדיס קען מען נאָך הײַנט געפֿינען צווישן דעם עלטערן דור. האָבן הערי (ריק היקס) און עדי געעפֿנט אַ קלייט — אַ כּל־בו פֿון אַלערליי זאַכן — צווישן זיי קליידונג, כּלים פֿאַר דער ווירטשאַפֿט און אַנדערע שמאָנצעס. ביידע אויסגעקומען גלענצנדיק. הערי איז געווען ווײַט פֿון זײַן אַן אַנטיסעמיט, כאָטש ער איז געווען אַ מענטש פֿון דער נאַטור וואָס האָט ליב געהאַט צו שעלטן. דער אָנגעזאָגטער דראָענדיקער סעפּטעמבער מיט זײַנע שוואַרצע נבֿואות האָט זיך הײַנטיקע וואָך — צווישן ראָש־השנה און יום־כּיפּור — פֿאַרענדיקט און... "עס איז גאָרנישט געשען", כאָטש פֿאָרגעקומען איז אין דעם חודש זייער אַ סך. דער זיכערהייטלעכער "צונאַמי", וועלכן דער אויסערן-מיניסטער אַבֿיגדור ליבערמאַן האָט "צוגעזאָגט" אויף די ימים־נוראָים, איז אַדורך בשלום, כאָטש דער שלום האָט זיך ווידער דערווײַטערט אויף אַ היפּשן מהלך. די פּאָליציי אין ישׂראל האָט מאָביליזירט איר גאַנצן פּאָטענציאַל (אַרום צוואַנציק טויזנט פּאָליציסטן) צו זײַן גרייט אויף יעדער עווענטואַליטעט, און אויף יעדן מעגלעכן פּרוּוו פֿון די אויפֿגערעגטע פּאַלעסטינער צו פֿאַרשטערן דעם ייִדישן אַרײַנטריט אין דעם נײַעם יאָר תּשע"ב. די ייִדן, יעדער איינער אויף זײַן שטייגער, האָבן פֿרידלעך און אָן דאגות געפּראַוועט דעם יום־טובֿ — ווער אין די שילן, ווער אויף די סעודות אין זייערע היימען, און ווער אין די פול־געפּאַקטע האָטעלן אויף דער נאַטור, פּיקניקס אין די גערטנער און וועלדלעך; און אַרום 200 טויזנט — אין פּענסיאָנאַטן, אויף די אויספֿלוגן אין אויסלאַנד. אויב עס האָט ווער פֿאַרשטערט די רו און די אידיליע פֿון די "פֿאָרכטיקע טעג", זײַנען דאָס געווען גראָד די ייִדישע גאָטפֿאָרכטיקע פֿאַנאַטיקער, וואָס האָבן פּרובירט אָנצינדן אַ נאַציאָנאַלע שׂרפֿה, פֿאַרברענענדיק אַ מעטשעט אין דעם בעדויִנישן דאָרף זאַגאַריִאַ, נישט ווײַט פֿון דער שטאָט צפֿת אין גליל. די מוסולמענישע הייליקע שריפֿטן און דער קאַרפּעט אויפֿן דיל זײַנען געוואָרן פֿאַרברענט, די ווענט אינעווייניק פֿאַרטשאַדעט און פֿון דרויסן באַשמירט מיט ראַסיסטישע לאָזונגען, מיט דער חתימה "תַּג מחיר", וואָס מיינט דער פּרײַז־עטיקעט פֿון דער נקמה. די כוליגאַנען האָבן עס באַשטימט פֿאַר יעדן פֿײַנטלעכן אַקט, נישט בלויז מצד די פּאַלעסטינער טעראָריסטן, נאָר אויך מצד די מאַכט־אָרגאַנען פֿון דער מדינה. צו די לעצטע פֿײַנטלעכע אַקטן אין דער לענגסטער תּקופֿה פֿון פֿאַרהעלטנישמעסיקער רו געהערן דער מאָרד פֿון דער משפּחה פֿאָגעל דעם 11טן מערץ 2011 אין דעם ייִשובֿ איתמר נעבן שכם, און דאָס אָפּרוימען, אויפֿן באַפֿעל פֿונעם העכסטן געריכט, דרײַ אויפֿגעבויטע הײַזער אין דעם אומגעזעצלעכן פֿאָרפּאָסטן מגרון. לויט דעם קאָמאַרנער חסידות, וואָס שטעלט דעם אַקצענט אויף דער אינערלעכער וועלט פֿונעם מענטש, קאָן מען, אין פּרינציפּ, דערגרייכן דעם זעלבן גײַסטיקן מצבֿ ווי בעת יום־כּיפּור, יעדן טאָג פֿונעם יאָר; אויב מע דערמאָנט זיך אינעם הייליקן יום־הדין און מע ברענגט די גאַנצע נשמה אַרײַן אינעם זעלבן מצבֿ, ווי בעת דער יום־כּיפּורדיקער עבֿודת־התּשובֿה. די רוחניותדיקע וועלט פֿאָלגט נישט דעם גאַנג פֿון דער גשמיותדיקער צײַט. שבת, יום־כּיפּור און אַנדערע יום־טובֿים זענען תּמיד בנימצא אין די גײַסטיקע וועלטן; די קאָנקרעטע הייליקע טעג מיט זייערע ספּעציפֿישע מיצוות דינען ווי אַ מין "אַנקער", וואָס אַנטפּלעקט אַ געוויסע מדרגה פֿון רוחניות אין דער נמשה. דאָס מיינט נישט אָבער, חלילה, אַז יום־כּיפּור, ווי אַ קאָנקרעטער ייִדישער יום־טובֿ, האָט בלויז אַ רעלאַטיווע ווערט. כּדי צו דערגרייכן די זעלבע מדרגה אין אַן אַנדער צײַט, מוז מען קודם דערשפּירן דעם טעם פֿון די ימים־נוראָים, אינעם פּשוטן זין פֿונעם וואָרט. צווייטנס, קאָנען בלויז אַ קליינע צאָל יחידים נאָכמאַכן די יום־כּיפּורדיקע גײַסטיקע אַטמאָספֿער אין זייער מוח און האַרצן; אַזעלכע מענטשן זענען, מסתּמא, שוין גרויסע צדיקים און טוען תּשובֿה ווי געהעריק במשך פֿון די ימים־נוראָים און עשׂרת־ימי־תּשובֿה. דערפֿאַר, בלײַבט דער דערמאָנטער ענין פֿונעם "פּערזענלעכן יום־כּיפּור", דער עיקר, בלויז אַ טעאָרעטישער געדאַנק — לכל־הפּחות, פֿאַר ס׳רובֿ מענטשן. |