- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
עס ברענט!.. ניין, דאַנקען גאָט, נישט דאָס שטעטל ברענט; עס ברענט אינעם "ישׂראל־שטעטל" מיט נײַע וואַלן. פּלוצעם. פֿאַר דער צײַט. וואָס איז, צו פֿיל זיך געהאַלטן אין איין קאָאַליציע? שוין אָפּגערעדט, אַז עס רײַסן זיך צו דער מאַכט נײַע כּוחות, נײַע פֿירער סײַ פֿון לינקס, סײַ פֿון רעכטס און סײַ פֿון מיטן. אייגנטלעך, קאָן זיך די איצטיקע קאָאַליציע צעפֿאַלן, קודם־כּל, צוליב דעם פּראָיעקט פֿונעם מלוכה־בודזשעט אויפֿן יאָר 2013 און צוליב דעם פֿאַרשלעפּטן "חוק טל" (טל־געזעץ). דער כּנסת־דעפּוטאַט זאבֿ עלקין, וואָס איז דערווײַל נאָך דער פֿאָרזיצער פֿון דער פּאַרלאַמענט־קאָאַליציע האַלט אַליין, אַז די וואַלן פֿאַרן טערמין שטימען נישט מיט די אינטערעסן פֿון לאַנד — סײַ וואָס שייך די ריזיקע אויסגאַבן (אַן ערך 400 מיליאָן שקל) און סײַ ווײַל עס שאַפֿט אַ געוויסע אומסטאַבילקייט. עלקין באַטאָנט, אַז "אין דער סיטואַציע, ווען די וועלט האָט נאָך נישט גובֿר געווען דעם עקאָנאָמישן קריזיס, און דער געאָפּאָליטישער מצבֿ אַרום ישׂראל איז זייער אַ קאָמפּליצירטער, איז בעסער זיך צו באַגיין אָן וואַלן". אַזוי זאָגט דער ראָש פֿון דער כּנסת־קאָאַליציע, וואָס הײַנט, מאָרגן צעפֿאַלט זי זיך. רעאַגירנדיק אויף דער מעלדונג פֿון אַ גרופּע ניו־יאָרקער חסידישע פֿירער, אַז מע פּלאַנירט אַ מאַסן־דעמאָנסטראַציע קעגן די סכּנות פֿון דער אינטערנעץ אין דרײַ וואָכן אַרום, האָט אַ גרופּע ייִדישע אַקטיוויסטן דערצויגן אין דער חסידישער וועלט באַשלאָסן גלײַכצײַטיק דורכצופֿירן אַ קאָנטער־פּראָטעסט מיטן נאָמען The Internet is NOT the Problem, וועגן "די אמתע סכּנות וואָס באַדראָען די חסידישע באַפֿעלקערונג"; בפֿרט, דאָס באַשיצן די פֿרומע ייִדן, וואָס באַלעסטיקן קינדער. לויט אַן אַרטיקל אין דער חסידישער צײַטונג, "אידישע טעגליכע נײַעס", וועלן צענדליקער טויזנטער מענטשן זיך באַטייליקן אין דער אַנטי־אינטערנעץ־מאַניפֿעסטאַציע, דעם 20סטן מײַ, אין "סיטיפֿילד", דער בייסבאָל־סטאַדיאָן פֿון דער ניו־יאָרקער בייסבאָל־מאַנשאַפֿט, די "מעטס", אין קווינז. די צײַטונג גיט צו, אַז די אָרגאַניזירער האָבן שוין געזאַמלט 1.5 מיליאָן דאָלאַר דערפֿאַר. אין משך פֿון די לעצטע פֿינף יאָר איז דער שרײַבער אַלכּסנדר איליטשעווסקי געוואָרן איינער פֿון די באַקאַנטסטע נעמען אין דער הײַנטיקער רוסישער ליטעראַטור. דערבײַ זײַנען זײַנע ווערק ווײַט ניט קיין לײַכטע לעקטור. זיי זײַנען אָנגעפּאַקט מיט פֿילאָסאָפֿישע אידעען און קולטורעלע אַסאָציאַציעס, לאַנגע פּרטימדיקע שילדערונגען פֿון נאַטור און ווײַטגייענדיקע דיגרעסיעס אין דער קולטור־געשיכטע; און דערצו נאָך, באַלאָדן מיט וויסנשאַפֿטלעכע קענטענישן. איליטשעווסקי פֿאַרמאָגט אַן ענציקלאָפּעדישע ערודיציע אויף אַ סך פֿאַרשיידענע שטחים, פֿון טעאָרעטישער פֿיזיק ביז דער געשיכטע פֿונעם רוסישן ליטעראַרישן אַוואַנגאַרד. דער סאַמע לעצטער ראָמאַן זײַנער הייסט "אַנאַרכיסטן" און דערציילט די געשיכטע פֿון אַ פֿרײַער אַנאַרכיסטישער קהילה ערגעץ טיף אין רוסלאַנד. איליטשעווסקי רופֿט אַנאַרכיע "אַ קלוגער בונד פֿון אויטאָנאָמע פּערזענלעכקייטן" און האַלט זי פֿאַר אַ מין פּאַראַלעלע אומפֿאָרמעלע געזעלשאַפֿט אין מיטן פֿון דער "נאָרמאַלער" מלוכישער סטרוקטור. דער נײַער ראָמאַן איז דער פֿערטער טייל פֿון אַ סעריע, וואָס איז פֿאַראייניקט דורך דער בשותּפֿותדיקער טעמע פֿון זוכענישן פֿון אַן אַלטערנאַטיווער געזעלשאַפֿטלעכער אָרגאַניזאַציע. האָב איך, הייסט עס, געזען אַ פֿילם אויף אַ ייִדישער טעמע וואָס הייסט אויף ענגליש Mighty Fine און וואָס מיינט מען דערמיט צו זאָגן? דערמיט מיינט מען, אַז אַלץ איז גוט און ווויל און פֿײַן און אין בעסטן אָרדענונג, אָבער ס׳איז נישט פֿײַן. אַפֿילו ווען די משפּחה הייסט פֿײַן. האָבן מיר דאָ צו טאָן מיטן אַמעריקאַנער סטיל פֿון לעבן. איר ווייסט דאָך, ווען מ׳באַגעגנט אַ באַקאַנטן אין גאַס און יענער וויל וויסן וואָס איר מאַכט, איז דער ענטפֿער אַלע מאָל פֿײַן. גיי דערצייל יענעם וואָס סע קוועטשט אײַך. קיינער וויל נישט וויסן. יענער טראָגט זיך מסתּמא אַרום מיטן זעלבן פּעקל צרות. ווי עס זאָל נישט זײַן, האָבן מיר דאָ צו טאָן מיט אַ משפּחה אין די זיבעציקער יאָרן פֿון אונדזער צײַט־רעכענונג, וווּ די מאַמע איז אַ געראַטעוועטע פֿונעם חורבן און דער טאַטע איז אַ מענטש וואָס דראַפּעט זיך אויפֿן לייטער פֿון דערפֿאָלג; דער עיקר — מאַכן אַמעריקע, צוקומען צו גרויס געלט. אָבער ווי אַזוי טוט מען עס? ערשטנס, לייגט מען אַרײַן אין דעם ביזנעס די באָבע מיטן זיידן, דעם גאַנצן חוש, שׂכל, שווינדל; דער עיקר, מ׳דאָביוועט זיך צו גרויסע געלטער. און אַז מ׳דאָביוועט זיך שוין צו אַ גרויס פֿאַרמעגן, דאַרף מען לעבן גרויס, רחבֿותדיק, באָדן זיך אין לוקסוס. דער עיקר — אויסצושטעכן די שכנים די אויגן. ווי באַקאַנט, איז אין ישׂראל, בשעת מע פּראַוועט דעם נאַציאָנאַלן יום-טובֿ פֿון אומאָפּהענגיקייט, פֿאַרשפּרייט דער מינהג אַרויסצופֿאָרן אין די פּאַרקן און צו בראָטן דאָרט פֿלייש. די זעלבע טראַדיציע איז אַריבערגעטראָגן געוואָרן אין ניו-יאָרק, וווּ אין "בי. בי. קינג בלוז באַר און גריל", וואָס געפֿינט זיך אין סאַמע האַרץ פֿון דער שטאָט, אויף "טײַמס־סקווער", ווערט עס געטאָן שוין דאָס נײַנטע יאָר. פֿון דעם איז נישט שווער צו פֿאַרשטיין, אַז דער בעל-הבית פֿון דעם דאָזיקן "נאַכט-קלוב" איז אַליין אַן ישׂראלי. אַרום צוועלף הונדערט מענטשן האָבן דעם 25סטן אַפּריל זיך צונויפֿגעזאַמלט אויף דער דאָזיקער נאַציאָנאַלער אונטערנעמונג, וואָס איז אָרגאַניזירט געוואָרן דורך דער אָרגאַניזאַציע "דור חדש" (דער נײַער דור) בשותּפֿות מיט נאָך אַ 100 אַנדערע אָרגאַניזאַציעס. די הויפּט־מענטשלעכע רעסורסן פֿאַר אַזאַ מין שׂימחה קומען פֿון צוויי גרופּעס: געוועזענע ישׂראלים און די זין און טעכטער פֿון געוועזענע ישׂראלים; ווי אויך פֿון די ייִדן וואָס גייען (אָדער זײַנען געגאַנגען) אין די ייִדישע טאָג-שולן, וואָס ס’רובֿ פֿון זיי זענען מאָדערנע אָרטאָדאָקסן. די צווייטע גרופּע באַצייכנט זיך כּלל-וכּלל נישט ווי אַ פּראָגרעסיווע, אָדער קאָנסערוואַטיווע, שוין גיכער — נוסח אַמעריקאַנער רעפּובליקאַנישע פּאַרטיי; און זי האָט טאַקע דאָמינירט אין יענעם אָוונט. למשל, בײַם ערשטן טייל פֿונעם אָוונט, דעם יום-הזכּרון, האָט מען אָן אַן עק גלאָריפֿיצירט דעם מיליטערישן כּוח פֿון ישׂראל, אָן צו דערמאָנען אַפֿילו מיט איין איינציק וואָרט די ווערטן פֿון שלום און ברודערשאַפֿט צווישן פֿעלקער. מיט צוויי וואָכן צוריק, אין דער פּרשה "שמיני", האָבן מיר באַהאַנדלט דעם טרויעריקן טויט פֿון אַהרנס צוויי זין, נדבֿ און אַבֿיהוא, וועלכע האָבן געבראַכט "אַ פֿרעמד פֿײַער" אינעם מישכּן, און זענען פֿאַר דעם באַשטראָפֿט געוואָרן אויף טויט דורכן הימלישן פֿײַער. נדבֿ און אַבֿיהוא זענען געווען כּהנים און האָבן געהאַט דאָס רעכט צו ברענגען אַן אייגענעם קטורת און האָבן עס זיכער געטאָן לשם־שמים. דעריבער פֿרעגט זיך אַ קשיא: צוליב וואָס האָבן זיי פֿאַרדינט אַזאַ משונהדיקע שטראָף? לויט אַ חסידישן פּירוש, האָבן זיי אַליין געוואָלט פֿאַרברענט ווערן, כּדי צו פֿאַרלאָזן די גשמיותדיקע וועלט און צו דערגרייכן די גרעסטע מדרגה פֿון דבֿקות. דעם מצבֿ, וועלכן נדבֿ און אַבֿיהוא האָבן דערגרייכט אין דעם מאָמענט פֿון זייער טויט, קאָן מען פֿאַרגלײַכן מיט דעם מאָמענט, ווען אַ פֿלעטערל פֿליט אַרײַן אינעם פֿײַער און ווערט פֿאַרברענט. אויף אַ רגע, ווערט עס אַליין אַ שטיקל פֿײַער. נדבֿ און אַבֿיהוא זענען געוואָרן אויף אַ קורצער ווײַל ממש פֿאַראייניקט מיטן ג־טלעכן ליכט. אין דער אמתן איז דער אייבערשטער תּמיד בנימצא איבעראַל און אַלץ אין דער וועלט איז אַ ג־טלעכע אַנטפּלעקונג. אין אַ סך קלאַסישע תּורה־ספֿרים ווערט דערקלערט, אַז ייִדישקייט איז אַ טראַדיציע, וואָס רופֿט דעם מענטש צו פֿירן אַ גוט באַלאַנסירט לעבן אין עולם־הזה. פֿונדעסטוועגן, געפֿינען מיר אין אַ סך ספֿרי־מוסר און קבלה־ספֿרים דעם אידעאַל פֿון אַ שטאַרקן, און אַפֿילו עקסטרעמען, אַסקעטיזם. |