Video Banner
‫פֿון רעדאַקציע

די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָבן מיר באַקומען די ידיעה, אַז שמואל עצמון, דער גרינדער פֿונעם "ייִדישפּיל"־טעאַטער אין ישׂראל, האָט פֿאַרלאָזט זײַן פּאָסטן, ווי דער פֿאַרוואַלטער (גענוי זע ז’ 9). אין אונדזער קליין ייִדיש וועלטל, ווען עס געשעט אַזאַ זאַך, קומען קיין גוטע געדאַנקען נישט אַרויף. "וואָס הייסט, אַליין אַוועקגעגאַנגען?! עפּעס איז דאָ נישט אַזוי!"

און טאַקע, ביז אַהער האָט אין קיין איין ייִדישער אינסטיטוציע, דער "פֿאַרוואַלטער" נישט פֿאַרלאָזט זײַן שטעלע אַליין. אַזוי איז געווען אין "וועלטראַט פֿאַר ייִדיש און ייִדישער קולטור", אַזוי איז געווען אינעם "שרײַבער־פֿאַראיין פֿון ייִדישע שרײַבער און זשורנאַליסטן", אַזוי איז געווען אין "בית שלום־עליכם", אַזוי איז געווען אין דער "אינסטאַנץ פֿאַר ייִדיש" און אַזוי האָבן זיך געשלאָסן באַקאַנטע ייִדישע פּובליקאַציעס, אין שפּיץ מיט "די גאָלדענע קייט".


קהילה־לעבן, פּובליציסטיק
די דירעקטאָרן־קאָלעגיע פֿון דער אַשכּנזישער קהילה אין 1950. דער פּרעזידענט, שמשון פֿעלדמאַן, זיצט אין מיטן

הײַיאָר פּראַווען די ייִדן אין מעקסיקע דאָס 90סטע יאָר זינט דער גרינדונג פֿון דער אַשכּנזישער קהילה. הגם די פֿײַערונגען האָבן זיך שוין אָנגעהויבן דעם פֿאַרגאַנגענעם פֿעברואַר, וועט דער הויכפּונקט פֿאָרקומען אין פֿעברואַר 2012. די פּרטים פֿון יענער אונטערנעמונג האָבן די קהילה־פֿירער נישט פּובליקירט, ווײַל זיי ווילן, עס זאָל זײַן אַ סופּריז, האָט וויווי ביסגאַרד, די פּרעזידענטין פֿונעם קולטור־קאָמיטעט פֿון דער "אַשכּנזישער קהילה פֿון מעקסיקע", איבערגעגעבן דעם "פֿאָרווערטס". "די פֿײַערונג וועט באַווײַזן די טאַלאַנטן פֿון אונדזער אַשכּנזישער קהילה, און וועט ספּעציעל באַטאָנען די צוקונפֿט — די קומענדיקע 90 יאָר — פֿון אונדזער קהילה."

די יוביליי־פּראָגראַם במשך פֿונעם יאָר איז געווען אַ פֿילפֿאַכיקע. אין פֿעברואַר האָט דער ישׂראלדיקער זינגער דודו פֿישער געגעבן צוויי קאָנצערטן. די צוויי ערטער, וווּ ער איז אויפֿגעטראָטן, זענען אַליין געווען אַ באַווײַז פֿונעם אָפּטימיזם, וואָס די ייִדישע כּלל־טוער האָבן אין דער צוקונפֿט פֿאַר דער קהילה. איין קאָנצערט איז פֿאָרגעקומען אין "אַקאַפּולקאָ 70" — אַ ריזיקער ייִדישער קהילה־צענטער, וואָס באַשטייט פֿון אַ שיל, ביוראָען, אַ כּשרן שפּײַזקראָם, אַ רעסטאָראַן פֿון סײַ מילכיקע, סײַ פֿליישיקע מאכלים, אַ חורבן־מוזיי, אַ חתונה־זאַל, און קאָנפֿערענץ־צימערן.


ייִדיש־וועלט
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

נאָך אַ לאַנגער הפֿסקה איז אַרויס דער נײַער נומער פֿונעם מינסקער אַקאַדעמישן יאָרבוך "צײַטשריפֿט". אַ סך האָט זיך געביטן אין משך פֿון די אַכציק יאָר, וואָס זײַנען פֿאַרבײַ צווישן דעם פֿינפֿטן (1931) און דעם איצטיקן זעקסטן (2011) נומער. אַנשטאָט דעם אַמאָליקן ייִדישן סעקטאָר בײַ דער ווײַסרוסישער וויסנשאַפֿט־אַקאַדעמיע, וואָס איז ליקווידירט געוואָרן אין די 1930ער יאָרן, איז דער אַרויסגעבער פֿון דער באַנײַטער "צײַטשריפֿט" דער צענטער פֿאַר געשיכטע און קולטור פֿונעם ווײַסרוסישן ייִדנטום בײַ דעם אייראָפּעיִשן הומאַניטאַרן אוניווערסיטעט, וואָס געפֿינט זיך, צוליב פּאָליטישע סיבות, ניט אין מינסק נאָר אין ווילנע.


טעאַטער
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (‫אַמעריקע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
אדם גערבער און איידאַן קאָהלער אין "לעבענסראַום"

די טעג בין איך אַוועק זען אַ פֿאָרשטעלונג וואָס געשריבן האָט זי ישׂראל האָראָוויץ, גאָר אַ באַקאַנטער און טאַלאַנטירטער דראַמאַטורג, וועלכער האָט אונטער זיך איבער זיבעציק פּיעסעס און איז איבערגעזעצט געוואָרן אויף דרײַסיק לשונות, וואָס ווערן הײַנט צו טאָג געשפּילט איבער דער וועלט, און אַ סך פֿון זיי דווקא אין דײַטשלאַנד.

דער סוזשעט איז שטאַרק און אַן אינטערעסאַנטער. דער געדאַנק איז דווקא אַן אַבסורדישער, אָבער דאָס איז די ראָלע סײַ פֿון אַ טאַלאַנטירטן דראַמאַטורג, און סײַ פֿון אַן ערנסטן דראַמאַטישן טעאַטער.

"לעבנסראַום" איז אַן אָנדײַט אויף היטלערס פּראָקלאַמאַציע, אַז די דײַטשן מוזן האָבן גענוג אָרט אויף צו צעשפּרייטן זיך און צעפֿירן די הענט (Lebensraum). דעריבער מוז מען פּטור ווערן פֿון אַלע "פֿרעמדע," דער עיקר, די ייִדן. און דאָ קומט דער אַבסורד.


מוזיק
דזשאַן זאָרן

דעם האַרבסט שטעלט פֿאָר די "צדיק"־מוזיק־פֿירמע פֿון ניו־יאָרק דעם פֿעסטיוואַל פֿון "ראַדיקאַלער ייִדישער קולטור". יעדן מיטוואָך, פֿון סעפּטעמבער ביז סוף דעצעמבער, טרעט אויף אַן אַנדער גרופּע אין דער "6סטע גאַס־שיל" אין מאַנהעטן, וווּ דער רבֿ איז דער באַקאַנטער קלאַרנעטיסט גרעג וואָל. הרבֿ וואָל שפּילט יאָרן לאַנג אין דער ייִדישער דזשעז־גרופּע "די שפּעטע נבֿיאים", און פֿאַרנעמט אַן אָנגעזעען אָרט אין דער אַזוי־גערופֿענער "ראַדיקאַלער ייִדישער מוזיק"־באַוועגונג אין ניו־יאָרק. אַן אָרטאָדאָקסישער רבֿ איז וואָל געוואָרן ערשט נאָך דעם, ווי ער האָט יאָרן לאַנג געפֿאָרשט זײַן ייִדישקייט דורך מוזיק.


פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אונדזער הײַנטיקע פּרשה הייסט "תּולדות" — די נאָכקומענדיקע דורות — און דערציילט וועגן יצחקס און רבֿקהס צוויי צווילינג־זין: יעקבֿ און עשׂו.

נאָך אין זייער מאַמעס בויך האָבן די צוויי ברידער זיך שוין אָנגעהויבן קריגן צווישן זיך. בעת זײַן געבורט, האָט יעקבֿ זיך אָנגעכאַפּט אין עשׂוס פּיאַטע, פּרוּוונדיק זיך צו פֿאַרמעסטן און צו ווערן דער ערשט־געבוירענער זון. דערפֿאַר האָבן די עלטערן אים אָנגערופֿן יעקבֿ — פֿונעם וואָרט "עקבֿ" — פּיאַטע. הגם עשׂו איז געבוירן געוואָרן פֿריִער און איז געווען, בגשמיות, רבֿקהס בכור, האָט יעקבֿ שפּעטער אָפּגעקויפֿט די בכורה בײַ זײַן ברודער פֿאַר אַ טעלער זופּ.