Video Banner
‫פֿון רעדאַקציע

די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָבן מיר, דורך דער עלעקטראָנישער פּאָסט, באַקומען אַ בריוו פֿון קיִעוו, וואָס די וויכטיקייט פֿון דער טעמע, אויפֿגעהויבן דאָרט, האָט געבראַכט צום באַשלוס אָפּצודרוקן אייניקע אויסצוגן אין דעם הײַנטיקן לייט־אַרטיקל.
ס’איז באַקאַנט, אַז דײַטשלאַנד, שוין במשך פֿון צענדליקער יאָרן, צאָלט אויס רעפּאַראַציע־געלטער די געליטענע פֿונעם חורבן. די כּללים פֿון די אויסצאָלונגען בײַטן זיך פֿון צײַט צו צײַט און לעצטנס זײַנען זיי נאָך מילדער געוואָרן צו די מענטשן, וועלכע האָבן לויט די פֿריִערדיקע תּנאָים נישט געקאָנט באַקומען קיין פֿינאַנציעלע שטיצע פֿון דײַטשלאַנד.
אָבער נישט וועגן דעם וועלן מיר הײַנט רעדן. אונדזער לייענערין רירט אָן גאָר אַן אַנדער אַספּעקט פֿון דער טעטיקייט, וואָס דײַטשלאַנד פֿירט הײַנט אויפֿן שטח פֿון אוקראַיִנע. און עס וואָלט זי אפֿשר דער פֿאַקט נישט אַזוי פֿאַרדריסט, ווען די דאָזיקע טעטיקייט וואָלט נישט געפֿירט געוואָרן, פֿאַרשטעלנדיק זיך מיטן "שילד" פֿון ייִדישן חורבן.
און ווײַטער ברענגען מיר שוין דעם בריוו גופֿא: "הײַנט איז די ערד פֿון אוקראַיִנע פֿאַרפֿלייצט געוואָרן מיט אָנדענק־צייכנס לזכּרון די ‘קרבנות פֿון ווערמאַכט’; אַנדערש געזאָגט, די אומגעקומענע דײַטשישע סאָלדאַטן אין אוקראַיִנע. די דאָזיקע מעמאָריאַלן פֿאַרנעמען ריזיקע שטחים אין פֿאַרשידענע ערטער פֿונעם לאַנד. אַ סך פֿון זיי זײַנען אויפֿגעשטעלט געוואָרן אויף אַן אומגעזעצלעכן אופֿן, אָן שום אָפֿיציעלע


ייִדיש־וועלט

די ייִדיש־טערקישע משפּחה אַזשי אין איזמיר (פֿון רעכטס): אַ חבֿרטע עזגי קײַעריסי, שבתי, אַבֿרהם, מישעל, עלסאַ באַרמײַמאָן־אַזשי, דער מחבר פֿון אַרטיקל, זײַן טאָכטער אסתּר
געוואָלט האָבן מיר פּלאַנירן צו פֿאָרן קיין פּאַריז... האָבן מיר — מײַן פֿרוי נחמה און טאָכטער אסתּרל — אָנגעקוקט די פּרײַזן אַהין צו פֿליִען און באַמערקט, אַז ביליקער וואָלט געווען צו פֿאָרן קיין סטאַמבול! אונדזערע פֿרײַנד אין דער קלעזמער־וועלט, וועלכע זענען אויסגעפֿאָרן אַ וועלט, האָבן אונדז שוין עטלעכע מאָל דערציילט וועגן די וווּנדערן פֿון דער שטאָט; האָבן מיר געטראַכט — פֿאַר וואָס נישט; פּאַריז קען אויף אונדז וואַרטן... בקיצור, איצט קען איך איבערגעבן די ייִדישע מאָמענטן פֿון אונדזער 10־טאָגיקער רײַזע.

מיר זוכן וועלוול זבאַרזשערס קבֿר

דער איינציקער ייִדישער פּונקט אויף מײַן סדר־היום, אָדער בעסער וואָלט איך געזאָגט, דאָס איינציקע שליחות, וואָס איך האָב געוואָלט אויספֿירן אין אונדזער וויזיט קיין טערקײַ, איז געווען צו געפֿינען די מצבֿה פֿונעם פֿאָלקס־פּאָעט וועלוול זבאַרזשער. געבוירן בנימין־וואָלף עהרענקראַנץ אינעם גאַליציאַנער שטעטל זבאַרזש, אַן ערך אין 1826 (אין "לעקסיקאָן" שטייען פֿיר מעגלעכע געבוירן־דאַטעס), האָט וועלוול זבאַרזשער געשריבן, ווי באַקאַנט, אַזוינע פּאָפּולערע לידער ווי "קום אַהער, דו פֿילאָסאָף" און אַנדערע וואָס מע הערט שוין נישט הײַנט. מיט צען יאָר צוריק אין ישׂראל האָב איך פֿאַרשריבן, ווי עס זינגט דער זינגער און אַקטיאָר אַריה לייש זבאַרזשערס ליד "די נאַכטיגאַל", וואָס מיר דאַכט, איז קיין מאָל נישט רעקאָרדירט


ייִדיש־וועלט
פֿון משה לעמסטער (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

צבֿי צעלמאַן
איך שטיי אין אינטערנעט־פֿאַרבינדונג מיט דער ציגײַנערישער דיכטערין לומיניצאַ טשיאַבאַ (Luminita Cioaba). מיר האָבן זיך באַקענט אין רומעניע אויף אַ צוזאַמענפֿאָר פֿון שרײַבער, וועלכע האָבן פּרעזענטירט נאַציאָנאַלע מינאָריטעטן פֿון פֿאַרשיידענע אייראָפּעיִשע לענדער. איר טאַטע איז דער באַראָן פֿון די רומענישע ציגײַנער. אירע אויפֿטריטן פֿלעגט זי אַזוי אָנהייבן: "ווי עס זאָגט זײַן מאַיעסטעט, מײַן טאַטע...". — טאַקע פֿון איר האָב איך דאָס ערשטע מאָל געהערט, אַז ייִדן און ציגײַנער זײַנען קרובֿים, ווײַל הגר, שׂרהס דינסט, איז געווען אַ ציגײַנערטע; הייסט דאָס, אַז אַבֿרהם אָבֿינו איז אויך דער טאַטע פֿון די ציגײַנער. מילא. (אייניקע פֿון זיי זאָגן, אַז אָדם און חווה זענען געווען ציגײַנער; לויט אַן אַנדער לעגענדע שטאַמען די ציגײַנער פֿון די דײַטשישע ייִדן). אין פּריוואַטע שמועסן מיט איר און אין די בריוו צו לומיניצען — מיר שרײַבן זיך איבער אויף רומעניש — האָב איך איר דערציילט וועגן די ציגײַנערישע מאָטיוון אין דער ייִדישער ליטעראַטור און, פֿאַרשטייט זיך, וועגן דעם בעסאַראַבער ייִדישן פּאָעט צבֿי צעלמאַן.
צבֿי צעלמאַן, האָט פֿון קליינערהייט אָן ליב באַקומען די ציגײַנער. פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה, ווען בעסאַראַביע איז געווען אַ טייל פֿון גרויס־רומעניע, האָבן די ציגײַנערישע טאַבאָרן נאָך געפֿירט אַ וואַנדער־לעבן. דער יונגער צבֿי פֿלעגט אויסבעטן בײַ דער מאַמען אַלטע, צעריסענע בגדים, אָנטאָן זיי און לויפֿן זיך שפּילן מיט די ציגײַנערלעך. שפּעטער, ווען ער איז אויסגעוואַקסן און אָנגעהויבן שרײַבן ייִדישע לידער, האָט צבֿי פֿאַרהיט די ליבע צו דעם דאָזיקן וואַנדערנדיקן פֿאָלק. אין 1940 האָט ער אין בוקאַרעשט אַרויסגעגעבן אַ ביכל אונטערן טיטל: "ציגײַנער־מאָטיוון". (ליד און סאָנעט). דאָס זײַנען ניט לידער וועגן ציגײַנער, ווי לאָמיר זאָגן, בײַ איציק מאַנגערן אין זײַן "ציגײַנער־באַלאַדע":


פּובליציסטיק
פֿון גענאַדי עסטרײַך (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דער דענקמאָל בײַם טײַך דונײַ
אין די לעצטע טעג פֿון 2011 און די ערשטע טעג פֿון 2012 האָב איך זיך אויף אַ וואָך אַרײַנגעכאַפּט קיין אונגאַרן. מע קען ניט זאָגן, אַז איך האָב לאַנג געטרוימט וועגן אַזאַ נסיעה. אין דער אמתן, האָב איך בכלל קיין מאָל ניט געטראַכט וועגן פֿאָרן אַהין. קיין שום קולטורעלע צי אַנדערע פּערזענלעכע פֿאַרבינדונגען האָב איך ניט געפֿילט לגבי דעם לאַנד. און אפֿשר האָב איך געפֿילט אַ שטיקל פֿאַרביטערטקייט, וועלכע עס האָט מיר איבערגעגעבן מײַן טאַטע — אים איז אויסגעקומען צו שלאָגן זיך מיט די אונגאַרן בעת דער מלחמה און ער איז פֿאַרבליבן בייז אויף זיי, מחמת זיי האָבן געפֿירט די מלחמה פּונקט אַזוי ווי די דײַטשן. אַזוי יעדנפֿאַלס פֿלעגט זאָגן מײַן טאַטע.
געפֿאָרן זײַנען מיר — מײַן ווײַב און איך — קיין אונגאַרן, ווײַל מײַן ווײַבס חבֿרטע האָט געהאַט ערגעץ אויסגעפֿונען, אַז ס’איז דאָ אַזאַ שטעטל, וואָס הייסט העוויז, און דאָס שטעטל געפֿינט זיך בײַ אַ הייסער אָזערע. דאָס וואַסער איז אין דער אָזערע תּמיד וואַרעם, אַפֿילו ווינטערצײַט. זי, די חבֿרטע, האָט דאָרטן פֿאַרבראַכט עטלעכע טעג מיט אַ יאָר צוריק און האָט עס אונדז שטאַרק רעקאָמענדירט. דער סוף איז געווען, אַז מיר זײַנען געפֿאָרן קיין בודאַפּעשט, פֿאַרבראַכט דאָרטן אַ טאָג, און זיך געלאָזט קיין העוויז, וואָס איז בערך אַ הונדערט מײַל פֿון דער הויפּטשטאָט.
ווי אַ טוריסט בין איך פֿויל ווי אַ שטעקן. לײַטישע טוריסטן גרייטן זיך צו צו אַ רײַזע. איך טו עס כּמעט קיין מאָל ניט. כ’האָב בכלל פֿײַנט צו קריגן צו פֿיל אינפֿאָרמאַציע וועגן דער אַרכיטעקטור, מענטשן, געשעענישן, ווײַל דערנאָך ווייס איך ניט וואָס צו טאָן מיט אָט די אַלע פּרטים. דער סוף איז, אַז איך פֿאַרגעס זיי פּשוט. מיר געפֿעלט בעסער דער פּראָצעס פֿון אָנשטויסן זיך אויף עפּעס אַ נאָווינע, און אויב זי איז אַ טשיקאַווע, אַ יש, קען איך שוין דערנאָך לייענען וועגן דער מערקווירדיקייט. דעמאָלט בלײַבט עס טאַקע אין מײַן זכּרון.


ליטעראַטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (מישיגען)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"


Thomas Stangl
Was kommt.
Graz: Droschl, 2009


קיין אַנדערע אייראָפּעיִשע שפּראַך איז נישט אַדורך אַזוי פֿיל בײַטן אין משך פֿון דעם צוואַנציקסטן יאָרהונדערט ווי דײַטש. אַ שפּראַך האָט אַן אייגענעם זכּרון, וואָס טראָגט אין זיך אַלץ — גוטס און שלעכטס, וואָס מען האָט אָנגעטאָן מיט איר הילף. און אַזוי אַרום פֿירט די דײַטשישע שפּראַך אַ כּסדרדיקן געראַנגל מיטן אייגענעם עבֿר. און אין דער הײַנטיקער עסטרײַכישער ליטעראַטור איז דער דאָזיקער געראַנגל איבעריקנס שאַרף.
להיפּוך צו וועלט־באַרימטע מחברים ווי עלפֿרידע יעלינעק, טאָמאַס בערהאַרדט און פּעטער האַנדקע, איז טאָמאַס שטאַנגל ניט באַקאַנט דעם ענגלישן לייענער, ניט געקוקט אויף עטלעכע ליטעראַרישע פּרײַזן אין עסטרײַך פֿאַר זײַנע דרײַ ראָמאַנען. שטאַנגל פֿאַרמאָגט אַן אייגנאַרטיקן ליטעראַרישן קול, וואָס לאָזט זיך שווער איבערטײַטשן אויף אַן אַנדערער שפּראַך.
די סיבה פֿון דעם ליגט ניט אין אַ קאָמפּליצירטער גראַמאַטיק אָדער פֿאַרדרייטן סינטאַקס. אין דעם זין זײַנען זײַנע ווערק מער צוטריטלעך ווי למשל בערנהאַרדטס. שטאַנגלס פּראָזע איז פֿולגעפּאַקט מיט פֿילצאָליקע קליינע פּרטים, וואָס געהערן צו דעם טאָג־טעגלעכן אַרום פֿון זײַן שטאָט ווין. זײַן ווין איז וואָכעדיק און גרוי, און אַזוי זײַנען די העלדן זײַנע. גאָר ניט איז דאָ יוצא־מן־הכּלל, ניט די העלדן און ניט די געשעענישן. שטאַנגל מײַדט אויס גראָטעסק, סאַטירע, שרעק און אַבסורד — די סטיליסטישע מיטלען, וואָס זײַנען פּאָפּולער בײַ זײַנע מער באַרימטע מיטצײַטלער.


פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די וואָך הייבן מיר אָן לייענען דעם צווייטן חלק פֿון די חמישה־חומשי־תּורה — "שמות". דער ערשטער חלק, וואָס מיר האָבן ערשט פֿאַרענדיקט, "בראשית", פֿאַנגט זיך אָן מיט דער דערציילונג וועגן דעם וועלט־באַשאַף. די קולמינאַציע פֿון דער גאַנצער מעשׂה־בראשית איז געווען דער מענטש, אָדם־הראשון, וועלכער האָט, אָבער, געזינדיקט באַלד נאָך זײַן באַשאַפֿן ווערן, און דערפֿאַר איז ער פֿאַרטריבן געוואָרן פֿון גן־עדן אין דער שווערער גראָב־גשמיותדיקער וועלט.
נאָכן אייביקן, גרינגן און ג־טלעך־באַלויכטענעם גן־עדן, האָבן אָדם און חוה געמוזט שלעפּן דעם שווערן גלות אין עולם־הזה. אַ קליינע גרופּע מענטשן זענען געווען די איינציקע משפּחה אויף אַ גאַנצן פּלאַנעט; מע וואָלט געקאָנט מיינען, אַז זיי האָבן די גרעסטע פֿרײַהייט, וואָס מע קאָן זיך נאָר פֿאָרשטעלן; פֿונדעסטוועגן, איז די גאַנצע וועלט געוואָרן פֿאַר אָדם־הראשון בלויז אַ ריזיק פֿאַרשיקונג־אָרט.
פֿון דעם דאָזיקן בײַשפּיל זעען מיר, אַז פֿרײַהייט איז אַ רעלאַטיווער טערמין. דער פּיאַסעצנער רבי, קלונימוס־קלמן שאַפּיראָ, אַ גרויסער חסידישער מיסטיקער און סאָציאַלער דענקער, דערקלערט אין זײַן ספֿר "בני מחשבֿה טובֿה", אַז אַ מענטש קאָן נאָך אַלץ, אַפֿילו אין די הײַנטיקע צײַטן, פֿאַרוואַנדלען די גאַנצע וועלט אין אַ גן־עדן. ער באַטאָנט, אַז כּדי צו דערגרייכן אַזאַ מצבֿ, מוז מען, אַחוץ דער פּערזענלעכער רוחניותדיקער השׂגה און עבֿודה, שאַפֿן אַ ברידערלעכע מענטשלעכע געזעלשאַפֿט, וווּ אַלע מענטשן זענען גלײַך, ווײַל דאָרט, וווּ עס הערשט קדושה, איז נישטאָ קיין אָרט פֿאַר פֿירערשאַפֿט און היעראַרכיעס ("שׂררה וכּיבודים").